הגה"צ רבי יהושע ראזנבערגער לרפוא"ש
דעם שב"ק יו"ט שמח"ת, אינמיטן די הקדמות פאר די הקפות, וואס האט הגה"צ רבי יהושע ראזנבערגער שליט"א געפראוועט ברוב הדר אין זיין ביהמ"ד אין קרית רמ"א אינעם שטאט בית שמש, איז ער צוזאמגעפאלן אין חלשות ל"ע.
די וואלאונטירן און הצלה זענען געקומען בליץ שנעל, און מ'האט דארקענט אז דער רב שליט"א ליגט ל"ע אהן קיין אטעם בלא רוח חיים באפיו, אלע כהנים זענען ארויס פונעם ביהמ"ד, און ס'איז געווען קולות עד לב השמים.
נאכ'ן מאסיווע ארבעט פון הצלה קרעפטן, מ'האט צעריק געחאפט דעם אטעם פונעם רב שליט"א, וואס איז אריין געפירט און הדסה שפיטאל אהן הכרה.
נעכטן נאכט האט דער רב שליט"א זיך אויפגעוועקט, אבער נאך געווען שטארק פארשלאפן. היינט ב"ה האט זיך דער רב שליט"א צעריק געחאפט, און שוין געלייגט תפילין און געדאוונט.
אבער מ'דארף נאך תפילות, יהושע בן הינדא לאה לרפו"ש בתושח"י.
|
|