בית פורומים כל העולם כולו

ווען איינס מיט איינס איז א חלה דעקל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/10/2009 21:11 לינק ישיר 
ווען איינס מיט איינס איז א חלה דעקל!

 

פאר יו"ט האב איך געזען א שיין משל פון א געוויסן שרייבער, און איך פיל אז דאס קען צונוץ קומען אלס הקדמה צו א פארלאפענע פאסירונג ממש אין די זעלבע צייט ווען דער משל איז געשריבן געווארן דורך די זעלבע כת.

אט איז דער משל:

ווען איינער פרעגט זיין חבר, וויפיל איז איינס מיט איינס, און יענער ענטפערט, דריי, קען נאך דער חבר מסביר זיין מיט פארשידענע אופנים אז איינס מיט איינס איז באמת צוויי. אבער אויב ענטפערט דער חבר אז איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל, דעמאלטס איז א שאד אויף די צייט. אין אזא פאל טאר מען נישט אפילו פראבירען אויפצוקלערען דעם חבר אז ער איז נישט גערעכט. מען דארף פון דעם מענטש זאפארט אנטלויפן.

און דער נמשל ווערט אויסגעפירט מיט א גאנצע הנחה און א נמשל מיט פיליזאפישע ערקלערונגען מיט א נאמען פון "עספערדזשערס סינדראם" וכו' וכו' ואכמ"ל, ווער ס'האט גענוג קליידער קריעה צו רייסן קען עס ליינען, ווייל דער שרייבער קלערט נישט אז די זעלבע סארט ערקלערונגען האבן מיר שוין געהערט אויפן רבין ז"ל פאר פערציג יאר צוריק, און דאס ליצנות מאכן פון יעדע מין התעוררות קלאפט טאקע אויס מיטן פולסטן מאכט ווי אזוי זיי אליין קוקן אן זייער מנהיג

מיר וועלן נאר צוגיין א שטאפל, און אייך אהערשטעלן דאס ווארט פון הייליגן בעש"ט כל הנגעים אדם רואה חוץ, איז מנגעי עצימו, ווי שיין עס שטעלט זיך דא צו, און איך וויל סעטן אלע ליינער מקדיש צו זיין דעם אשכול נאר פאר דעם נושא, ווייל ס'איז דא אסאך צו שרייבן, מען דארף זיך נאר דערמאנען, אלע פעולות וואס דער כת האט געטון אן טראכטן א טריט פאראויס וואס גייט פאסירן.

איז אט א נארוואס פארלאפענע עפיזאד:

אין די פארגאנגענע - צווישן יו"כ און סוכות טעג האט א חשובער רב פון מאנסי באקומען א טעלעפאן קאל פון די אנשי דור הפלגה אין קרית יואל, מיט א הזמנת כבוד ער זאל קומען אויפטרעטן אין "גרויסן" ביהמ"ד אין קרית יואל (לאכט נישט), דער רב פרעגט צו וועם רעד איך, זאגט דער רופער דא רעדט מען פון התאחדות אברכים דקהל יטב לב אין קרית יואל, און נאכן זעקס מאל איבערפרעגן זיכער צו מאכן צו דאס איז קהל יטב לב, פרעגט ער און ווי דארף מען זאגן די דרשה, זאגט מען אים אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל.

פיין, דער רב שליט"א באדאנקט זיך און נעמט אן דעם כיבוד.

ס'ווערט יו"ט סוכות, און עמיצער האט באמערקט די צעטל פון די שיעורים אין די "גרויסע" ביהמ"ד, און ער זעט א אינטערעסאנטע זאך, צווישן די נעמען פון די "פעיראל" דרשנים, שטייט א נאמען פון א חשובן רב, וואס איז באקאנט אלס גרויסער מעריץ פון רבינו שליט"א (מהר"א), אאון ווי קומט דאס ער זאל אננעמען אט די דרשה.

יענער - וואס האט א שטיקל קשר מיטן רב - האט זיך נישט געפוילט און אנגערופן דעם רב מוצאי יו"ט הראשון, און געפרעגט צו עס איז אמת אז דער רב האט אנגענומען צו רעדן ביי יענעם שול, זאגט דער רב וואס פאלט דיר ביי, איך גיי רעדן חוה"מ אין גרויסן ביהמ"ד, זאגט דער איד פארן רב, איך האב געזען ביידע מודעות, ביי די שיעורים אין גרויסן ביהמ"ד שטייט נישט דעם רב'ס נאמען, ווידער ביי די שיעורים אין יענע שול שטייט יא דעם רב'ס נאמען.

זאגט דער רב, איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר, און דערציילט דאס א. ד. אז מען האט אים אנגערופן פון קהל יטב לב צו רעדן אין גרויסן ביהמ"ד, אין ער האט ספעציעל זיכער געמאכט אויב דאס איז די גרויסע ביהמ"ד און אויב דאס איז קהל יטב לב.

ווי פארשטענדליך האט דער רב אפגעזאגט די דרשה און נישט גערעדט דארט

(ווארט נאר, באלד גייען זיי אלע אויפשפרינגען אז מען האט טעראריזירט...)

יעצט איז דאס נישט קיין ריכטיגע ביישפיל פון איינס מיט איינס איז א חלה דעקל, וואס האט איר געקלערט ווען דער רב גייט אנקומען???


תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 12/10/2009 21:14:42

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 13/10/2009 5:13:25



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2009 23:36 לינק ישיר 

עס איז געשמאק געווען צו הערן היינט ווי איינער האט פארציילט אין סאטמאר ביהמ''ד אין וומ''ס
אז נאך יו''ט איז צו אים צוגעקועמן זיין קרוב - א עלטערע  זאלי'ס - ר' יחזקאל ג' אין אים פארגעהאלטן
''היתכון ענק  זענען אינגאנצען משוגע? ענקער רבי האט געשאקלט לולב אים הו''ר אויף א סטעיזש???''
האט אים יענער גענטפרט, די מיינסט נאר דאס איז דארט געווען? די ווייסט אז שמח''ת אינדערפרי האט די רבי שטיל געמאכט פאר די זעקסטע הקפה אין אפעלירט צו עולם מ'זאל זינגען א וויזניצע ניגון לרפואת פין זיין שווער, אין דער עולם האט געזניגען א וויזניצע ניגון אין ס'האט געדינערט, אין ''כ'האב נישט געהאט צו וועם צו רעדן ''קיינער האט מיך נישט אויסשגעהערט''''

כ'דארף ענק נישט זאגען: דער זאלי האט זיך גלייך ציגעכאפט צו דעם, אין מיט איין שמחה אים געדאנקט פאר די ''גיטע נייעס'', ווען די פארציילער קאטשעט זיך פאר געלעכטער ווי יענער וואס  גלייבט נישט אפי' קיין אמת'ע מעשיות, אבער ווער ס'איז שטאף קעגן {ר'} אהרן ''איז אלעס אמת''

כ'האב געקלערט, ווען אלע זאלי'ס זאלען האבען אזא אמונה פשוטה אין הקב''ה אין און  זיין תוה''ק ווי דאס וואס זיי האבען אין אלע היידפארק פארבירקאצעיס, וואלטען זיי געווען אמת'ע ערליכע יודן,
א שאד!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2009 21:52 לינק ישיר 

האמתנעדרת
האט אריינגעלייגט זייערע קעפ אין חלה דעקלעך

נאדיר א זיסע מעשה יעצט ערשינען אין די זאלי פארום:

ברעיקינג: מהר"א מאכט קידוש מיט אויפגעדעקטע חלות

דעם שמיני עצרת ביינאכט האט דער מאנראוער צדיק געמאכט קידוש מיט אויפגעדעקטע חלות, און דער עולם איז געשטאנען און געקוקט וואס דאס מיינט? ווען איינער האט געפרעגט וואו איז דאס חלה דעקל? האט אים זיין שכן אראפגעלאזט א קלינגעדיגן פראסק און געשריגן "דו חצוף, גיי דיר צו די זאליס..."
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2700908&forum_id=20420




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2009 21:36 לינק ישיר 

איינס + איינס =חלה-דעקל!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/10/2009 21:32 לינק ישיר 

אלע מיינע שונאים אזא מלוכה.........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2009 21:28 לינק ישיר 

אויב די מעשה וועט ענק מחזק זיין נאך אזא שוואכן יו''ט, און נאכ'ן צוזעהן מיט די אייגענע אויגן וואספארא מלוכה בתפארתה מהר''יי האט אין וויליאמסבורג, וועל איך עס אדורכלאזן..... 





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/10/2009 21:27 לינק ישיר 

עס איז כדי צו באמערקן אז זינט מ'האט געפענט דעם ביהמ''ד אויף הופער סט' אין התאחדות אבריכם האט אנגעהויבן צושטעלן די פילע רייכע שיעורי תורה.
ארבעטן זיי יעדעס מאל אויף יעדן רעדנער וועם זיי קענען,
אזש עס זענען שוין געווען פעלער ווען דער עם הארץ האט אליין גערופען אין געזאגט אז מ'טוט אים פערזענליך וויי........
אין כ'דארף פאר קיינעם נישט זאגען: זייערע רעזולטאטען זענען געווען ווערדלאוז...

ווער געדענט נישט שווערע ארבעט, ביי הגר''מ קאטלער, ביי רא''ד דונער פין לאנדאן, ר''מ גרין, וכו'י וכו'
אין ווייסט איינער פארוואס ווער ר' שמעי רעדט אין הופער, טאר נישט הענגן קיין צעטליך אין וומ''ס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2009 21:22 לינק ישיר 

זיי ווערן נישט  מיעד פין די  זעלבע זשאוק, יעדע חוה''מ פראבירן זיי צו רופן כאטשיג איין ערנסטע בעל דרשן, מיט דרוק אין שפילערייען ווי אינעם יעצטיגען פאל, אין ס'האט  זיך דערווייל אויסגעלאזט יעדע'ס מאל מיט די  זעלבע רעזולטאטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווען איינס מיט איינס איז א חלה דעקל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext