ווי באקאנט האט דער סאטמארער רבי שליט"א געעפענט א מערכה קעגן די טריפה'נע ניגונים וואס ווערן ליידער געזונגען ביי
אידישע שמחות. אנגעהויבן דעם פארגאנגענעם חול המועד פסח ביים אסיפה כללית האט דער רבי שליט"א אויפגעפאדערט דעם
ציבור נישט אריינצולאזן דעם נגע ביי די שמחות. הונדערטער בחורים פון די ישיבה גדולה ד'סאטמאר האבן זיך שוין
אונטערגעשריבן און מקבל געווען אז ביום חתונתם וועלן זיי נישט לאזן זינגען די סארט ניגונים. — יעצט האבן די ערליכע עסקנים
אין ירושלים עיה"ק אונטערגענומען אזא מערכה.
נשלח ב-22/10/2009 01:52
יחצאל און שכלדיג ענק פארשטייען זיך עפעס צו גוט, ס'זעהט מיר אויס אז ענק שטאמען פון איין טאטע מאמע...
ווי יענער האט געפרעגט ווער איז א זוהן פון מיין טאטע און נישט מיין ברידער...
נשלח ב-21/10/2009 00:17
ר' יחצאל איך האב הנאה אז מ'פארשטיי מיר זיך
נשלח ב-20/10/2009 22:43
פארדעם האב איך עס געכאפט אזוי שנעל
נשלח ב-20/10/2009 22:38
ווי אזוי האט יענער געזאגט:
איך האב אויך נישט פיינט וואס דו האסט ליב...
נשלח ב-20/10/2009 02:14
עס זעט מיר אויס אז די גלייכסט דיך צי זען אויפן גאנצן פראנט ע"י שכלדיג
עס איז נישט אזוי שכלדיג
נשלח ב-20/10/2009 01:48
ליידער קען מען אין די דאזיגע אשכול אויך אריינרעכענען די נייע טעיפ פון ר' מיכאל
נשלח ב-7/10/2009 02:51
הלוואי זאל שוין ווערן א ענדערונג לטובה אין די פארווייטאגטע טעמע