בית פורומים כל העולם כולו

געלעכטער: מיכאל שניצלער איז ממש שעדליך פאר די קינדער...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/10/2009 06:59 לינק ישיר 

צי זאגן אז מיכאל איז דער פראבלעם איז אבסורד אין נער'יש
די אלע ישיבה'לעך ווערן געפירט דורך מענטשן וואס האבן ניט אמאל קינדער אין די בחור'ישע יארן
איינאמל זיי וועלן האבן א בחור אין די יארן וועט זיך דאס גאנצע בילד טוישן
מען ווארפט  זיך היינט בחורים איום ונורא,, נישט אימזסיט איז דא אזויפיל אויס ווארפן אויף די גאסן
די הנהלת האלטן זיך נישט ביים פלאגן מיט א בחור יעדער וויל נאר די מציונים.
 
ס'איז צייט זיך נעמען אויף די הנהלת פין ישיבת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2009 07:53 לינק ישיר 

כא כא כא

א מתיבתא גבוה בחור מיט א בלעקבערי קומט אויף היידפארק דערציילן אלע לשון הרע'לעך פון ישיבה און דערנאך איז ער מיר א גאנצער מבין אויף חינוך.

נארמאלער, ביסטו טאקע אזא שוטה? אז דו רעדסט זיך איין אז זאכן האבן זיך געטוישט אין ישיבה א דאנק דיר? אונז דא אויף היידפארק זענען שוין אויפן אינטערנעט צען יאר פאר דו האסט באקומען א בלעקבערי. אויב זאלן נאר א צענטל פון די זיסע חלומות וואס אונז האב מיר דא געשריבן מקוים ווערן זענען מיר היינט ביליאנערן.

מיכאל שניצלער איז געגאנגען אביסל צו ווייט מיט זיין ניגון אבער נאך אלעם איז דער ניגון א פיינער און דער טעיפ איז גארנישט ערגער פון אסאך אנדערע טעיפס וואס קומען אריין אין יעדן אידישן הויז.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2009 19:58 לינק ישיר 

אין בעיה האסט מיר ציגענימען מיינע ווערטער פין מיין מויל.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2009 20:09 לינק ישיר 

1נארמאלער כתב:
איך האב געהערט יענעם טרעק פון מיכאל'ס טעיפ.

ס'איז א חרפה  און א בושה!
אז די זיצט אויפן טרייפענעם אינטערנעט!

שוין אפגערעדט פון די אומדערהערבארע איידיע אז א "זינגער" ( - וועלכע זענען געווענטליך נישט פון די מובחרים בעם... - )
איך קען שווערן אז ר' מיכאל טיט מער מצוות ווי דיר אין אלע רע-בנים ציזאמען איך בין מקנה זיין גן עדן וויפיל יידן ער האט משמח געוועהן שעמען זאלן זיך די רע-בנים אין די אויך שרייסט אקעגען א מענטש וואס עס טיט אים ווי וואס עס גייט פאר אין די עולם הישיבות אין זיצט אויפן געאסרטן אינטערנעט!

זאל האבן אין זיינע הענט איבערצוגעבן חינוך פרעזענטאציעס פאר אונזערע קינדער,
ענדערש אים ווי א אנדערע משחית אדער איינער וואס האט מחליט געוועהן אנצעטין שווארצע זאקן אין דערוואכן אין זיך דעקלערט אלץ "רבי" אדער "מחנך"

איז אבער דער ניגון עקסטער א גרויל!
קאמענטארן זענען איבעריג


_________________

  




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2009 20:26 לינק ישיר 

1נארמאלער כתב:
סוי איז דיר  די צעטל געשטאנען אין וועג,
מיכאל שטייט דיר אין וועג הא?
ער שרייט ארויס דעם אין וויטאג פאר טויזענטער עלטערען וואס האבן נישט די מתנה פין נגינה אדער א פלטפארם ווי זיי קענען ארויסשרייען זייער ווייטאג


וויסן זאלסטו אבער אז יעדער נארמאלער מענטש וואס הערט דעם ניגון, האלט אז עס איז "עקלדיג".
ליגנער אין שקרן ווייל יעדע מענטש וואס הערט עס זאגט געוואלד ער איז דאך גערעכט אין ממש ער נעמט מיר אוועק די וועטער פין מיין מויל וכו' אין איך הער דעס פין ערליכע כולל אינגעלייט!!!!! יא גלייב מיר צי נישט!!!!

און עקלדיג מיינט עקלדיג!
פאליטיק אין חילל ה' איז יא שיין?

 "למעשה זאגט ער דעם אמת",
דאס איז יעדער מודה על אפם וחמתם פין די א.ג.עסקנים

1) אפילו ווען ער זאל זיין גערעכט, איז עס א אומדערהערטע זאך אז א "זינגער" - אין אונזער פאל א היבש-נידריג-קלאסיגער זינגער [הרב המחנך המפורסם רבי] מיכאל שניצלער [שליט"א] - זאל זיך לאזן הערן ברבים אין עניני חינוך.
עיין מיין פריעדעגע תגובה
אין יא הרב מיכאל שניצלער שליט"א אין איך וויל נישט שרייבן די עכטע ראשי תיבות אויף די רבנים ווייל מ'וועט מיר נאך חותם זיין פין דא


2) מ'רעדט נישט קיין דברי גנאי [ווי: "הוי דאס רשעות נעמט נישט קיין עק"]
 נאר וואס דען איז עס? זייער גיט אז ער האט עס געזאגט אזוי זאלן די רע-בנים עס הערן איינמאל פאר אלעמאל וואס מ'האלט באמת אויף זיי

3) אויב ליגט דארט "עפעס" אמת, איז עס אינעם ענין פון ישיבות וואס נעמען נאר מצויינים, אבער די גאנצע איבריגע חלק, די אנהייב און די סוף, איז הויל ליצנות פונעם עצם רעיון פון הוכח תוכיח.
זיי מסביר וואס איז די ליצנות. דאס איז דעם ריינעם אמת אין איך הער עס פין הינדערטע מענטשן

חוזק מאכן פון חתימות און איסורים פון רבנים "בכלליות" איז א אומבאשרייבלעך-שרעקליכער עוולה! איך וואלט אים אויסגעשלאסן פון כלל ישראל דערפאר!!!
איך וואלט אויסגעשלאסן די אלע רבנים פין כלל ישראל פאר יעדע איסור וואס זיי שרייבן אן וויסן וואס זיי שרייבן.

וויפיל קען מען צאפן, ס'איז צייט זיך אויפצוכאפן, יענעם מער נישט קלאפן, נאר זיך אליין אויסטאפען..
יא יא מיכאל אין נאמען פין טויזענטער עלטערען וואס האבן נישט די מייק צי אויסשרייען זייער ווייטאג זאך איך דיר א ריזיגען ייש"כ פאר טוהן די געוואלדיגע ארבעט!!!!

[/quote]




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2009 20:43 לינק ישיר 

אפשר קען איינער אהער ברענגען די טעקסט פון דעם גאנצן  ליד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2009 20:47 לינק ישיר 

די טעות ביי רוב עולם דא איז איין זאך, ס'איז דא א פראבלעים (טאקע א פראבלעם) מיט די ישיבות וועלכע ווארפן בחורים, און דא הערט מען אז מיכאל האט א ניגון קעגן דעם, ווערט מען העפי און צופרידן, נאך פאר מ'ווייסט אפילו וואס ער זאגט. מ'פרייד זיך אז איינער ברענגט ארויס דעם פראבלעם.

למעשה אבער רעדט מען דא פון גאנץ עפעס אנדערש. די ענין פון ישיבות איז קוים צוויי פאראגראפן אינעם ניגון (וועלכע לאזן זיך אויך זייער דעבאטירן..), די גאנצע ניגון איז געבויעט אויף "נישט מוסר זאגן פאר יענעם, און נאר קוקן אויף זיך". און יא, עס איז דא "זייער אסאך" פעלער וואס דער ענין איז ריכטיג, אבער עס איז דא "נאך מער" פעלער וואס עס איז נישט אזוי, און דא קומט א זינגער און גיט פאר אונזערע קינדער א "בלענק טשעק", איינער זאגט דיר מוסר? נעם דיך זינגען דעם ניגון! "אוי דאס רשעות נעמט נישט קיין עק.." וכו'.

דאס איז שוין איינמאל א פראבלעם!

און לגבי די חתימות און איסורים איז אויך אזוי, יא, ס'איז דא ליידער זייער אסאך רבנים וועלכע מ'וואלט געמעגט אויסשליסן פון כלל ישראל (כלשונכם), זייערע חתימות אויף יעדן שטות און פאליטיק מאכט חרוב אידישקייט. אבער פארדעם קען שוין קומען א זינגער און אויסלערנען אונזערע קינדער "באופן כללי" אז א איסור קען מען אוועק מאכן מיט א ניגון מיט ליצנות???

סוף דבר: ס'איז א גרויסע חילוק צו מרעד'ט פון א ספעציפישע רב אדער א ספעציפישע איסור וכדו', צו מ'רעדט פון די זאך בכלליות בדרך גנאי וליצנות.
און דערפאר איז דער ניגון א חורבן פאר'ן חינוך!! זייער פארשטענדליך לדעתי.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געלעכטער: מיכאל שניצלער איז ממש שעדליך פאר די קינדער...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.