| נשלח ב-8/10/2009 01:10 |
|
| |
שפיטווקער שרף אנטוישט פינעם יום טוב
צי שילדערן וואס ס'האט זיך אפגעטיען אינעם שפיטקווער הויף די ערשטע נאכט יום טוב ב'שעת'ן שלאקס רעגן
וועלן מיר מיזן צוריק גיין מיט א צירקע פין 2 וואכן. ( ווי ס'האט פארציילט זיין זין מ.)
תיכף נאך ראש השנה ווען א יעדער איד איז פארנימען מיט בויען א סוכה, קויפן ד' מינים אין די פרומע נעמען מיט א לאפ צי באקוקן דעם אתרוג, איז מען אין די שפיטווקער הויף פארנימען מיט גאנץ אנדערע זאכן.
דער שפיטווקער שרף שמשון יעקב גאלד דרייט ארום אין די טעג בן כסה לעשור פין איין בוטשער צים צווייטן
פין 82, קאהנ'ס, ביז צי פאמעגרענט, (איינער זאגט מיר אז ער האט אויך א לאפ )
ער איז אינגאנצען פארקאכט ווי מען קען איינהאנדלען א גוט שטיקל פעט בשר אין ער איז גרייט צי בצאלען תבין ותקילין
ער שפילט זיך ארום מיט די פלייש אין ער באטאפט דאס פין אלע זייטן
תיכף ווי ער האנדלט דאס איין, לויט ער עס נישט קיין מנוחה מן הסתם האט ער מורא ס'וועט ווערן חמץ
ער האט דאס אן צי פלעגן אין שמירן ווייקן פין אלע זייטן אלעס ס'זאל זיין ראוי ארויף צי קומען אויפן שלחן של מלכים.
פאריאר יום כיפור אינמיטן מוסף האט זיך דער שפיטווקער ארויס געכאפט פאר מענדעלע ווערטהיימער
בשעת דער הונגער האט גענוגט פין אלע זייטן, אז זיין איינציגסטע דאגה אויף וואס ער איז מתתפלל, אז די פלייש זאל געליניגען
די הויכע כוונת וואס דער שפיטווקער שרף האט אינזיען נאר אפילו בשעתן קלאפן דאס פלייש, קען מען רואיג זאגן האבן די גרעסטע צדיקים נישט אינזיען געהאט
אין ווי באקאנט האט דער שפיטווקער אין די ענינים אין קיינעם נישט קיין ציטרוי, אלעס טוט ער אליינס שמירה משעת קצירה
אין ווי פארשטייט זיך אליינס מצוה בו יותר משלוחו.
ערב סוכות אינדערפרי ווי שפיטווקער זאגט יעדעס יאר בשעתן מסדר די פלייש'ן פארן גאנצען יום טוב
איז פין די עבודה הקשה שבמקדש ס'גייט צי מיט א מורא'דיגן אייפר אין ברען, מען קען זעהן בחוש אז דער שרף איז נישט אויף דעם עולם, ער אליינס קאכט דאס אין ווארט אויס מיט געדילד ס'זאל זיין אפגעקאכט פין אלע זייטן
סוכות אויף דער נאכט דעם ערשטען טאג יום טוב, דער שפיטווקער קומט אהיים ציפלאמט אין גאנצען בשמחה
אין שמחה אלא בבשר אין פולצלינג הייבן מען אן צי שפירן טראפנס רעגן
א זויערע מינע ציט זיך ארויף אויפן שרפ'ס פנים ער הייבו אן גראד צי טרייבערן אז מען זאל זיך יאגן
אינעם שפיטווקער'ס מוח הייבט זיך אן צי וועבן אז ס'קען זיין א 2 וואכן ארבעט קען גיין לטומיון אויב דא גייט רעגענען
ענדליך מען ברענגט שוין אריין דעם גרויסן העכטעל וואס איז צלי באש ובמים אין דער שרף געט זיך א ריף אן הויך
אל הנער הזה התפללתי ..
האט אנגעהויבן צי שעפערן אין גיסן, זיין זין האט געוואלט אראפ ציען דעם שלאק עד שיעבור הזעם
שמשון איז אריין געפאלן אין די שפיטווקער גיסטע אין האט געשריגן ווער ס'האט מורא פין רעגן זאל זיך ארויס גיין
דא גייט דער שלאק בלייבן אויפן, פארשטענדליך איז יעדער ארויס, נאר דער שפיטווקער איז געליבן אליינס
מיט דעם אפגעבאקנעם האן, ס'האט געגאסן פין אלע זייטן דער שפיטווקער איז געווען איין שטיק רעגן.
אבער ער האט יעצט אנגעהויבן מלאכת חורש ער האט געריסן פין אלע זייטן, פלוס ער האט געהאט א יעדענס פלייש
ווייל א יעדער איז ארויס פין די סוכה, ביז ער האט דאס גאנצע פארצוקט א בחינה פין פסח אויף דערנאכט פין ועצם לא ישברו
.
ביי די צייט ווען דער שפיטווקער איז ארויס פין די סוכה האט ער שוין אויס געקוקט ווי ליפא'לע רייך
די הויזן האט געהוינגן, די גלעזער אויפן שפיץ נאז, די בארד אין פיאות פארווארפן, 3 שווענץ פי שטריימעל פארדרייט.
איין זאך וואס אינז קענן מיר יא זאגן רבוש"ע מי כעמך ישראל.
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 08/10/2009 1:18:04
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2009 05:09 |
|
| |
מיט אנטשולדיקונג איין ווארט קלעבט נישט צום צווייטן
אטאקירסט דא נישט קיינעם נאר דיר אליין
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2009 15:28 |
|
| |
דער ארגינעלער זאל זיין געזינט האט פאר געסען צו צו לייגען,
אז און דער שפעטיווקער הויף איז דא א מנהג, וואס שטאמט נאך פון ששן הבירה, צו טרינקען זיבען פלעשער שליוואויטץ, יעדע נאכט סיכות, קעגען די 7 אשפיזין, וואו אויך אלס הכנה צו שמחות תורה, וואס דאן לייגט דער שרף אראפ א געוואלדיגע עבודה, און די מצווה פון אין שמחה אלא ביין!
ער לייגט צו דער כוס מחזיק רביעית צו די לעפצען, און מיט א דביקות עיליאה, און מיט פארמאכטע אויגען שלינגט ער אראפ די אייז קאלטע משקה,
און דער נאך ווערט ער רויט וואו א פלאם פייער, די אויגען שטארצען אים ארויס פון די לעכער, דער גאנצער גרויסער גוף נעמט זיך ווארפען, און ער הייבט אן לאזען פאלען פון זיי מויל ''ליכטיגע פערל רייד'' עד כדי כך אז מען מיז תיכף ארויס שיקען די קינדער,
נורא נוראות!
אזוי די זאליבאנס האבן נישט געהאט אזא גיטען יאר דער פארגאנגענע יאר, איז געקימען א מעלדונג פונעם שפעטיווקער הויף, אז די עבודת השתיה, גייט פארקימען אויף אסאך א גרעסערע פארנעם וואו די פארגאנגענע יארן,
און מען ערווארט אז דער חשובער גאסט, וואס איז מקפיד ביהרג ועל יעבור נישט צו פארפאסען די עבודה, פונעם שטעפיווקער שרף, בן פראדעל, גייט אויך דאס יאר מוסיף זיין מיט די עבודת השתיה!
לאמיר האפן אז עס וועט מקיים ווערן קם... ושחטיה... ל..... ולכל ישראל יהיה אור במושבותם,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2009 19:36 |
|
| |
אינו דומה ראי לשמועה.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2009 22:55 |
|
| |
ארגינעלער ס'איז ארויסגעקומען ניעע מיני קליקס! וועסט עס לאוו'ן, ס'איז א מחי, מ'קען מיט עס אפי' מאכן א עכטע דאלי!
ויקטן הקטן ארגינעלעל
|
|
|
|
|