בית פורומים אחים אנחנו

פארוואס רעדן נישט די אהרונים פון זייער יו"ט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/10/2009 22:04 לינק ישיר 
פארוואס רעדן נישט די אהרונים פון זייער יו"ט?

אין נארונישן פורום איז מען ביזי מיט אשכול נאך אשכול מיטן... (יא! איר האט צוגעטראפן) "אויסגעשפילטן" ראדני ביהמ"ד...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2009 01:15 לינק ישיר 
דאס "מעכטיג" נעילת החג בילד פון רבי-יונה
מצורף קובץ

 



תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 13/10/2009 16:55:13





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2009 01:12 לינק ישיר 

רעב יאנקעל איז נאך אזוי "מחוזק" פון זיין יו"ט אז ער מוז ארויסגעבן זיין "ווייטאג" איבער די אויסגעשפילטע סאטמארער חסידים...

פאלגענד וואס רעב-יאנקעל שרייבט אין נארונישן פורום:

וואס קרענקט זיי?

שטעלט ענק פאר : 
פאר 10 יאר ציריק, האט דער משתמש געברענגט קיין וומ''ס א נידריגע ליידאק פין ירושלים, אין אים אויפגענומען פאר רב........ 
אין מ'האט פארשיקט פין גרויסען ביהמ''ד יעדע נארמאלער מענטש, אלע סאטמערע חסידים, 
טייל האט מען ארויסגעטראגען, טייל האט מען פאשיקט דורך אריינברענגן דעם ליידאק מיט שלעגערס אין מנוולים אין נידריגע מענטשן אלטע בחורים אין גרושים צו פירן אין שרייען אין שול, וכו'  
ביז דער ליידאק האט ארויסגעווארפען דעם ראה''ק בכח הזרוע, אין אים ארויסגעשטויסען פין די ראדני אפיס, 

זענען די ראה''ק געגאנגען אין גערופן דעם ליידיג אין זיינע שליחים לגניבה צו ''די''ת''  ווי די הלכה פארלאנגט. 
אין פארשטייט זיך אז ער בשו''א נישט געוואלט קומען, 
איז קהל געגאנגען אין בלית ברירה גערופן די גזלנים אין קארט ''ברשות בי''ד'' כדי צו צווינגען די כת צו קומען צו די''ת, אין ווען דער ריכטער האט געפרעגט פינעם כת פארוואס זיי ווילן נישט די''ת האבען זיי גענפערט {עס איז דאן געווען די ערשטע מאל, היינט צו טאגס האבען זיי שוין גענטפערט אין בג''ץ אין און ב''פ וכו' בערך די זעלבע לשון} ''מיר ווילן די קארט זאל פסקנ'ן...... '' מיר ווילן נישט קיין בית דין'' 
ציליב דעם האט מען ברשות בי''ד געפענט א געהעריגע קעיס אין געריכט, 
האבען די גזלנים אנגהויבן צו טענ'ן אז דאס א רעליגיעזע אישו אין די קארט טאר זיך אריינמישען, {דעמאלטס פארוואס גייען זיי נישט צו די''ת כאטש??), אין קארט האט זיי נאכגעגבן, 
אין ''אלעס איז געבליבן ביים אלטן'' 

(א פסק וואס זיי זעהן היינט אז עס גארנישט אזוי גיט פאר זיי, ביה''ח אין ב''פ יוכיח, ספעציעל אז זיי קענען נישט באקומען קיין פערמיטס אין קיין מארגעזשעס אויף קיין איין בנין וואס באלאנגט פאר קהל יטב לב) 
למעשה היינט צו טאגס, זיצען זיי בגניבה אין די בנינים פין קהל יטב לב, אין די פיליעריגע סאטמערע חסידים האבען געמיזט בויען א נייע {טאקע א גרעסערע} ביהמ''ד (אזווי די ארטארדאקסן האבען געמיזט טוען, ווען די נעלאגען האבען איבערגענועמן די מאכט אין רוב בתי מדרשים אין אונגערן) 

איז אזוי:  די בית המדרש אויף ראדני, וואס איז שוין אין אינזערע צייטען געווען לאנג אויסגעוואקסען, אזש מ'האט שוין אנגעהויבען צו בויען א נייע בית מדרש, קען ער ניטמאל אנפילן האלב דערפון אפי' ביי הקפות 
(ווער עס געדענקט די הקפות ביי רבינו בעל ב''מ ז''ל פלעגן די מעריב פארענטשעס זיין אין פאליש, אין דרום אין צפון איז געווען ביזען וואנט, אין מזרח איז געווען כמעט ביז'ן ארון קדוש, אין מ'איז געווען צידריקט פינקט ווי ביי די הקפות אין גרויסען סאטמאר ביהמ''ד אויף הופער) 
אין פילט אן די וואנט מיט שענק, מאכט ברייטער די פוילען (אין די זעלבע צייט וואס מ'האט אין ביהמ''ד אין ק''י אפגעשיילט די פוילען) מ'לייגט צו דורכגענג נאך יעדע 4/5 זיצען, אין מ'ברענגט אריין טישען אין ביהמ''ד, וכו'י וכו' אין די בושות אין לשער. 
די זעלבע זאך טוט ער ביים פיקטשער טיש, אין ''נייעם ביהמ''ד'', ווען ער ריקט די פארענטשעס נאר ביז די גאלערייען, אין רוב היכל ווערט פארנועמן דורכ'ן ריזיגען לאנגען-16 פיסיגע ברייטע טיש, אין פראבירט אויפצונמען ווי מער פלאץ, אין האפענטליך וועט כאטש דער פיקטשער געלונגען. 

יעדער פארשטייט אז דאס איז דער גרעסטער סעמפל פין א ''לוזער'', ער גנב'ט אין ער האט נישט וואס צו טוהן דערמיט 

פינקט ווי ווען א גוי גנב'ט א פאר תפילין, אדער ווען א ע''ה גנב'ט א ש''ס, אין ווען א פרוי גנב'ט א מענערישע רעקל. 

דאס ברענגט אז יעדער מענטש קוקט אים אן אזוי נידריגע אין ביליג, 
ספעציעל אז דער עולם מיט וועם ער טאנץט הקפות איז פין אזא נידריגע אין ביליגע סארט, (די פאר ערעסטע וואס ער האט לויפן צו פרידמאן/פילאפ/וכו'), כמעט קיין עלטערע מענטש צו געפינען, אין וואס יא, האבען אויף זיך רעקארדס פין...... 

די בזינות האט נישט קיין טרייסטען! 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2009 00:11 לינק ישיר 
רבותי, ווער געדענקט אים נאך?
מצורף קובץ

גיט א קוק דער געוועזענער משמש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2009 00:07 לינק ישיר 

וואלןס"ח אין נארוישן פורום שרייבט ווי פאלגענד:

רבותי, איך האב די זעלבע טענה ווי סקאט אבער לא מטעמי'

קענט איר מיר מסביר זיין וואס אינטערעסירט איינעם וואס טוט זיך אין ראדני, פון די תגובות דא אין צווייטן אשכול זע איך אז א שיינע פאר זאלונים זענען געקומען זען די הקפות פון רבינו שליטא, נו איך פארשטיי זיי, אז ביי זיך פילט מען פוסט קומט מען טשעקן אפשר איז דארט אויך פוסט, צרת רבים איז דאך חצי נחמה

אבער וואס א גוט יאר גייט אן פאר איינעם וואס האט געטאנצן ביי אונז די הקפות און געהאט די זכי' צו הערן די הייליגע דברי תורה פון רבינו שליט"א בפרט ביינאכט ווען דער רבי האט געזאגט די געוואלדיגע דיבורים פארוואס די אבוה"ק קומען אראפ, ווייל זיי זענען מעלה די תפלות פון אידישע קינדער ווייל נאר זיי פארשטייען אונזערע צרכים, מלאכים פארשטייען נישט די צרכים פון אידישע קינדער (עוד המו מעי ועיני יורדת דמעה ווען דער רבי האט אויסגערעכנט די צרות וואס דער טאטע ז"ל האט מיטגעמאכט) די געוואלדיגע בחינה פון נעילת החג אז דער אייבערשטער טאנצט מיט די צדיקים בעולם העליון

 

עכ"פ שוין פארקראכן, וועם אינטערעסירט נאך וואס דארט טוט זיך, אמת כי המקום אדמת קודש, אונזערע הייילגע רביס האבן דארט געדאוונט, אבער אז באו זרים ויחללוה, הו קעירס וואס דארט טוט זיך

איך פארשטיי באמת נישט ווער ס'גייט אהין דארט, ניטאמאל מחמת הטעם פון חיזוק, ווייל זיי באדערט עס נאך מער ווען מיר גייען אהין, ווייל גענוג די אייגענע צרות וואס מען האט זאל עס נאך יענער זען, אבער באמת וואס זוכסטו דארט, האסט נישט גענוג אייגענע חיזוק אז ס'שטייען טויזענטער אידן צוזאמען געפרעסט אונטער איין דאך און מען פריידט זיך מיט די הייליגע תורה

אתמהה???


 ביז דא פון וואלןס"ח.

און איך וויל אים זאגן, אז וואס עס ווייטאגט דיך איז אז די סאטמארער חסידים האבן פשוט הנאה געהאט פון יעדן נארוני וואס איז געקומען אין גרויסן ביהמ"ד אין ראדני, וויאזוי זיי מוזן קומען זוכן חיזוק ביי זיינע "שונאים". זיין רבי איז אים נישט גענוג, נאר ער מוז זיך מחזק זיין אז ביי זיין שונא איז "אויסגעשפילט".

נישט אומזיסט זענען זיי ארויס אזוי צעבראכן זעענדיג די תורת לאקשן וואס שמואל משכיל פארקויפט זיי א גאנץ יאר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2009 23:59 לינק ישיר 

פאלגענד איז ווייטער וואס רעביאנקעל שרייבט מיט טיפע ווייטאג...

דער ליידאק מיט זיין דורכפאל

די דערמאלעזאציע איז דארט אין לשער, 
די סטעיזש'ס מיט אלע אנדערע פעולות וואס זאל אויפנעמן ווי מער פלאץ, איז די זשאוק אין שטאט 
יעדער ווארפט די שילד אויפן צווייטען, 
דאסקאהל האט דאך ציגעזאגט, אז דאס מאל גייט נישט זיין קיין לעכער אין כאטש די סטעיזשעס וועלן זיין פיל. 

ביי אלע דריי הקפות האט מען אויסגעשטעלט דעם שול א צווייטע וועג, אין פראבירט זייער מזל, ווייל שוין ביי שמיני עצרת הקפות האט דארט אויסגעבראכען א ווילדע אטאקע דורך רז''ל אליין'ס, ''מחוצפים הללות'' מ'טאר נישט טאנצען ארויף אין אראפ ביי די  זעקסטע הקפה..... אשרי עין ראתה! 
שמחת תורה איז אויף מזרח געווען  אריינגערוקט די פארענטשעס/סטעיזשעס ביז נאך די 2 טשילאר'ס..... ווייל שמיני עצרת זענען די פארענטשעס געווען ''דורכזייכטיגע'' אזווי ביי די פרייטוג צו נאכטס טישען! 

ביי גשם האט מען ספעציעל געלאזט די הויכע סטעיזשעס אין שול, כדי ס'זאל אויפנעמן ווי מער פלאץ, זעהט אויס אז די ברייטע דורכגענג נאך יעדע 4/5  זיצען שנייד נישט גענג פאלץ! 

דאס אריינרוקען די סטעיזשעס אין די ''3'' שטאקיגע פארענטשעס (פין דרום אין צפון) ביז פאר די ווייבער שול, האט געמאכט אז די רינג איז געווען ממש כמעט נאר ארום די באלעמער אזש כ'ווינדער מיך וויפיל טיילנאל רז''ל האט געדארפט נעמען ער זאל נישט ווערן דיזי פין אזא רינגע ראנגע ראזי געלויפעכץ. 

א פאפא'נער זאלי האט זיך אויסגעדריקט, ''קוק! מיר  זענען שוין טאקע גרעסער ווי סאטמער'' 

די דערפרעסקייט האט זיך אויך אנגעזעהן מוצאי יו''ט ביים פיקטשער טיש, ווי די 550 זיצען (5 רייעס אויף ביידע זייטען = 10, פין 5 בענק וואס יעדע באנק האט 11 זיצען (ער נישט די אלטע בענק פין ראדני, וועלכע  זענען געווען צו ''גרויס אין ראדני'') = 55 זיצען אין יעדע רייע, =550 זיצען) זענען קוים אנגעפילט געווארען, די מזרח פארענטש האבען נאר געמעגט שטיין די קינדער, אין די 2 זייטן זענען אויך גאנץ שיטער געווען מיט דפערעסטע בחורים, ווען אין די בעקראנד הערט מען ''אהרן הופער אהרן הופער אהרן'' כו' 

אויב גייט עס ווייטער אזוי, דאן גייט ''אלעס ציריק צום אלטען''





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2009 23:59 לינק ישיר 

פאלגענד שייבט רעביאנקעל אין נארוישן פורום:

די קינדער מיט די קארפען קעפ, בראש פינעם נורסערי מלמד א' דאקאהל - דער יעצטיגער פאראפאגאנדע פירער, האבען זיך נישט אפעגשטלעט ביי דעם 

דעם TOLL FREE 800 נומבער, פאר'ן וועד האש''ל 
אין די ריזיגע סיין'ס אויף די דרויסענדע ווענט פין ביהמ''ד צו באגריסען די ''טויזענטער'' געסט 
די מעכטיגע ''בחצרות קדשינו'' לוח וואס מ'האט ארויסגעגבן אז יעדער זאל וויסען די פינקטליכע זמנים פין ''אלע הקפות'' 
וכו' 

עס פארציילט מיך איינער, אז רז''ל האט אנגערופן יחזקאל בראך פין ב''פ, ער זאל ספאנסערן די טיקעטס, פאר די ירושלימער ישיבה קטנה בחורים, {קעסטענבוים (וועלכע פלעגט אמאל צאלען) צאלט היינט נאר פאר וועם ס'דאווענט אין ''זיין'' בעטלאנער שול דמשק '''אליעזר'''} 
האט אים בראך גענטפערט: קודם צאל טיקעטס פאר די יודען פין קליימער נאכדעם וועט מען רעדן פין ירושלים.......





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2009 23:56 לינק ישיר 

מצורף קובץ

און דא איז דער בילד פון טיש חוה"מ סוכות פון הרה"צ רבי מענדל האגער שליט"א אב"ד קרית וויזשניץ, וואס רבי_יונה האט זייער ליב...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2009 23:54 לינק ישיר 

מצורף קובץ

נאך איינס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2009 23:53 לינק ישיר 

מצורף קובץ

1



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2009 23:53 לינק ישיר 

דא איז דער "מעכטיגער" בילד פון די הושענא רבא טיש אין וומס"ב פונעם מאנראוער צדיק.

און פארגעסט נישט אז דאס איז די איינציגסטע טיש וואס דער צדיק'ל האט געפירט אין וומס"ב גאנץ חוה"מ סוכות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2009 23:28 לינק ישיר 

פאלגענד איז די "חיזוק פשעטל" פון רבי-יונה אין נארונישן פורום:

ראדני בית הקברות (סוכות תש"ע)

דעם יום סוכות העעל"ט איז ראדני געווען א בית הקברות, פיזיש און גייסטיש.

פיזיש:

דאס גאנצע שול איז געווען אויסגעקלעפט מיט ווילדע צעדרייטע און צעהיצטע פלאקאטן איבער פאלאק'ס לאט.
ריזיגע ליילעכער האבן מקבל פנים געווען די גרויסע געסט מיט די נייעס פון די "בית הקברות" שע"י הזאלי קאמפאני.

עס איז געווען א געשמאק אריינצוגיין דארט, און זעהן די "בית הקברות" אראפשרייען פון אלע ווענט.

גייסטיש:
איז דארט געווען פוסט און לער און דעמאראליזירט אז ס'איז פשוט א רחמנות.

די אפגעריסענע "לוח המודעות" וואס ראצפערד וואלט זיך געשעמט דערמיט, האט דארט געהאנגען אויף כח.


די מודעות האבן מודיע געווען, צווישן איבריגן, אז:

* יעדע עידזש איז צוגעגרייט באזונדערע פלאץ אויף די "סטעידזשעס" אדער פלאטפארמערס
* ס'וועט פארן באסעס אויפנעמען מענטשן הושענה רבה קיין ראדני בית הקברות - הין און צוריק
* א גאנצע פעידזש איבער די "נעילת החג" צערעמאניע
* ס'וועט זיין קאלטע געטראנקען א גאנצע צייט ביי די הקפות
* מ'וועט טיילן הקפות'לעך מיט הושענה' זאגערס אבי די "חסידים" זאלן שוין אמאל קומען.



פאפא מיט ראצפערד האבן זיך קיינמאל נישט משפיל געווען צו אזא סטופיד שפלות - און מיט דעם אלע איז דארט געווען בזיונות נוראות.


איך האב צו באקומען בילדער פון די לוח המודעות
און פון די "מעכטיגע "ראדני בית הקברות" אויסשטעל.

ווער עס האט האט בילדער, איז מכובד ארויפצושטעלן.

א דאנק 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2009 22:13 לינק ישיר 

וואס דארף מען רעדען גאנטץ וומ"ס האט געזען דע לאנגע ליינס צי קענען אריין גיין זען די טאצעריי פינעם סבלן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > פארוואס רעדן נישט די אהרונים פון זייער יו"ט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext