| נשלח ב-14/10/2009 19:46 |
|
| |
קיט''ל אין מאנסי גייט פארברייטערן ביהמ''ד הגדול בעזהשי''ת
די הערליכע קהילה ''קהל יטב לב'' אין מאנסי, וועלכע שמ'ט מיט זייער כתר שם טוב
אין ווערט געפירט דורך זייער גרויסען רב, דער גדול בתורה ויראה וכו', באהבה ואחדות ע''ד ישראל סבא, אין איז א פראכט אין שטאט,
גייט יעצט אויברייטערן דעם ביהמ''ד הגדול, נאכצוקומען דעם ברייטען וואוקס בליעה''ר,
לויטן פלאן וועט מען כמעט פארדאפלען דעם ביהמ''ד, אין אויפבויען א געהעריגע ווייבער שול, וכו' אין לויטן פלאן וועט עס זיין גענוג פאר די נעקסטע 10 יאר בעזהשי''ת.
די עסקנים האפען אין די טעג אויפצוטרייבען די נויטיגע פאנדס, וואס פעלן זיך אויס.
ווער עס האט דעטאלען קען פאוסטן.
עס איז נישט צום גלייבן ווי ווייט מ'קען אנקומען מיט א אמת'ע רצון, מיט עוסקים בצרכי ציבור באמונה לש''ש, (עס זענען געווען אסאך געלעגנהייטן וואס זיי האבען געקענט ציפיקסען ר' חיים יושע מיט זיין קהילה, ספעציעל דאס אז ר' חיים יושע האט נישט קיין שום דין יורש) דאס האט געברענגט א געוואלדיגע אהבה ואחדות, וואס נאר דאס האט ערמעגליכט אז קיט''ל אין מאנסי זאל האלטן דארט ווי זיי האלטן ב''ה ברוחניות ובגשמיות.
מהם ילמדו וכן יעשו!
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
תוקן על ידי rebyankel ב- 14/10/2009 19:50:42
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 00:22 |
|
| |
די איינציגסטע מאהל וואס איך האב געזעהן א אפענע רוח הקודש ביי רח"ש איז געווען ווען מען האט גע'עפענט דאס נייע שול. האט ער זיך אפגערעדט צו א חבר מיינעם. די וואך האבן זיי טאקע געהאט נאר 20 מענטשן. אבער נעקסטע וואך וועלן זיי האבן 40, און שפעטער דאפלט און דאפלט.
צדיק גוזר והקדוש ב"ה מקיים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 23:43 |
|
| |
כ'וויל נישט פארדרייען די נושא
בנוגע מאנסי, דערמאן איך מיך אז רז''ל איז שוין יא געוווען 2 מאל אין מאנסי
ווען ר' חיים יושע האט געמאכט א הכנסת ס''ת אין א'ט' מיט זיינע שיק יונגלעך זענען ארומגעגאנגען ארומגאגנגען קלעבן סטיקער אויף אלע צעטליך ''בהשתתפות כ''ק אדמו''ר שליט''א''- ווייל רז''ל גייט דאך קומען אין רח''יש'ס מענטשן האבען תיכך אראפגעפליקט, אין א גאנץ שבת איז געווען יו''ט דארט
די צווייטע מאל איז געווען ווען די קווינס תלמידים האט געמאכט א סיום אויף מס' אין רז''ל איז געקומען אויבן אין ''ווייבער שול'' פין רח''יש'עס שול......
די זאלי'ס האבען דאן געמיינט אז מ'גייט זיי געבן דעם גרויסען ביהמ''ד, לכבודו פין דעם גרויסען גאון, אין מ'האט געמאכט א ריזען קעפל אינעם שמיציגען איד, ''כ''ק אדמו''ר מסאטמאר וועט אפהאלטען א באזוך אין מאנסי אין באשיינען סיום מס' אין ביהמ''ד הגדול'' אין געדינגן פאטאגריפירער וכו'י, אין ווען זיי זענען אנגעקומען מוצ''ש אין געזעהן וואס מ'האט זיי ציגעשטעלט האבען זיי אפגעמאכט אז דאס איז די לעצטע מאל.
(רח''יש, פראבירט מיט אלע מיטלען אז די קווינס יונגלייט זאלען דאווענען ביי אים, ווייל אז נישט בלייבט ער מיט א OLD AGE HOME אבער די קווינס תלמידים טענ'ן מיר דאווענען דא בתנאי אז מיר קומען נישט צו קיין איין טיש וכו' מ'קען אינז נישט משעבד זיין מיר דארפען נישט קיין רבי (ביי רחי''ש ווער עס דאווענט נישט אין זיין שול גענוג, אדער שיקט נישט די קינדער אין זיין מוסד, רופט מען צו א מיטינג ביי יענקל קלאגסברוין אינדערהיים, ווי אברהם שלום מענדלוויטש מיט אברהם שמואל עקשטיין געבן א פסק בשם ''קהל'', ממש ווי אין כעלעם)
למעשה, יעדע פאר וואכען לויפן זיי ווידער אוועק, ס'האט שוין געהאלטן ביי דעם אז זיי האבען געוואלט עפענען א אייגען שול, אין אליעזר קעסטנבוים (פאר וועם רח''ש האט זיך אזוי משעבד געווען נאך די גאלדענע הבטחות) האט עס אפגעשטעלט דורכ'ן לייגען דרוק אויף רז''ל אין זיינע מענטשן,
אבער ר' שמעון ברפ''ל כ''ץ (וואס פירט די התאחדות אבריכם אין דינט אלס אפיציעלע דיין ביי רח''ש)פראבירט מיט אלע כוחות זיי צו האלטן, ער האט זיי געגרינדעט א חבורה - זיך איינרעדענדיג אז דאס וועט זיי ציפרידעןשטעלן.
בקיצור מ'דארף רחמי שמים,
ווער האט אים געהייסען שטויסען די סאטמערע, פשוט ווייל זיי פארען צו זייער רבי'ן?
די גרעסטע בושה פין אלעם איז אז דער קוים געגרינדעטער יונגער שול שטייגט איבער זיין שול בכמות ואיכות (חוץ אין גרויסקייט אין שיינקייט וואס וועט בעזהשי''ת נאכקומען), אויסגערופענע ערליכע חסידשע יונגלייט, בני תורה, מיט באזענסענע נארמאלע בעלי בתים.
בראש מיט אזא געשעצטע רב א תלמידי חכם, וירא שמים וכי'
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 23:26 |
|
| |
קוק ווער ס'רעדט
כ'וואלט נייגעריג צו הערן וואס רוב עולם האט צו זאגען ''ווער ברענגט אינטער דעם פארום''
פין וועם הערט מען נישט קיין איין גלייך ווארט,
תוקן על ידי rebyankel ב- 14/10/2009 23:44:00
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 21:34 |
|
| |
פארוואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 21:33 |
|
| |
פארשטיי דו ברענגסט אונטער דעם פורום
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 21:27 |
|
| |
יא! יא!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 21:25 |
|
| |
אברהם וואלף שטאבער איז געווען ביי רז''ל אין מחנה דברי יואל אויף א שבת - פאר די רעקארד
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 20:57 |
|
| |
רבינו שליט"א איז איינגעשטאנען אין מאנסי אין שטוב פון ר' משה יוסף הארטמאן, ראה"ק דקהלתנו הק'. רבי זעליג חלומ'ט הויך.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 20:53 |
|
| |
שאל אביך ויגדך,
און מאנסי וואוינט א יוד ער הייסט אברהם וואלף שטאבער,
און ר' זלמניו וויל זיך באו''א מיט אים נישט טרעפן, משום מעשה שהיה, שאל אביך ויגדך, וד''ל
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 20:50 |
|
| |
איינער ווייסט פארוואס רז''ל איז נאכנישט געווען אויף שבת אין מאנסי?
פארוואס אנטווערפן יא אין מאנסי נישט? האט ער נישט דארט קיין טויזענטער חסידים?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 20:26 |
|
| |
ביזיונות?
יעדער זאלי וואלט זיך געווינטשען, אז ר' זלמניו זאל האבן אזעלכע ביזיונת, וואו רבינו שליט''א הא געהאט שבת און מאנסי,
אוי! אנשולדיגט! איך האב נישט געממינט צו ענפערען יה''ר, כאילו כ'האב גארנישט געזאגט!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 20:24 |
|
| |
גוטע נייעס
ווען פארט דער רבי שליט"א נאכאמאל אויף שבת?
מעגליך וועט מען איצט שוין יא קענען טרעפן א בכבוד'יגע אכסניא און נישט האבן נאכאמאל בזיונות
|
|
|
|
|