בית פורומים כל העולם כולו

געלעכטער: מיכאל שניצלער איז ממש שעדליך פאר די קינדער...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/10/2009 17:33 לינק ישיר 
געלעכטער: מיכאל שניצלער איז ממש שעדליך פאר די קינדער...

די קרעציגע וואס רעדן זיך איין אז דער עולם רעכנט זיך מיט זייער מיינונג האבן זיך אויפגעוועקט. זיי האבן שוין אנטדעקט א פרישן מכשול פאר'ן חינוך פון אונזערע קינדער: מיכאל שניצלער. זיי האבן ארויסגעגעבן אן איסור אויף זיין טעיפ. די צעטלעך וואס איז אויפגעהאנגען געווארן אין די אהרונישע שולן דערקלערן אן קיין שום בושה אז דער טעיפ איז תועבה און טאר נישט אריינגענומען ווערן אין קיין אידיש הויז. ס'איז תועבה! עטס הערטס? תועבה!

די חברה כאפן נישט אז מיט יעדן פרישן אומשכלדיגן איסור וואס זיי געבן ארויס מאכן זיי נאר א חוזק פון איסורים, אזוי אז ווען ס'וועט אמאל קומען אן אמת'ע פירצה אויף וואס מען וועט באמת דארפן מוחה זיין וועט דער עולם לאכן דערפון.

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מיכאל שניצלער'ס טעיפס איז ערגער פון לחיים ברידער אדער אנדערע סימילער טעיפס וואס זענען ארויסגעקומען די לעצטע פאר יאר?

אה יא, מיכאל האט זיך געוואגט אנצופאנגען מיט זיי, ער האט געמאכט א ניגון איבער זיי און זייערע פארדרייטע מוחות. וויאזוי זיי זענען ביזי מוחה צו זיין אנשטאט צו העלפן אידן.

אז דער הונט בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען.

מיין ערשטע ריעקשאן נאכן הערן אז סאיז דא א איסור איז געווען אז איך בין געלאפן אין סטאר קויפן א סידי פון מיכאל.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2009 20:47 לינק ישיר 

די טעות ביי רוב עולם דא איז איין זאך, ס'איז דא א פראבלעים (טאקע א פראבלעם) מיט די ישיבות וועלכע ווארפן בחורים, און דא הערט מען אז מיכאל האט א ניגון קעגן דעם, ווערט מען העפי און צופרידן, נאך פאר מ'ווייסט אפילו וואס ער זאגט. מ'פרייד זיך אז איינער ברענגט ארויס דעם פראבלעם.

למעשה אבער רעדט מען דא פון גאנץ עפעס אנדערש. די ענין פון ישיבות איז קוים צוויי פאראגראפן אינעם ניגון (וועלכע לאזן זיך אויך זייער דעבאטירן..), די גאנצע ניגון איז געבויעט אויף "נישט מוסר זאגן פאר יענעם, און נאר קוקן אויף זיך". און יא, עס איז דא "זייער אסאך" פעלער וואס דער ענין איז ריכטיג, אבער עס איז דא "נאך מער" פעלער וואס עס איז נישט אזוי, און דא קומט א זינגער און גיט פאר אונזערע קינדער א "בלענק טשעק", איינער זאגט דיר מוסר? נעם דיך זינגען דעם ניגון! "אוי דאס רשעות נעמט נישט קיין עק.." וכו'.

דאס איז שוין איינמאל א פראבלעם!

און לגבי די חתימות און איסורים איז אויך אזוי, יא, ס'איז דא ליידער זייער אסאך רבנים וועלכע מ'וואלט געמעגט אויסשליסן פון כלל ישראל (כלשונכם), זייערע חתימות אויף יעדן שטות און פאליטיק מאכט חרוב אידישקייט. אבער פארדעם קען שוין קומען א זינגער און אויסלערנען אונזערע קינדער "באופן כללי" אז א איסור קען מען אוועק מאכן מיט א ניגון מיט ליצנות???

סוף דבר: ס'איז א גרויסע חילוק צו מרעד'ט פון א ספעציפישע רב אדער א ספעציפישע איסור וכדו', צו מ'רעדט פון די זאך בכלליות בדרך גנאי וליצנות.
און דערפאר איז דער ניגון א חורבן פאר'ן חינוך!! זייער פארשטענדליך לדעתי.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2009 20:43 לינק ישיר 

אפשר קען איינער אהער ברענגען די טעקסט פון דעם גאנצן  ליד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2009 20:26 לינק ישיר 

1נארמאלער כתב:
סוי איז דיר  די צעטל געשטאנען אין וועג,
מיכאל שטייט דיר אין וועג הא?
ער שרייט ארויס דעם אין וויטאג פאר טויזענטער עלטערען וואס האבן נישט די מתנה פין נגינה אדער א פלטפארם ווי זיי קענען ארויסשרייען זייער ווייטאג


וויסן זאלסטו אבער אז יעדער נארמאלער מענטש וואס הערט דעם ניגון, האלט אז עס איז "עקלדיג".
ליגנער אין שקרן ווייל יעדע מענטש וואס הערט עס זאגט געוואלד ער איז דאך גערעכט אין ממש ער נעמט מיר אוועק די וועטער פין מיין מויל וכו' אין איך הער דעס פין ערליכע כולל אינגעלייט!!!!! יא גלייב מיר צי נישט!!!!

און עקלדיג מיינט עקלדיג!
פאליטיק אין חילל ה' איז יא שיין?

 "למעשה זאגט ער דעם אמת",
דאס איז יעדער מודה על אפם וחמתם פין די א.ג.עסקנים

1) אפילו ווען ער זאל זיין גערעכט, איז עס א אומדערהערטע זאך אז א "זינגער" - אין אונזער פאל א היבש-נידריג-קלאסיגער זינגער [הרב המחנך המפורסם רבי] מיכאל שניצלער [שליט"א] - זאל זיך לאזן הערן ברבים אין עניני חינוך.
עיין מיין פריעדעגע תגובה
אין יא הרב מיכאל שניצלער שליט"א אין איך וויל נישט שרייבן די עכטע ראשי תיבות אויף די רבנים ווייל מ'וועט מיר נאך חותם זיין פין דא


2) מ'רעדט נישט קיין דברי גנאי [ווי: "הוי דאס רשעות נעמט נישט קיין עק"]
 נאר וואס דען איז עס? זייער גיט אז ער האט עס געזאגט אזוי זאלן די רע-בנים עס הערן איינמאל פאר אלעמאל וואס מ'האלט באמת אויף זיי

3) אויב ליגט דארט "עפעס" אמת, איז עס אינעם ענין פון ישיבות וואס נעמען נאר מצויינים, אבער די גאנצע איבריגע חלק, די אנהייב און די סוף, איז הויל ליצנות פונעם עצם רעיון פון הוכח תוכיח.
זיי מסביר וואס איז די ליצנות. דאס איז דעם ריינעם אמת אין איך הער עס פין הינדערטע מענטשן

חוזק מאכן פון חתימות און איסורים פון רבנים "בכלליות" איז א אומבאשרייבלעך-שרעקליכער עוולה! איך וואלט אים אויסגעשלאסן פון כלל ישראל דערפאר!!!
איך וואלט אויסגעשלאסן די אלע רבנים פין כלל ישראל פאר יעדע איסור וואס זיי שרייבן אן וויסן וואס זיי שרייבן.

וויפיל קען מען צאפן, ס'איז צייט זיך אויפצוכאפן, יענעם מער נישט קלאפן, נאר זיך אליין אויסטאפען..
יא יא מיכאל אין נאמען פין טויזענטער עלטערען וואס האבן נישט די מייק צי אויסשרייען זייער ווייטאג זאך איך דיר א ריזיגען ייש"כ פאר טוהן די געוואלדיגע ארבעט!!!!

[/quote]




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2009 20:09 לינק ישיר 

1נארמאלער כתב:
איך האב געהערט יענעם טרעק פון מיכאל'ס טעיפ.

ס'איז א חרפה  און א בושה!
אז די זיצט אויפן טרייפענעם אינטערנעט!

שוין אפגערעדט פון די אומדערהערבארע איידיע אז א "זינגער" ( - וועלכע זענען געווענטליך נישט פון די מובחרים בעם... - )
איך קען שווערן אז ר' מיכאל טיט מער מצוות ווי דיר אין אלע רע-בנים ציזאמען איך בין מקנה זיין גן עדן וויפיל יידן ער האט משמח געוועהן שעמען זאלן זיך די רע-בנים אין די אויך שרייסט אקעגען א מענטש וואס עס טיט אים ווי וואס עס גייט פאר אין די עולם הישיבות אין זיצט אויפן געאסרטן אינטערנעט!

זאל האבן אין זיינע הענט איבערצוגעבן חינוך פרעזענטאציעס פאר אונזערע קינדער,
ענדערש אים ווי א אנדערע משחית אדער איינער וואס האט מחליט געוועהן אנצעטין שווארצע זאקן אין דערוואכן אין זיך דעקלערט אלץ "רבי" אדער "מחנך"

איז אבער דער ניגון עקסטער א גרויל!
קאמענטארן זענען איבעריג


_________________

  




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2009 19:58 לינק ישיר 

אין בעיה האסט מיר ציגענימען מיינע ווערטער פין מיין מויל.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2009 07:53 לינק ישיר 

כא כא כא

א מתיבתא גבוה בחור מיט א בלעקבערי קומט אויף היידפארק דערציילן אלע לשון הרע'לעך פון ישיבה און דערנאך איז ער מיר א גאנצער מבין אויף חינוך.

נארמאלער, ביסטו טאקע אזא שוטה? אז דו רעדסט זיך איין אז זאכן האבן זיך געטוישט אין ישיבה א דאנק דיר? אונז דא אויף היידפארק זענען שוין אויפן אינטערנעט צען יאר פאר דו האסט באקומען א בלעקבערי. אויב זאלן נאר א צענטל פון די זיסע חלומות וואס אונז האב מיר דא געשריבן מקוים ווערן זענען מיר היינט ביליאנערן.

מיכאל שניצלער איז געגאנגען אביסל צו ווייט מיט זיין ניגון אבער נאך אלעם איז דער ניגון א פיינער און דער טעיפ איז גארנישט ערגער פון אסאך אנדערע טעיפס וואס קומען אריין אין יעדן אידישן הויז.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2009 06:59 לינק ישיר 

צי זאגן אז מיכאל איז דער פראבלעם איז אבסורד אין נער'יש
די אלע ישיבה'לעך ווערן געפירט דורך מענטשן וואס האבן ניט אמאל קינדער אין די בחור'ישע יארן
איינאמל זיי וועלן האבן א בחור אין די יארן וועט זיך דאס גאנצע בילד טוישן
מען ווארפט  זיך היינט בחורים איום ונורא,, נישט אימזסיט איז דא אזויפיל אויס ווארפן אויף די גאסן
די הנהלת האלטן זיך נישט ביים פלאגן מיט א בחור יעדער וויל נאר די מציונים.
 
ס'איז צייט זיך נעמען אויף די הנהלת פין ישיבת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2009 06:06 לינק ישיר 

האק נישט קיין טשייניק. מיכאל שניצלער מאכט נישט חוזק פון קיין שום אידישקייט. עס איז א פשוטע גמרא מום שבך אל תאמר לחברך

אין ער מיינט טאקע מיט דעם אזעלכע מענטשן ווי דיך וואס באשמוצן די ישיבה אויף בחדרי חרדים אין נאכדעם שרייען זיי אז זיי זארגן זיך פאר די חינוך. די ווייסט וואס די רבי זי"ע האט געזאגט איבער די וואס טשעפען מיט זיין ישיבה? די ווייסט וואס סאיז געשען מיט אסאך בחורים וואס האבן געטשעפעט מיטן רבינס ישיבה? א זאך אויף וואס די רבי האט קיינמאל נישט מוחל געווען אפילו ווען די בחורים זענען געווען גערעכט אין נישט די הנהלה. ער האט אזעלכע בחורים ארויסגעווארפן פין ישיבה אין זיי מרחיק געווען, די זעלבע זאך וואס די ווילסט יעצט טאן מיט מיכאל. שאל אביך ואחיך וואס סאיז געשען מיט בחורים וועלכע האבן זיך פארטשעפעט מיטן רבינס ישיבה, זאל די אייבירשטער העלפן אז די זאלסט ח"ו נישט ליידן. האפנטליך וועסטו ארויף גיין צים ציון אין איבערבעטן די רבי זי"ע אין ער וועט דיך מוחל זיין אויף די שרעקליכע עבירה וואס די האסט געטאן

מיט זיין ניגון האט ער געמיינט מענטשן וואס טוען אליין שגץ שטיק אין נאכדעם גייען זיי שרייען אז מיכאל שניצלער איז די שגץ

אין ווען די רעדסט פון איסורים ביסטו טאקע אינגאנצן פארנערט? האסט פארגעסן די איסור פון די ברך משה אויפן בלאט, די מחאות קעגן ר' אליקים שלעזינגער, די איסורים יעדן שני וחמישי פין די פורים בית דין? אא"וו ר' יוד מיר זענען אין תש"ע. איך דארף דיר נישט זאגן וואס סאיז די מצב פון איסורים היינט

מיט אפאר וואכן צוריק בין איך געווען ביי א באווארפן האב איך געזען וויאזוי א יונגל ברענגט א פעקל פאר זיין טאטן אין זאגט אים טאטי איך מעג עסן די לאלי? דער טאטע קיקט אויפן לאלי אין זאגט פארן יונגל, יא די מעגסט עס עסן, סהאט נישט נאר התאחדות הרבנים, סהאט אויך OU

איך ווייס אז די טאטע האט אביסל איבערגעצויגן די שטריק אבער די מיינסט אז טאטעס באהאלטן פין זייערע קינדער וואס סאיז די מצב פין אסאך פון די היינטיגע רע בנים אין וויאזוי זיי האבן געמאכט פון די תורה א קרדום לחפור בה

מיכאל שניצלער זינגט וואס אלע קינדער הערן פין זייערע טאטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2009 04:02 לינק ישיר 

לאגיש כתב:

לייגטס אריין דעם קאפ אין די ערד ווי די בת היענה אין רעטס ענק איין אז סאיז נישטא קיין פארבלעם

אין צייטשריפט די וואך איז דא א הערליכע לאנגע ארטיקל איבער די זעלבע אישו פון די ישיבות אין קינדער אין בחורים ליינען עס אויך



1) ביי מיר איז א גרויסע חילוק צווישן שרייבן אן ארטיקל איבער א פראבלעם, אדער אריינלייגן ביי קינדער אין מויל די ווערטער "הוי דאס רשעות נעמט נישט קיין עק". ס'איז אומדערהערט! איך קען נישט גלייבן אז א היימישע אינגערמאן קוקט עס אן נארמא"ל.

2) לייג אין די זייט די ענין פון ישיבות און בחורים. אפשר זאגסטו מיר וואס ער זאגט דארט ביים אנהייב ניגון און ביים סוף, אויסער די "צוויי פאראגראפן" וועלכע באציען זיך צו דעם ענין. די גאנצע איבריגע חלק מאכט חוזק פון פרומקייטן, פון הוכח תוכיח, פון חתימות און איסורים (!), ועוד. און אויף דעם זאג איך אז איך וואלט מיכאל'ן אויסגעשלאסן פון כלל ישראל!!! ווי איז דאס ביסל שכל? ווי איז דאס ביסל אידישקייט?. גענוג פאר יעצט.


תוקן על ידי 1נארמאלער ב- 16/10/2009 4:03:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2009 03:50 לינק ישיר 

אנטשולדיגט פארן שפעטיגן צו ענטפערן, איך בין נישט אזוי אפט אויפן פארק.

ארגינעלער כתב:
עס ברענגט מיר צו לאכן ווען איך זע ווער ס'רעדט.

נישט קיין אנדערער ווי משוגענער1 וואס זאגט שוין חדשים לאנג מוסר פאר די הנהלת הישיבה און לערנט זיי וויאזוי מען דארף פירן די ישיבה אין קרית יואל כדי צופרידנצושטעלן די בחורים.

נאכמער, דער זעלבער משוגענער1 האט געפירט א מלחמה מיט די הנהלה ווען זיי האבן געווארפן בחורים און ער איז בשאט נפש געגאנגען צו דעם זאלי פארום און דארט געעפנט אשכולות מבזה צו זיין די ישיבה פון רבינו שליט"א. ער האט דאס געטאן איינמאל, צוויי מאל, דריי מאל און הונדערט מאל.

 



במחילת כבודך, די דמיון איז זייער א שוואכע.
מיינע שרייבן דא קעגן די מתיבתא האט נישט צוגעברענגט קיין שום חורבן אין חינוך. איך האב גערעדט קעגן א "יחיד\יחידים" וואס "וויל זיין" א מחנך, מיכאל'ס ניגון רייסט אראפ "באופן כללי" די מחנחים. און אז קינדער זאלן דאס הערן רון זינגען, דאס איז שוין איינמאל א חורבן אין חינוך! זעהסט א שטיקל חילוק?

(דאס וואס דיר ברענט אזוי אז איך האב מבזה געווען די ישיבה פון רבינו שליט"א, ב"ה אז די רעזולטאטן זענען שוין טיילווייז עררייכט געווארן, [פאר שיעור ב' ולמעלה], און אצינד איז שוין יעדער מודה אז ס'איז געווען א טובה, וד"ל)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 06:09 לינק ישיר 

לייגטס אריין דעם קאפ אין די ערד ווי די בת היענה אין רעטס ענק איין אז סאיז נישטא קיין פארבלעם

אין צייטשריפט די וואך איז דא א הערליכע לאנגע ארטיקל איבער די זעלבע אישו פון די ישיבות אין קינדער אין בחורים ליינען עס אויך




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/10/2009 05:23 לינק ישיר 

באראפארקער כתב:
אפגעזעהן פאליטיק, ר' מיכאל'ס טעיפ איז א חינוך פין די וואס מאכען א חורבן פאר'ן חינוך פין אונזערע יונגווארג.


נו לאמיר זאגען אז באראפארקער איז גערעכט. דאן וואס פאסט איז דאס צו שיקען פאר אט די מחנכים וועם ער באזינגט דארט. קינדער און בחורים טארען דאס נישט הערן און ספעציעל נישט אויף דעם פארמאט וואו ער לייגט דאס אראפ



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/10/2009 05:07 לינק ישיר 

אפגעזעהן פאליטיק, ר' מיכאל'ס טעיפ איז א חינוך פין די וואס מאכען א חורבן פאר'ן חינוך פין אונזערע יונגווארג.

מען דארף געדענקען אז ער באשולדיגט נישט אלע מחנכים, און בפרט נישט מוסדות פין קהילות, די מוסדות עפ"י רוב נעמען אהן אלע אייגענע בחורים, נישט קיין חילוק שוואך אדער מצויין. אמאהל מוז מען איינעם ארויסווארפען ווייל ער מאכט פשוט קאליע, און ער ברויך גיין מיט זיינס גלייכען. וואס ער רעדט איז מערסטענס פין אזעלכע רבנים וואס מאכען זיך ישיבות בלויז פאר מצויינים, וואס דאס, הגם עס איז נישט קיין עוולה, אבער טאמער מאכט זיך אז זיי האבען אריין גענומען א בינוני, אדער א שוואכע, און מען ווארפט אים ארויס פאר דעם אליין, איז עס אן עוולה שאין כמוהו.

בכלל, וואלטען אלע מוסדות פין קהילות געדארפט האבען אן אפטיילונג פאר גאר שוואכע בחורים ווי מען זאל זיי אויסלערנען א פאך, און מען זאל זיי שיקען ארבעטען, אזוי זאלען זיי בלייבען פרומע אידען, יראים ושלימים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 04:21 לינק ישיר 


אפגעזעהן סאטמארער פאליטיק, ר' מיכאל'ס טעיפ איז א חורבן פאר'ן חינוך פון אונזערע יונגווארג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 03:55 לינק ישיר 

עס ברענגט מיר צו לאכן ווען איך זע ווער ס'רעדט.

נישט קיין אנדערער ווי משוגענער1 וואס זאגט שוין חדשים לאנג מוסר פאר די הנהלת הישיבה און לערנט זיי וויאזוי מען דארף פירן די ישיבה אין קרית יואל כדי צופרידנצושטעלן די בחורים.

נאכמער, דער זעלבער משוגענער1 האט געפירט א מלחמה מיט די הנהלה ווען זיי האבן געווארפן בחורים און ער איז בשאט נפש געגאנגען צו דעם זאלי פארום און דארט געעפנט אשכולות מבזה צו זיין די ישיבה פון רבינו שליט"א. ער האט דאס געטאן איינמאל, צוויי מאל, דריי מאל און הונדערט מאל.

דער זעלבער משוגענער1 האט שטענדיג זיך געפרייט ווען בחורים און קינדער האבן געטאן גוטע שטיקלעך קעגן די הנהלת הישיבה, די זעלבע בחורים און קינדער וואס ער זוכט יעצט צו פראטעקטן פון מיכאל'ס ניגון.

ר' מיכאל, אט האט איר א מעסעדזש פון משוגענער1: אויב ווילט איר זאגן מוסר פאר די הנהלות זייט מוחל טוט עס נאר אויף די ציוניסטישע היידפארק, און די טריפהנע אינטערנעט, און מאכט זיכער אויסצושמוצן דווקא די הנהלת הישיבה פון די אהרונים, כדי מבזה צו זיין דעם כבוד פון סאטמארער רבי'ן שליט"א.

משוגענער1, טול קורה מבין עניך! דאס איז עקזעקטלי וואס מיכאל שניצלער האט געמיינט מיט זיין ניגון, און דאס איז נישט זיין אייגענער חידוש נאר ער נעמט עס פון רבי טרפון אין די גמרא אין ערכין.

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 15/10/2009 3:56:31




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געלעכטער: מיכאל שניצלער איז ממש שעדליך פאר די קינדער...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext