בית פורומים אחים אנחנו

די 2 ערשטע ברודערס קין מיט הבל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/10/2009 20:16 לינק ישיר 
די 2 ערשטע ברודערס קין מיט הבל

פון די וואכעדיגע סדרה דארפ מיר זיך אפלערנען ווי ווייט א בנן של קדושים קען זיך דערנידערן דורך די שלעכטע מידות.
די תורה דערציילט אונז אז אדם הראשון, דער ערשטער מענטש אויף די וועלט, ווער נאך אין די וועלט האט געהאט אזא קדושה ווי דער יציר כפיו פון הקב"ה אליין.
ער האט געהאט 2 זוהן וועלכע האבן געהאט די גאנצע וועלט פאר זיך. זיי האבן זיך געקאנט צעטיילן מיטן פאטערס פארמעגן און יעדער זאל זיך בויען זיין אייגענעם רעביסטעווע און געוועלטיגן איבער זיין אייגענע האלבע וועלט.
נאר צוליעב די מידת הקנאה פון עלטערן ברודער וואס האט דוקא געוואלט זיין דער מושל און שליט אויך איבער זיין אינגערן ברודער.
אבער השי"ת האט דוקא מקבל געוועהן די קרבן פון דעם אינגערן ברודער. ווייל דער עלטערער האט עהם גע'רודפ'ט. ואלקים יבקש את הנרדף.

צום סוף האט דער גרעסערער ברודער גע'הרג'עט זיין אינגערן ברודער צוליעב קנאה.

זינט דאמאלט איז שוין איבער 5770 יאהר און נאך עד היום זעהן מיר אז דער עלטערער ברודער איז נישט צופרידן מיט זיינע טויזענטער חסידים, ער האט דאך באקומען פון זיין גרויסן פאטער א ריזיגע רעביסטעווע, א גאנצע שטעטל מיט א אייגענע ממשלה, אויסער דעם ריזיגן בית המדרש, האט ער באופן יוצא מן הכלל אויך א ריזיגע עולם הזה. ער האט א גאנצע שטאט מיט א ווילעדש, א גאווערמענט עפרובד פאבליק סקול וואס ברענגט עהם אריין שווערע מיליאנען דאללארן איינאמע, דערצו נאך א ריזיגע טשיקן פאבריק פון צענדליגער טוזענטער עופות, און א ריזיגן סוער פלענט. זינט דעם הייליגן בעל שם טוב הקדוש האט נאך קיינמאהל קיין רבי פון חסידים נישט פארמאגט אזויפיל עולם הזה. נו וואלט ער דאך געדארפט זיין די מערסטע צופרידן און זיך רואיג זיצן ביי זיך אין שטאדט אויף די ימים טובים אזוי ווי אלע רבי'ס האבן געטוהן אלע דורות. אויך זיין עלטערער שוואגער דער סקווערער רבי טוט. מ'לאזט קומען די טויזענטער חסידים אויף יום טוב צו זיך אין שטאדט.
אבער אז מ'גייט נעבעך אין די פוס טריט פון קין, מ'איז נישט צופרידן אז דער אינגערער ברודער האט אויך עפעס פאר זיך, דאמאלט ווערט מען א רודף אחר הכבוד, מ'לויפט נאך די חסידים קיין ווילאמסבורג.

דער עיקר אז מ'זאל וויסן אז איך האב די גאנצע וועלט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2009 21:51 לינק ישיר 


הטעמבעל טייערער, זיי נישט קיין טעמבעל, פארשטיי אליין אז מען זעהט צוויי ברידער קריגן זיך איז דאס עפ"י רוב אויף רעביסטעווע, ליידער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2009 20:09 לינק ישיר 

אויב איז אדם הראשון געווען א רבי זענט איר גערעכט די פאקט איז נאר אז אדם הראשון איז קיין רבי נישט געווען דעריבער וואינדערט מיר פארוואס די זעסט אין קין און הבל ברידער וואס שלאגן זיך פאר ראביסטעווע אדרבה איז זעע דארט צוויי ברידער וואס שלאגן זיך אן קיין שום קשר צו חסידים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2009 19:51 לינק ישיר 


ר' צבי הירש

גוט געזאגט, הלוואי זאל דאס אויפטוהן לטובה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 00:05 לינק ישיר 

לאמיך מסביר זיין מיינע שורות פאר טעמבל. 
היות די ערשטע 2 ברודער קין מיט הבל זענען דאך געוועהן קינדער פון א זייער גרויסן פאטער, זיי זענען געוועהן גרויסע מיוחסים, דערפאר רוף איך זיי אן מיט'ן טיטול בנן של קדושים.
יעצט דארפן מיר לערנען פון זיי איבער די היינטיגע שיינע אידן וועלכע מיר רופן אן בנן של קדושים בדורינו, זיי דארפן באמת ווייזן א סעמפל פאר דעם שוואכן דור וויאזוי מ'זאל זיך אויפירן בין אדם לחבירו. אויב דער מנהיג הדור וויל נישט מוותר זיין פאר דעם אינגערן ברודער אביסל מענטשן פלייש, וואס זאלן שוין טוען די פשוט'ע עמך אידן וועלכע לערנען זיך אפ פון די מנהיגי העדה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2009 21:08 לינק ישיר 

צבי הירש, יעדע מאל איך ליין פון דיא האב איך עקסטער הנאה, פארוואס?


וויל דו קוקסט אלעס אן מיט ארגינעלע אויגן גלעזער, אפי' א סך זאליס זעהן אלעס מיט קאלירטע ברילן, דהיי' מענטשן-פיקטשערס-עסקארטס-ספיקערס וכו' וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/10/2009 20:31 לינק ישיר 

צבי הירש זייער א שיינע פשעטל אבער מהיכי תיתי  "בנן של קדושים"? זענען פארהאן ווייניג בעלי בתים וואס זענען צוריסן מיט די ברידער און שוועסטער? זענען פארהאן ווייניג בעל בית'ישע משפחות ווי ס'הייבט זיך אן א וועלט מלחמה ווען דער טאטע מאכט צו די אויגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > די 2 ערשטע ברודערס קין מיט הבל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext