בית פורומים כל העולם כולו

ווער איז באמת שולדיג??????!!!!!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/10/2009 17:02 לינק ישיר 
ווער איז באמת שולדיג??????!!!!!!!

 

איך שרייב די ווערטער וואס איז מיר געקומען אין מחשבה נאכן שרייבן דא

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2700949&whichpage=1&forum_id=16386

 

עס איז שוין עטליכע מאל דא געווארן אויסגעשמועסט די נושא, ווער איז שולדיג אויף אסאך זאכן אשר לא יעשו וואס זענען געטון געווארן אין די יארן צווישן תשמ"ט און תשנ"ד, איך גיי דא נישט נעמען א שטעלונג, איך וויל נאר ארויסברענגן איין נקודה וואס ווארפט א שטיקל ליכט אויפן סיסטעם, און אדרבה ווער עס האט מוסיף צו זיין יבא ויוסיף.

מען קוקט זיך צוריק אויפן עבר, ווען עס האט אויסגעבראכן די מחלוקה איבער בני יואל, מענטשן זענען געפלויגן פון ביהמ"ד ווי פליגן, וואס הגם דאס איז געווען על פי פקודת קדשו פון רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע, און דער ראש וראשון וואס האט דאס מקיים געווען איז געווען הגה"צ ר' ברוך מיללער שליט"א, עכ"ז איז דאס געווארן ארויס פון די הענט ווי מען רופט עס, ווייל ס'איז קלאר אז נאך עטליכע טעג האט מען נישט איינגעהאלטן וואס דער רבי האט קלאר באטאנט ביי די דרשה "חלילה צו הייבן הענט אויף א איד", ווי אויך די רבי האט גערעדט פון די אלע וואס האבן א יד פון צוברעכן די קהלה, די אלע וואס האבן געלייגט די קינדער אינעם גע'אסרטן מוסד.

למעשה איז עס ארויס פון די גרעניצן, מען האט געטיילט פעטש ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט, און אין א געוויסן זין האט מען אויך געווארפן אזעלכע וואס האבן נישט געהאט קיין ריינע מחשבות (און ס'זאל זיין קלאר, דאס איז געווען א קליינע מיעוט, עכ"פ אין יענע יארן ממש אנהייב, שפעטער איז עס געווענליך געווען נאר ביי די וואס האבן פוער פיהם געווען קעגן רבין).

איך גיי נישט דא אריינגיין אינעם גאנצן ענין פון דעמאלט, ווייל לא על זה באתי, איך וויל צוקומען צו א צווייטע נקודה, אין יענע יארן, זענען די אלע בני יואל געווארן ממש אסור לבא בקהל, מענטשן האבן זיך מונע געווען פון גיין צו שמחות, איך ווייס פון פעלער וואס זיידעס זענען נישט געגאגען ביי שמחות פון אייניקלעך ווייל זיי האבן געלערנט אין יענע מוסד, און נאכאמאל איך גיי נישט דא אריין אין קיין צדדים צו ס'איז גערעכט צו נישט, ווייל ביידע זייטן האבן על מה לסמוך.

דאס אלעס האט זיך אפגעשפילט בעיקר פון תשמ"ט ביז תשנ"ד נ"ה, און ביי נאך אפילו ביז תשנ"ט, און ביי נישט אזעלכע נאנטע קרובים (ווי ברידער שוואגער) האלט עס אן עד היום הזה.

און דאס אלעס איז געווען, הגם דער רבי דער ברך משה זי"ע האט פאר כמה אידן געענטפערט - אויף זייער אנפראגע צו זיי זאלן גיין צו שמחות - אז מען זאל נישט צושטערן קיין שמחות צוליב דעם.

און ווידער אויף דעם איז אויך דא צדדים וצדדים, איך וויל נישט שרייבן קיין נעמען אבער איך ווייס פון גאר חשובע אידן אמת'דיגע תלמידים וחסידים פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל פונדערהיים וואס האבן אזוי געטון, און מען קען זיי פארשטיין (ווי פארשטענדליך די וואס האבן געטון אזוי איז ניטאמאל בייגעפאלן אז ס'איז אפילו א שאלה צו מען מעג גיין צו די שמחות), און ווידער איך נעם נישט קיין שטעלונג ווער ס'איז גערעכט, ווייל אין א געוויסן זין פארשטייט מען ביידע.

 

יעצט גייען מיר א קוק טון וואס איז געווען ביי די מחלוקה פון תשנ"ט, האט איר געהערט אויף אזא מאסשטעבליכן פארנעם אז אלגעמיינע מענטשן גייען נישט צו שמחות פון משפחה צוליב די פאליטיק, איך מיין אז נישט, און פון ביידע צדדים נישט.

(אוודאי איז כדאי צו פארצייכענען דעם עפיזאד - א סעמפל פון א פארביסענע זאלי - אבער ווי פארשטענדליך איז עס לא על הכלל כולו יצא. איך קען א איד וואס וואוינט אין קרית יואל, ער האט א שוואגער וואס באלאנג אין פאפא, און ער האט געמאכט שבת שבע ברכות אין מנוחה ושמחה, פאר איין סיבה, ווייל ס'איז עפארדעבל [איר קענט צולייגן אפשר אויך ווייל ס'באלאנגט פון פאפא? איך גלייב נישט], ער האט גערופן אלע זיינע שוואגער, דער א. ד. שוואגער איז נישט געקומען עסן צו די שבע ברכות ווייל.... ס'באלאנג פאר די ארונים.

יעצט וועל מיר צולייגן די זאך, ווייסט  איינער פון איין ארוני וואס איז נישט געגאנגען צו קיין שמחה ווייל ס'איז פארגעקומען אין ויואל משה אדער אין ברכה סימא בית רחל וכו' וכו' - עכ"פ דאס איז זייער עריטאט היינט אויך - און נאכאמאל נישט ביי יעדן, אבער ס'איז דא, יש ויש)

אז מען נעמט דעם סך הכל פון די מחלוקה פון תשמ"ט ווען בני יואל האט זיך אפגעטיילט פון סאטמאר (אין די פירערשאפט במחנינו איז געווען משה גבאי), אין די מחלוקה פון תשנ"ט ווען די זאליס האבן זיך אפגעטיילט פון סאטמאר (אין די פירערשאפט געפינט זיך אין נארמאלערע הענט) זעט מען דעם חילוק.

דעמאלטס האסטו פאר יעדן הרהור שכנגד געפלויגן פון ביהמ"ד וכו' וכו'

און היינט אזוי לאנג ווי דו טוסט נישט פיזיש קיין פעולות (נישט יענעם צו בויען, נאר אונז) צו צוברעכן, טאלערירט מען דיך, ועזריאל גליק עד שקלים תשס"ט יוכיח.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווער איז באמת שולדיג??????!!!!!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext