פאר יו"ט האב איך געזען א שיין משל פון א געוויסן שרייבער, און איך פיל אז דאס קען צונוץ קומען אלס הקדמה צו א פארלאפענע פאסירונג ממש אין די זעלבע צייט ווען דער משל איז געשריבן געווארן דורך די זעלבע כת.
אט איז דער משל:
ווען איינער פרעגט זיין חבר, וויפיל איז איינס מיט איינס, און יענער ענטפערט, דריי, קען נאך דער חבר מסביר זיין מיט פארשידענע אופנים אז איינס מיט איינס איז באמת צוויי. אבער אויב ענטפערט דער חבר אז איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל, דעמאלטס איז א שאד אויף די צייט. אין אזא פאל טאר מען נישט אפילו פראבירען אויפצוקלערען דעם חבר אז ער איז נישט גערעכט. מען דארף פון דעם מענטש זאפארט אנטלויפן.
און דער נמשל ווערט אויסגעפירט מיט א גאנצע הנחה און א נמשל מיט פיליזאפישע ערקלערונגען מיט א נאמען פון "עספערדזשערס סינדראם" וכו' וכו' ואכמ"ל, ווער ס'האט גענוג קליידער קריעה צו רייסן קען עס ליינען, ווייל דער שרייבער קלערט נישט אז די זעלבע סארט ערקלערונגען האבן מיר שוין געהערט אויפן רבין ז"ל פאר פערציג יאר צוריק, און דאס ליצנות מאכן פון יעדע מין התעוררות קלאפט טאקע אויס מיטן פולסטן מאכט ווי אזוי זיי אליין קוקן אן זייער מנהיג
מיר וועלן נאר צוגיין א שטאפל, און אייך אהערשטעלן דאס ווארט פון הייליגן בעש"ט כל הנגעים אדם רואה חוץ, איז מנגעי עצימו, ווי שיין עס שטעלט זיך דא צו, און איך וויל סעטן אלע ליינער מקדיש צו זיין דעם אשכול נאר פאר דעם נושא, ווייל ס'איז דא אסאך צו שרייבן, מען דארף זיך נאר דערמאנען, אלע פעולות וואס דער כת האט געטון אן טראכטן א טריט פאראויס וואס גייט פאסירן.
איז אט א נארוואס פארלאפענע עפיזאד:
אין די פארגאנגענע - צווישן יו"כ און סוכות טעג האט א חשובער רב פון מאנסי באקומען א טעלעפאן קאל פון די אנשי דור הפלגה אין קרית יואל, מיט א הזמנת כבוד ער זאל קומען אויפטרעטן אין "גרויסן" ביהמ"ד אין קרית יואל (לאכט נישט), דער רב פרעגט צו וועם רעד איך, זאגט דער רופער דא רעדט מען פון התאחדות אברכים דקהל יטב לב אין קרית יואל, און נאכן זעקס מאל איבערפרעגן זיכער צו מאכן צו דאס איז קהל יטב לב, פרעגט ער און ווי דארף מען זאגן די דרשה, זאגט מען אים אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל.
פיין, דער רב שליט"א באדאנקט זיך און נעמט אן דעם כיבוד.
ס'ווערט יו"ט סוכות, און עמיצער האט באמערקט די צעטל פון די שיעורים אין די "גרויסע" ביהמ"ד, און ער זעט א אינטערעסאנטע זאך, צווישן די נעמען פון די "פעיראל" דרשנים, שטייט א נאמען פון א חשובן רב, וואס איז באקאנט אלס גרויסער מעריץ פון רבינו שליט"א (מהר"א), אאון ווי קומט דאס ער זאל אננעמען אט די דרשה.
יענער - וואס האט א שטיקל קשר מיטן רב - האט זיך נישט געפוילט און אנגערופן דעם רב מוצאי יו"ט הראשון, און געפרעגט צו עס איז אמת אז דער רב האט אנגענומען צו רעדן ביי יענעם שול, זאגט דער רב וואס פאלט דיר ביי, איך גיי רעדן חוה"מ אין גרויסן ביהמ"ד, זאגט דער איד פארן רב, איך האב געזען ביידע מודעות, ביי די שיעורים אין גרויסן ביהמ"ד שטייט נישט דעם רב'ס נאמען, ווידער ביי די שיעורים אין יענע שול שטייט יא דעם רב'ס נאמען.
זאגט דער רב, איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר, און דערציילט דאס א. ד. אז מען האט אים אנגערופן פון קהל יטב לב צו רעדן אין גרויסן ביהמ"ד, אין ער האט ספעציעל זיכער געמאכט אויב דאס איז די גרויסע ביהמ"ד און אויב דאס איז קהל יטב לב.
ווי פארשטענדליך האט דער רב אפגעזאגט די דרשה און נישט גערעדט דארט
(ווארט נאר, באלד גייען זיי אלע אויפשפרינגען אז מען האט טעראריזירט...)
יעצט איז דאס נישט קיין ריכטיגע ביישפיל פון איינס מיט איינס איז א חלה דעקל, וואס האט איר געקלערט ווען דער רב גייט אנקומען???
תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 12/10/2009 21:14:42
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 13/10/2009 5:13:25