ווי באקאנט האט דער סאטמארער רבי שליט"א געעפענט א מערכה קעגן די טריפה'נע ניגונים וואס ווערן ליידער געזונגען ביי
אידישע שמחות. אנגעהויבן דעם פארגאנגענעם חול המועד פסח ביים אסיפה כללית האט דער רבי שליט"א אויפגעפאדערט דעם
ציבור נישט אריינצולאזן דעם נגע ביי די שמחות. הונדערטער בחורים פון די ישיבה גדולה ד'סאטמאר האבן זיך שוין
אונטערגעשריבן און מקבל געווען אז ביום חתונתם וועלן זיי נישט לאזן זינגען די סארט ניגונים. — יעצט האבן די ערליכע עסקנים
אין ירושלים עיה"ק אונטערגענומען אזא מערכה.