בית פורומים כל העולם כולו

זעלטן דערהויבענער יו''ט אין סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/10/2009 22:45 לינק ישיר 
זעלטן דערהויבענער יו''ט אין סאטמאר

עס איז נישט דא די משל אראפצומאלען דער דעהויבענעם יו''ט אין סאטמאר,
די ווארימע תפילות בעיקר ביי גשם, אין די הייליגע הקפות, אין די הייליגע תורות,
עס שטייגט יערליך איבער די פריעדיגע יאר, בכמות ובאיכות.

כ'ווייל ארויסברענגן אייניגע שטריכען: ואין מוקדם ומאוחר

די ווארימע דברי תורה וואס מ'האט זוכה געווען צו הערן צווישען די הקפות בפרט פאר די זעקסטע הקפה, ווען אזא ריזען ציבור איז געשטאנען צידריקטערהייט אינגאנצען שטיל, אין געהאלטען די קינדער שטיל, אזש כמעט די גאנצע ביהמ''ד האט געקענט הערן די תורה פין רבינו שליט''א. וואס האט אריינגעברענגט אזוויפיל טויזענטער יראים ושלמים אין אזא הויכע אטמאספערע.

די שווערע טויזנער קינדער ביי די קינדער הקפות ליל שמחות תורה,נאכ'ן געזעגנן פין די סוכה (די קינדער האבען פארנומען די פארענטשעס אויף דרום מזרח אין צפון, בליעה''ר) וואיל זענען פאר די  עסקנים וואס האבען דאס אנגעפירט, ווען אזוויפיל טויזענטער תשב''ר טאנצען פאר הקב''ה, עס איז געווען אימבאשרייבליך
ספעציעל ביי די זעקסטע הקפה, נאך די ווארימע אין פאסיגע ווערטער פין ר' דוד חנני' ווייס - מנהל פין ק''י

די געזעגנן פין די סוכה אין ש''ש, ווען עס איז געלונגען פאר א ריזן ציבור זיך אריינצושטופן אינעם ריזיגען סוכה. אשרנו!
{אגב, נאך ש''ש ווער ר' שלמה שמש האט דורכגעשטיפט אויסצורופן אז די מענער  זאלען ביים ארויסגיין זיך האלטן צו איין זייט כדי ס'זאל נישט זיין קיין תערובות, איז אים אראפגעפאלען די לעצטע קנעפל פין  זיין טיש בעקיטשע, אין ער האט  זיך אנגערופן, ''שוין לאנג נישט געפאלען קיין קנעפלעך....}

דער ביהמ''ד וועלכע איז גלייך נאכען עפענען שוין געווען פשוט ''צו קליין'', ווערט אבער מער אין מער אין ענג יערליך.
שטייענדיג אין די הייעך האב איך געקענט זעהן ספעציעל ביי די זעקסטע הקפה, ווי מענטשן פראבירן מיט אלע כוחות צו אריינצשטופן אין בית מדרש, אבער אן ערפאלג,  בלו גוזמא!
טראץ וואס דער בית המדרש איז אזוי גענוט אויסגעשטעלט מיט די גאר הויכע פארענטשעס, ווי א ריזיגע הויכע באקס {די פארענטשעס פין אלע 4 זייטען זענען צאמגעקנעט, ביי אלע קארנער'ס צו קענען אקמאדירען די מאקסימום} אין אויף די (שמאלע) טרעפ פין די פארענטשעס איז מען בייטוג געשטענען צוויי פאכיג, איינער איטנערן צווייטען,
זאגט מיר איינער וואס האט זיך ''נישט געקענט אריינשטופן'', אז אינדרויסען זענען געבליבן א  זעלטן ריזן ציבור, וואס האט מיטגעהאלטן פין די גאס.....
כ'בין נישט קיין שאצער, צו זאגען א נומבער וויפיל יודען האבען איינאיינעם גאטאנצען, אבער כ'האב נאך נישט געזעהן אזוויפיל יודען אינאיינעם טאנצען, מיט אזא התלהבות מיט די תוה''ק,

כ'האב נישט געקנט פארשטיין וויאזוי מ'האט געקענט עפענען א וועג פאר רבינו שליט''א, בשעת'ן ארום לויפען ביי די זעקסטע הקפה.

עס מיז אבער מער ארויסגערענגט ווערן די איכות ווי די כמות, ווען אזא ציבור יראים אין שלמים, פרייען זיך באמת מיט די תוה''ק, אויף א פארנעם ווי קיינמאל, אזא הייליגע עדה, וואס נעמט אריין אין זיך אזא רוב פין פרומע יודען יר''ש ותלמידי חכמים מופלגים וכו', די הערליכע פירות פין די שווערע הארעוואניע פין אינזערע הייליגע רבי'ס אין אינזערע זיידעס, האט אזוי שיין געבליט.
אוודאי טאנץ זיך מיט די תורה אויף אזא פארנעם, ווען מ'האט  זיך מיט וואס זיך צו פרייען, אין מיט וועם זיך צו פרייען.

די עסקנים וואס האבען מצליח געווען למען טוהר המחנה אז די נשים האבען נאר גענציט וומ''ס סט' אין די אנשים האבען נאר געניצט הופער סט', איז זייער זכות אין לשער. אזוי אויך די פעולות נאכ'ן באגלייטען.

דער געהויבענער באגלייטען במעמד פין אזא ציבור בליעה''ר, אין די ברכת הקודש פין רבינו שליט''א.......

עס זינגט זיך פין  זיך אליין'ס ''אשרנו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו''

אשרי העם שככה לו!

ווער עס קען אראפברענגן א דעטאלירטער רעפארט פינעם יו''ט איז מכובד דערצו.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 04:26 לינק ישיר 
#4

די נאכט פון שמחת תורה הייבט זיך אן אין סאטמאר מיטן געזעגענען פון די סוכה שמיני עצרת פארנאכטס. היי יאר איז עס נאך געווען ס"ג אויך, וואס האט צוגעגעבן א ספעציעלן חן צום געהויבענעם מעמד.

אינדערצייט וואס די 'קליינע' סוכה איז געווען איבערגעפולט עד אפס מקום, אזש ווער ס'איז אנגעקומען ווען מ'האט שוין אנגעהויבן זמירות האט זיך נאר געקענט אריינשטופן אונטער די ברענטשעס צו הערן די פייערדיגע דברות קודש און די מורא'דיגע ברכות וואס כ"ק רבינו שליט"א האט געשאטן בשפע, איז גלייכצייטיג דער גרויסער ביהמ"ד געווארן אנגעפולט פון עלטערן וועלכע זענען געקומען מיט זייערע קינדער כאפן א פלאץ פאר די הערליכע "קינדער הקפות", און קעגנאיבער אין בנין הילמאן האבן זיך געשטעלט מנינים מעריב/שנעלע הקפות אין יעדן ווינקל. טויזנטער אנדערע זענען ארומגעגאנגען איבער די שטאט אריינכאפן הקפות פון אנדערע רבנים און רביים בעפארן אפעסן די סעודה אין איילעניש און צוריקקומען אין ביהמ"ד צו די גרויסע הקפות.

כ"ק רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו מעריב פריער ווי געווענליך, אבער דערנאך ארויס זיך צוצוגרייטן פאר די הייליגע הקפות. כחצות הלילה האט דער שאגת ארי פון "אתה הראית" דערגרייכט אין אלע ווינקלען פון ביהמ"ד, און דער פלייסיגער שטראם האט אנגעהאלטן פאר די קומענדיגע אנדערטהאלבן שעה וואס האט נישט אויפגעהערט צו פליסן פון אלע זייטן ביהמ"ד.

כמעשהו בראשונה פעלט נישט אויס איבערצוחזר'ן די געהויבענע געפילן פון סאטמארע חסידים, די טרערן פון פרייד, און ספעציעל דער אויסטערלישער התעוררות ווען טויזנטער בלי שום גוזמא האבן געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פון כ"ק רבינו שליט"א ביי די הקדמה (כ'געדענק בערך די ווערטער פון רבי'ן, אבער נישט זיכער פונקטליך וואס געזאגט ביינאכט און וואס צופרי, כ'וועל פרובירן צו מאכן א תמצית ביים סוף).

במשך די הקפות דורך די נאכט איז ווי געווענליך דער ביהמ"ד עטוואס ליידיגער געווארן [דהיינו, אנשטאט 4 טויזנט איז געווען בערך 3 טויזנט... בליעה"ר], אבער ביי די זעקסטע הקפה וואס איז אפגעראכטן געווארן ארום 4:30 פארטאגס האט זיך דער ביהמ"ד ווידער איבערגעפולט פון די מידע אפגעמוטשעטע חסידים וועלכע האבן זיך פארט נישט געקענט פארגינען צו פארפאסן אפילו איין מינוט פון דעם געוואלדיגן התרגשות און פייערדיגן קאך וואס שטעלט מיט זיך פאר די "זעקסטע הקפה אין סאטמאר".

א ספעציעלע איבערראשונג האט אפגעווארט די טויזנטער וועלכע זענען געבליבן ביי די זיבעטע הקפה - ווער ס'איז שוין אמאל געווען אין סאטמאר ביי די זיבעטע הקפה ווייסט אז דער ניגון ברענגט אייביג א צוזאמענשטויס צווישן די חסידים מיטן רבי'ן. כ'געדענק נאך יאר איין יאר אויס ביי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ווען מ'האט כסדר געדארפט אפשטעלן דעם ניגון ווייל דורכ'ן טאנצן האט מען אנגעהויבן זינגען אין א צו שנעלן ריטם מיט וואס דער רבי האט נישט געקענט מיטהאלטן. אויך ביי כ"ק רבינו שליט"א האט מען יעדעס יאר געדארפט כסדר אפשטעלן ביי די זיבעטע הקפה אז דער ריטם זאל נישט זיין צו שנעל פארן רבי'ן. ספעציעל ווען מ'נעמט אין באטראכט אז זיי זענען שוין געווען גוט אויסגעמוטשעט ביים סוף פון די הקפות און נישט געקענט נאכיאגן דעם שנעלן ריטם.

היי יאר האט כ"ק רבינו שליט"א אינמיטן די זיבעטע הקפה זיך צעקאכט מיט אן אש קודש - בשעת די משוררים האבן פארצווייפלטע ווידער אנגעהויבן פארשטאטערן דעם ריטם - אויפגעהויבן די ספר תורה אין דער הייך [עטוואס ענליך צום וועג ווי מ'מאכט די נענועים ביי די זעקסטע הקפה צופרי], און אנגעהויבן לויפן ארום דעם ריזיגן היכל הביהמ"ד, רץ כצבי וגבור כארי, אזוי מיטן שנעלן ריטם וואס דער עולם האט געזינגען. דער טויזנט קעפיגער ציבור איז פארכאפט געווארן מיט עקסטאז און התלהבות און די ריקודים זענען דערגאנגען עד לב השמים.

[די וועלכע זענען פארבליבן האבן יעצט געהאט א שטיקל נקמה אין די אנדערע טויזנטער וועלכע האבן פארלאזט דעם היכל נאך די זעקסטע הקפה... און האבן דאדורך פארפאסט דעם אויסטערלישן מאמענט, וועלכער וועט נישט ארויסגיין פון זכרון ביי די אלע וועלכע האבן עס בייגעוואוינט.]

נאך די הקפות האט מען זיך צוגעאיילט מיטן ליינען ווייל מ'האט זיך געדארפט יאגן צו קענען ענדיגן די סעודה בעפאר דעם עלות (פאריאר האט מען קוים אנגעיאגט זיך צו וואשן ווען מ'האט געענדיגט קנאפע צען מינוט צום עלות), אבער דער גאנץ קליינער עולם וואס איז געבליבן ביים ליינען איז ווידער נתרגש געווארן בשעת ווען כ"ק רבינו שליט"א האט עולה געווען לתורה, און געמאכט די ברכה "אשר בחר בנו" מיט הארצרייסנדע בכיות. ס'האט זיך געשפירט אין דער לופטן די ריכטיגע חשקות און גלוסט פון דעם גאון עולם צו די תורה הק'. די איינע ברכה האט ווי סומעריריזט די גאנצע ביז יעצטיגע עבודה וואס אלעס צילט נאר צום "אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו".

המשך יבא בע"ה

[נ.ב.

וזאת למודעי. ס'קען זיך אפשר דוכטן ווי כ'טרייב איבער מיטן שרייבן כסדר טויזנטער אהער טויזנטער אהין. דער טרוקענער מציאות איז געווען אז דער ריזן ציבור וואס האט זיך באטייליגט בליעה"ר האט בע"ה איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען, און יא, כ'האלט אז ס'איז וויכטיג ארויסצוברענגען דעם כמות און איכות פון ריבוי אוכלוסי ישראל בלעה"ר]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/10/2009 23:36 לינק ישיר 

בשמחה_תמיד כתב:

YESWECAN

ערשטע און לעצטע
ווארענונג:

פאר אזעלכע סארט תגובות ווי דאס וואס כ'האב יעצט אויסגעמעקט ווערט מען אויסגעשפארט!


וואס ווילסטו?
א ריכטיגע תלמיד המחכים את רבו (מיילך שטערן)
עפעס גוטע מידות מעג ער זיך אפלערנען פון זיין רבי.
ווי למשל:
ניבול פה
שקר
רעדן אויף אלע גדולי ישראל

יעצט קומט די תירוץ חלה דעקל?

תוקן על ידי NOYOUCANT ב- 14/10/2009 23:37:05




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-14/10/2009 23:30 לינק ישיר 

איין פוינט וועלכע דער עולם האט פארגעסן צו רעדן דערפון.

איך געדענק אין מיינע אינגערע יארן אלץ בחור/ אינגל אין ראדני, ווי איך פלעג שטיין אויף די פארענטשעס מיט מיינע חבירים.

היי יאר האב איך געברענגט מיין אינגל נ"י אזוי ווי אלע יארן, צו קענען זעהן די הייליגע עבודה פונעם רבי'ן שליט"א, און שעפן דערפון יראת שמים אויף אגאנץ יאר. אבער היי יאר צו מיין אנטוישונג, האב איך געזעהן אז וויפיל איך וועל נאר וועלן, וועט ער נישט האבן קיין פלאץ אויפן פארענטשעס. בלית ברירה האב איך געלייגט אינטן ביי די רינג. אבער נאך די הקדמה האב איך געזעהן אז הילד אינני, פשוט פון די  גרויס געדרענג איז ער ערגעץ ווי אוועקגעשטיפט געווארן, האב איך אים אהיים געשיקט.

ווער וואלט זיך געגלייבט אז אין אזא ביהמ"ד ווי הופער זאל נישט זיין קיין פלאץ פאר קינדער אויף די פארענטשעס.



תוקן על ידי חייםהעלער ב- 14/10/2009 23:30:00




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/10/2009 23:18 לינק ישיר 
#3

ווען איך בין אריינגעקומען אין ביהמ"ד שמיני עצרת ביינאכט האב איך באשלאסן דאס מאל זיך נישט צו שטעלן אויף די פארענטשעס. כפי זכרוני פון די פריערדיגע יארן איז שמיני עצרת נישט אזוי געשטופט אונטן, און נאך אלעם טאנצט זיך לעבעדיגער אויף דער ערד וואו דאס פלאץ איז בעסער אויסגעשטעלט צו ארבעטן ווי אויבן. אוי האב איך טייער באצאלט פאר דעם טעות.

ווי ס'האט זיך מיר ארויסגעשטעלט למפרע איז היי יאר געווען א גרעסערער עולם ווי די פארגאנגענע יארן, לויט וויפיל איך האב געקענט דערגיין האבן מער און מער מענטשן זיך אנגעהויבן צוריק צו געוויינען צום טעם פון ריכטיגע הקפות, און דאס האט מיר היי יאר געקאסט צוויי קנעפלעך, און דאס שטיין גראד ביי די זעקסטע הקפה שמיני עצרת... ס'האט זיך אבער שוין איינמאל געלוינט!

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו מעריב בשעת דאס ביהמ"ד פילט זיך צוביסלעך אן. ס'דערקענט זיך אז דער רבי איז עטוואס אפגעשוואכט פון דער עבודת הקודש במשך די לעצטע פיר און צוואנציג שעה, וואס זעט זיך בעיקר אן ביי בואי בשלום ווען דער רבי האט נישט געטאנצן מיט דער זעלבער התלהבות ווי א געווענליכע וואך. מיינע שכנים האבן זיך שטילערהייט געזארגט צו די הקפות וועלן נישט ארויסקומען נא ומבושל.

זיי האבן נישט געברויכט צו לאנג ווארטן 'אנטוישט' צו ווערן. דער פייערדיגער "אתה הראית" האט אריינגעפירט דעם גאנצן ציבור אין א העכערע ספערע, פון וואו מ'וועט זיך נישט ארויסזען פאר די קומענדיגע אכט און פערציג שעה, מיט א שמיץ אריבער.

ס'איז מיר א שאד אויף די מידע פינגער צו שילדערן דעם געהויבענעם און געשמאקן טעם פון די הייליגע שעה'ן. ווער ס'איז נישט דארט געווען וועט עס במילא נישט פארשטיין. ס'איז געווען פריידיג צו זען חסידים ואנשי מעשה, זקנים עם נערים, ווי זיי שפירן מיט די שמחת התורה.

ס'האט דערמאנט דאס באקאנטע חסיד'יש ווארט איבער יענעם וואס פרייט זיך מיט זיין ברודער'ס שמחת התורה, און דאס האט זיך באשיינפערליך אנגעזען אויף אלע טויזנטער אנוועזנדע ווי די שמחה עילאה פון דעם גברא רבא און די געגועין וכיסופין זיינע צו די תורה הק' דרינגט דורך אלע רמ"ח אברים מיט דער שמחת התורה. אזא אמת'ע שמחה קען מען נישט קאפירן אדער נאכמאכן, בלויז ווער עס זעט און שפירט אויפן פלאץ די געוואלדיגע טיפע פרייד ווערט דערפון אנגעשטעקט עד כלות הנפש.

דער קלימאקס איז ווי געווענליך געווען ביי די זעקסטע הקפה. ס'איז נישטא דער פעדער וואס קען אראפמאלן דעם רוישיגן געפיל צו זיין א טייל פון קנאפע פינף טויזנט אידן בליעה"ר - די וועלכע האבן באוויזן אנצוקומען אינעווייניג - וועמענ'ס הערצער און פיסעלעך רייסן זיך ארויף אין איין הילכיגן געזאנג פון "אנן בעינן למיהוי קמי מלכא" ווי דער הייליגער יטב לב איז מסביר דאס טאנצן ביי די הקפות [און וואס געוויסע אומוויסנדע עמי הארצים באצייכענען, כפי השמועה, אלס 'הוללות'].

דעם טיש ביינאכט האב איך נישט געהאט קיין כח מיטצוהאלטן, דאס ביסל וואס איז נאך געבליבן אין די פוס מוסקלען האב איך געדארפט אוועקלייגן פאר די קומענדיגע הקפות. און כ'האב נאך ביז יעצט נישט געהאט די צייט צו קענען הערן וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען, על כן יהי' נא בעיניכם כאילו הייתי פורטם.

המשך יבא בע"ה

תוקן על ידי - געגאנגען - 14/10/2009 23:36:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/10/2009 22:54 לינק ישיר 

YESWECAN

ערשטע און לעצטע
ווארענונג:

פאר אזעלכע סארט תגובות ווי דאס וואס כ'האב יעצט אויסגעמעקט ווערט מען אויסגעשפארט!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/10/2009 19:57 לינק ישיר 

יש''כ געגאנגען,
כ'ווארט אויף די המשך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/10/2009 06:16 לינק ישיר 

אז מהאט נישט וואס צו ענטפערן בלייבט מען שטיל!!
פארשטאנען??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2009 06:03 לינק ישיר 

בלעקבערי! איך זעה אז די ביסט א מבין..די האסט שארפע אויגען...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/10/2009 05:59 לינק ישיר 

יעס.. כמיין די ליידסט אויף די מחלה וואס נחום רז"ב ליידט
און לאו דווקא די נאר די מערהייט פון די זאלי ציבור איז נעבעך טיף געשלאגן דערמיט ווער סוויל זיך איבער צייגן זאל זיך דרייען אביסל אין זייער מנוולישן קינדער בלאג (נישט אוף מיין אחריות כזאג פאראויס ס'פיל מיט ניבול פה)

מדארף שיקן אינאיינעם מיטן כאזער נחום!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2009 03:40 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2009 02:47 לינק ישיר 
#2

ביי סאטמארע חסידים איז הושענא רבא איינער פון די הייליגסטע טעג אין יאר. ווען מ'הערט די זקני החסידים דערציילן וויאזוי דער טאג האט אויסגעקוקט ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אינדערהיים און דאהי, ווען ס'ערוועקט זיך וואס מ'האט אליין געהאט די זכי' מיטצוהאלטן ביי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, גייט אדורך א סקרוך אין די ביינער ווען אימער מ'דערמאנט זיך פון זייער געוואלדיגע עבודה אין דעם טאג.


און דאס זעלבע שפילט זיך ווייטער אפ ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א. טראץ וואס מ'האט זיך א נאכט בעפאר געלייגט אין די פריע פארטאגס שעות נאכן אויסזאגן תהלים, טראץ דעם קורצן פרייטאג ערב יו"ט מיט אלע זיינע פיבערדיגע הכנות, טראץ וואס עס ווארט נאך אפ צוויי רוקן ברעכנדע טעג, וועלן סאטמארע חסידים בשום אופן נישט מוותר זיין מיטצוהאלטן די עבודת הקודש פון רבינו שליט"א.

 

בלויז צו הערן ווי דער רבי איז זיך מתחטא כבן לפני אביו מיט די הארצרייסנדע בכיות ביי די בארימטע "הושענא רבא דרשה" לוינט זיך צו שטיין אויף די מידע פיס לאנגע שעות. אלס 'באנוס' האט מען נאך די זכי' מיטצוהאלטן די הייליגע נענועים ווי טויזנטער אידן ברומען אונטער די ווארימע ניגונים בשעת רבינו שליט"א שטייט אויבנאן ווי דער ריכטיגער שר צבא ה' מיט זיינע 'כלי זיין' און די טרייסלענדע בכיות רייסן דורך אלע שערי השמים.

 

הונדערטער חסידים וועלן נישט מוותר זיין אפילו אויפן טיש הושענא רבא בייטאג, אפשר דער איינציגסטער טיש אין יאר וואו רבינו שליט"א איז נישט משמיע די דברות קודש צוליב דעם קורצן זמן. אינדערצייט וואס רבינו שליט"א און די איבריגע חסידים יאגן זיך אהיים צו פארטיגן די הכנות צום אנקומענדן יו"ט, זעט מען אין ביהמ"ד ווי דער משמש ר' יואל קויפמאן שטעלט אויף אין איילעניש די ריזיגע פארענטשעס אויף מזרח זייט.

 

ווער ס'האט צייט קען באמערקן די פרישע הונדערטער חסידים וועלכע קומען שוין יעצט אן אין ביהמ"ד לכבוד יו"ט צו קענען כאפן א גוטן פלאץ. יעדע מינוט איז א שאד, און איין מינוט צו שפעט קען מיינען פארפאסן לאנגע שעות פון עונג יו"ט.

 

המשך יבא בע"ה

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/10/2009 02:15 לינק ישיר 
אשרי עין ראתה כל אלה!

וואו איז דא דער פעדער וועלכער זאל קענען אראפשפילן מיט לעבעדיגע פארבן די אויסטערלישע שמחה וואס האט איבערגעפולט סאטמארע חסידים דעם פארגאנגענעם שמחת תורה?!

איך כשלעתצי האב זיך פשוט נישט געקענט צוזאמנעמען ביז יעצט צו קענען אויסדריקן מיינע געהויבענע געפילן. נישט ווייל איך האלט אז איך קען עס ריכטיג געבן צו פארשטיין דורך די קאלטע קאמפיוטער קנעפלעך פאר עמיצן וואס האט נישט געהאט די זכי' דאס פערזענליך מיטצוהאלטן, קען מען אבער בשום אופן נישט בלייבן שטיל. פטור בלא כלום אי אפשר.

כ'וועל עס פרובירן מאכן בקיצור, אויף וויפיל מיין איבערגעפולט הארץ וועט עס ערלויבן.

דער ריכטיגער אריינפיר צום מורא'דיגן רגל בפני עצמו וואס "שמחת תורה אין סאטמאר" שטעלט מיט זיך פאר איז געווען ביים שולחן הטהור די נאכט פון הושענא רבא. דאס ערנסטקייט און הייליגקייט פונעם טיש, דער וגילו ברעדה, דער פחד פאר די לעצטע מינוטן בעפאר מ'שיקט ארויס די קוויטלעך פון הימל, האט זיך געטאפט אין דער לופטן. די טייכן טרערן ביי "לעמו מחיש ישועה" און "ראה דמע עיני" האבן אריינגעדרינגען און פארפלייצט די הערצער פון אלע אנוועזנדע.

המשך יבא בע"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2009 19:45 לינק ישיר 

ניין מ'יובל'ט ניצחון,
קעגן שררה גיינציגע מהרסים,
אימארלישע בעלי תאווה, מיט מידות משחתות, הולכים בערכעות ומוסרים.
וועלכע האבען געארבעט מיט אבנארמאלע כוחות הטמאה צו צוברעכן סאטמאר מיט איר גאנצע קהילה קדושה.

בילדינגס קען מען גנב'ן, איז זיי טאקע געלונגען צו גנב'ן רוב בנינים אין וומ''ס,
אבער מענטשן קען מען נישט, ''ספעציעל ווען מ'רעדט פין אזעלכע יודן וואס האבען איבערגעפילט די סאטמאר'ן ביהמ''ד'' דעם יו''ט , זקנים שקנו חכמה, בעלי בתים, תלמידי חכמים, חסידישע יודן מלא טעם,אינאיינעם מיט די אבריכם ובחורי חמדי וואס זייער איידעלע פנים'ער האבען מעיד געווען אויף זייער יראת שמים,  וואס האבען זיך געפרייט בשמחת התורה ווי א זעלטן נאנטער קרוב,  אשרי עין ראתה כל אלה.

אשרנו מה טוב חלקינו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2009 16:42 לינק ישיר 

עפעס טוט וויי אז עטס שרייטס אזוי



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/10/2009 15:55 לינק ישיר 

יא יא

מיר געדענקען נאך זייער גוט, וואו און דער שווערע צייטען, ווען די מחלוקה וואס דער זלמניו האט אנגעברענגט אויף סאטמאר, האט שוין געבושעוועט אויפן ארגסטען!

פרעגט דער לאנגער באזאפנער בן פראדעל אויף הייבן זיין לאנגע פינגער, און אנגעהויבן מאכען נעניעים,

ער האט געפאכעט מיטן פונגער קיין קרית יואל, קיין בארא פארק, קיין לאנדען, קיין בני ברק, שרייענדיג דערביי וז''ל ''איך וועל ענק ווייזען וואס איך קען'' איך קום יעצט קיין קרית יואל און איך וועל מאכען ארדענונג, איך וועל אים אנלערען!

ביזדערווייל?

שטייט ער באמאכט וואו א נער, א שוטה, אונטערען שטוהל, ווען דער עם הארץ הגדול, מיט אראפ געלאזטע נאניע, באגאסען פינקט וואו המן'ס טאכטער, און זיכט נעבאך א היימיש פנים צו וועם צו שמייכלען, און די אויגן שווינדלען אים פון די ''וויטשעס''

אונז בלייבט נאר איבער איין זאך צו זאגען כן יאבדו כל אוביך ה'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זעלטן דערהויבענער יו''ט אין סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext