בית פורומים כל העולם כולו

קליפ הושענה רבה תש"ע ביי מהרז"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/10/2009 06:06 לינק ישיר 
קליפ הושענה רבה תש"ע ביי מהרז"ל




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/10/2009 20:43 לינק ישיר 

די זיסטע זאך איז געווען איז אין הו''ר האט מען געלאזט די גרויסע טישען אין בענק, צו פארמינערן די בישות,
אזוי אז פין נאכ'ן דאווענען ביז מעריב פין שמיני עצרת איז קוים געבליבן צייט אנצוגרייטן די ביהמ''ד פאר די הקפות, ספעציעל ווען מ'האט די ערשטע מאל געניצט די ''געשמאקע סטעיזשעס''

(נאך ביים רבין בעל ב''מ האט מען שוין הו''ר ביינאכט געדאווענט אין ביהמ''ד אנגעגרייט אויף שמחות תורה, אין מיר אלע פלעגן שוין דאן כאפען פלעצער....)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2009 20:37 לינק ישיר 

פארוואס פארדרייט מען דעם אשכול.
מ'רעדט דאך דא פון רז"ל'ס הושענה רבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2009 20:16 לינק ישיר 

ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול.
מ'רעד דא פון רז"ל מעכטיגע הושענה רבה.

א דאנק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2009 20:04 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
שונאים, שמאנים, איך הער שוין די תורות לאקשן 10 יאר, ס'איבלט שוין צו הערן די קינדישע גערעדכטס, טויזנענט סאטמארע אידן האבן עפעס זיך פארטשעפעט אויף ר' אהרן'ען על לא דבר, נעבעך נעבעך אן אומשולדיג שעפעלע, הערטס אויף מיט ענקערע נארישקייטן, ס'דא הונדערטער חסידי רז"ל איידעלע ציגעלאזענע אידן וואס ס'נישט שייך אויף זיי צו זאגן דאס ווארט "שונא", נעם למשל אזא איד ווי דער ר' יעקל ע"ה פון ביקור חולים ער האט ליב געהאט יעדן אידיש קינד, ס'פאסט מיטאמאל דאס ווארט "שונא" אויף איהם, און ער האט זיך אנגעהערט צו קהלה רז"ל, כהנה וכהנה

פארוואס קענט עטס נישט לייגן א שטיקל שולד אויף ענקער רבי'ן, זייטס כאטש עפעס מודה אז ענקער רבי האט א געפערליכע געזעלשאפט און חן פראבלעם, דאס איז א מציאות, קען זיין ער איז א גרויסער צדיק אבער ער האט נישט קיין כאריזמע, ס'שווער צו קאמיוניקעיטן מיט איהם, 


דערמאנסט מיך ווי דער מארגען זשורנאל האט געשריבען אויפן רבי'ן זי''ע, אז ''רוב יודען האבען אים פיינט אין זענען קעגן אים'' אזש חסידישע יודען אין גרויסע רבי'ס....

ניין די סאטמערע רבי, איז נאכנישט ביי די מעלה פין זיי הייליגע פעטער, ער האט נאכנישט אזוויפיל שונאים.....
אבער דער היינטיגער מ''מ פינעם מארגען  זשורנאל שרייבט שוין אסאך גיפטיגער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2009 06:00 לינק ישיר 

פארגעס נישט אויסצורעכענן אז די רבי ז"ל פלעגט אויך פארן מיט א עסקארט, און מהר"א נישט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/10/2009 04:38 לינק ישיר 

שונאים, שמאנים, איך הער שוין די תורות לאקשן 10 יאר, ס'איבלט שוין צו הערן די קינדישע גערעדכטס, טויזנענט סאטמארע אידן האבן עפעס זיך פארטשעפעט אויף ר' אהרן'ען על לא דבר, נעבעך נעבעך אן אומשולדיג שעפעלע, הערטס אויף מיט ענקערע נארישקייטן, ס'דא הונדערטער חסידי רז"ל איידעלע ציגעלאזענע אידן וואס ס'נישט שייך אויף זיי צו זאגן דאס ווארט "שונא", נעם למשל אזא איד ווי דער ר' יעקל ע"ה פון ביקור חולים ער האט ליב געהאט יעדן אידיש קינד, ס'פאסט מיטאמאל דאס ווארט "שונא" אויף איהם, און ער האט זיך אנגעהערט צו קהלה רז"ל, כהנה וכהנה

פארוואס קענט עטס נישט לייגן א שטיקל שולד אויף ענקער רבי'ן, זייטס כאטש עפעס מודה אז ענקער רבי האט א געפערליכע געזעלשאפט און חן פראבלעם, דאס איז א מציאות, קען זיין ער איז א גרויסער צדיק אבער ער האט נישט קיין כאריזמע, ס'שווער צו קאמיוניקעיטן מיט איהם,

וחלופיהן ברז"ל, די חסידי זלמן לייב זענען רובא דרובא פיינע ערליכע איידעלע סאטמארע, זיי ווילן פשוט זיין מאוחד תחת קורת גג אחת זיי ווילן באלאנגן צו א סאטמארע קהלה וואס ווערט געפירט כפי הדרכת רבינו יואל, האבן זיי בוחר געווען הרע במעיטו און זיך אנגעשלאסן צו רז"ל לייב'ן ווייל רז"ל איז לשיטתם א נארמאלער דשענטעלמאן און א וואוילער איד.

קוק למשל דער קלויזנבורגער ז"ל איז געווען א קדוש וטהור, אבער אין וומ"ב האט איהם קיינער נישט אנגעקוקט, פארוואס ווייל ער איז געווען א שווערער קאנטראווערסיעלער מענטש, אין די צייט וואס דער סאטמאר רבי זצ"ל אויסער זיין קדושה וצידקות איז ער געווען א באחנטער מענטש, האט דאס געמיינט אז אלע סאטמאר חסידים זענען געווען "שונאים" פון קלויזנבורגער? דאס זעלבע איז מיט ר' אהרן קען זיין ער איז גרויסער מענטש אבער ס'שווער צו זיין חסיד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2009 02:14 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
איך רעד אויך נישט פון בעקיטשעס און קארס, איך רעדט פון "מספר חסידים", 


תיקון טעות: "מספר שונאים".

דו ווילסט דא ציילן וויפיל שונאים רבינו שליט"א האט, אנשטאט ציילן וויפיל חסידים רז"ל האט. שטימט?

אפשר ביסטו מיר מסביר וואספארא נוצן רז"ל האט פון זיינע (?) מענטשן אויב נישט דאס אז זיי זענען זיינע חסידים? וואס?? וואס און ווען פארדינט ער עפעס דערפון?? א חוץ אויב זיין ציל אין לעבן איז שנאה און האס אויפן רבי'ן, דאן פארשטיי איך וואס דו רעדסט, אויב אבער רעדט מען פון א "חסידות" (אזאנס וואס משה גבאי האט זיך געחלומ'ט...) דאן איז דער באלאן א טאטאל צופלאצטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2009 01:03 לינק ישיר 

סקאט
זאלי טייערע! לאמיך הערן ווען האט רז''ל אנגעצויגען זיין מאקסימום עולם?
וואס דאן וועל איך זעהן אז ער האט מער מענטשן?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2009 23:50 לינק ישיר 

זעליג!..YOU ARE THE MAN



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/10/2009 23:24 לינק ישיר 

מיט די צינג אינדרויסן ווייס איך נישט, אבער מיט א אפענע מויל זיכער.

יא! איך בין ארויס מיט אפענע מויל פון התפעלות זעהנדיג וויאזוי צענדילגע טויזענטע אידן פרייען זיך מיט די תורה. איינער דאנקט דעם אייבערשטער פאר'ן ענדיגן אפאר מסכות די יאר אינערהאלב די יסודי תורה. איינער נעמט זיך פאר מיטצוהאלטן דאס יאר די שיעורים. זעהן ווי אזוי עלטערע אידן, וועלכע האבן זיך געווייקט ביים רבי'ן ז"ל (די רבי דייקא, און נישט די רביצין) ווישן זיך די טרערן פון די אויגן.
זעהן ווי די הייליגע עבודה פונעם רבי'ן, זעהן די שמחה של תורה פונעפ רבי'ן. הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן. און די עיקר ווען מיין אינגעלע פרעגט מיר ברוב תמימתו, "טאטי, אמת ווייל די רבי לערנט אגאנץ יאר, פרייד ער זיך אזוי?.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/10/2009 23:12 לינק ישיר 

סקאט.

מ'רעדט נישט ווער ס'האט א שענערע בעקיטשע
צי א גרינע אדער א רויטע

אדער וועלכע רבי האט א שענערע קאר, אדער גרעסערע אתרוג.. אדער גרעסערע ריזיגע בעכער.

מ'רעדט, וועלכער רבי איז דער ממלא מקום פון רבי יואלי'שן.
נישט פון ברך  משה, נאר פון "ויואל משה".

איר הערט וואס מ'רעדט?
אויף דעם איז קיין קאנקורענט נאך נישט געבוירן.
און דאס איז נאר איינס אויף דעם דור.

ווער דאס איז, לאז איך פאר דיר צו ענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2009 23:06 לינק ישיר 

איך פארשטיי באמת נישט, פארוואס יאר איין יאר אויס, קומט מען דא מיט די זעלבע חכמה פין הו"ר קליפס ביי ר' זלמן לייב'ן

BIG DEAL!!

קיינער מאכט נישט קיין שום סוד פון דעם אז חסידי ר' זלמן לייב זענען אנדערע סארט חסידים ווי חסידי ר' אהרן,

מאי כולה רעש?

נאך אלעם האט ר' זלמן לייב טויזנטער חסידים איבער די וועלט, (איך וואלט געזאגט אפי' מער ווי ר' אהרן), וואס שטיצן איהם אלל-דעי-וועי 101% ווען ס'פעלט זיך אויס, וואס איז דען א נפק"מ אז זיי האלטן איהם נישט פאר א קאליבאר פון א רבי ומורה דרך, איך זעה נישט זאל איהם האבן געשאט, נאך 10 יאר פון די מחלוקה, שטעלט זיך ארויס אז אפי' ער האט נישט קיין פארברענטע חסידים וואס קומען צו איהם אין הייליגע צייטן פון יאר אדער קוויטלען זיך ביי איהם, האט ער אלס ווען ס'געקומען צו ענינים פון געלט אדער כבוד האט ער אלעמאל באקומען וואס ער האט געוואלט ווי דער גרעסטער רבי אין דער וועלט.

דאס מיינט לגבי די סטאטוס פון די מחלוקה, זעה איך נישט ווי זאל איהם האבן געשאט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2009 22:57 לינק ישיר 

די צינג אינדרויסן ווייס איך נישט, אבער מיט א אפענע מויל זיכער.

זעהן ווי אזוי צענדליגע טויזענע אידן פרייען זיך מיט די תורה, איז א קלייניקייט?
זעהן ווי אזוי די רבי שליט"א פרייד זיך מיט די תורה, איז א קלייניקייט?
הערן די רבי'ן דברות קדשו פאר די הקפות, זעהן די טרערן אין די אויגן פון אלטע אידן וועלכע האבן זיך געווייקט ביים רבין (איך מיין די רבי, און נישט די רביצין). און די עיקר די עבודה ביי די זיבעטע הקפה.

יא! איך בין ארויס מיט א אפענע מויל פון התפעלות ווי אזוי טויזענער און טויזענער אידן טאנצן אינאיינעם גאיש אחד בלב אחד. איינער זאגט א שכח פאר'ן אייבערשטער פאר'ן אים געבן די זכיה צו ענדיגן אפאר מסכות די יאר אדורך די ראמען פון יסודי התורה, און א צווייטער נעמט זיך פאר מהיום והלאה צו לערנן די שיעורים ווי אזוי עס דארף צו זיין.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/10/2009 22:16 לינק ישיר 

רז"ל וואלט געברויכט זינגען מיט זיי עולם עולם למה עזבתני....

הושענה רבה ביי רז"ל איז יעדעס יאר ווי תשעה באב ביי אים, די שרעקליכע פיסטקייט וואס הערשט דארט איז אין לשער, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, עס איז פיסט און ליידיג, רז"ל פרובירט צו שפילן הויז ווי קליינע קינדערלעך און פראווענען הושענה רבה, פרובירען צו שפילן דעם שפיל, אבער עס איז ביטער ווי א זית...

ווי אזוי זאגט משה גבאי ווען ער קען ווען נעמט ער א שערל און שניידט אויס די דריי טאג יו"ט הושענה רבה שמיני עצרת שמחת תורה פונעם לוח...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2009 21:26 לינק ישיר 

און יא שמחת תורה, איי איי איז דאס געווען א שמחת תורה, די תורה פריידט זיך אז אידן ווייסן מיט וועלכן רבין זיך צו פרייען מיט די תורה
דאס פוסטקייט אויף די האום דיפא שעלפס האט זיך אנגעזען עד אין לשער
דער קלימאקס איז געקומען ביי די זעקסטע הקפה שמח"ת צופרי כידוע ווען דער בן השלישי האט זיך צושריגן אויף די געפערליכע הוללות און געשריגן עטס קענטס אלע אהיימגיין
(ער געדענקט נעבעך נאר די לעצטע יארן פון ברך משה ווען די באי ביתו האבן אים אויפגערעגט ליידער, מיינט ער אז דאס א מנהג אזוי ווי אושפיזא דיצחק גבורה)



תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 12/10/2009 21:33:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קליפ הושענה רבה תש"ע ביי מהרז"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext