| נשלח ב-14/10/2009 23:42 |
|
| |
פסק פון אפיל קאורט
דער פסק פון אפיל קאורט, איבער דעם בעלות פון קהל יטב לב, ווען קומט עס ארויס?
בדרך הטבע וועט נישט זיין קיין פסק פאר דריי חדשים זיכער נישט, עס איז נאכנישט געווען קיין ארגומענטס אין אפילס בכלל, עס איז ניטאמאל באשטימט א דאטום אויסצוהערן די ארגומענטס,
געווענליך ווערט באשטימט א דאטום בערך א חודש פאר דעם, און דאס ווערט ארויפגעשטעלט אויפן וועבזייטל פון קאורט, נאכן אויסהערן ארגומענטס נעמט עס לכל הפחות צוויי דריי חדשים ביז דער פסק קומט ארויס, אסאך מאל נעמט עס זעקס זיבן חדשים, אבער נישט ווינציגער פון צוויי חדשים,
דער יונה'לע דער בעקער, האט זיך געמאכט אפאר פרישע ניקס אין בעקעריי, שרייבט ער מיט זיין ניק יעסוויקען אז דער פסק קומט שוין אט אט,
YESWECAN די האסט גענומען דעם סלאגאן פון דעם שווארצן פרעזידענט אבאמא, און די מיינסט אז אויך אז די קענסט אלעס,די מיינסט אז די קענסט פאפן דעם עולם,
דער אמעריקאנער פרעזידענט לינקאלן, וואס איז געווען א חכם מחוכם און זייער א גוטער זאגער, אפשר אפילו בעסער פון דעם סבלן המהודרת, ער האט גאזאגט אזוי סלאגאן,
You can fool some of the people all of the time, and all of the people
some of the time, but you can not fool all of the people all of the
time.
אין אידיש איבערזעצונג, די קענסט פאפן עטליכע מענטשן אלעמאל, די קענסט פאפן אלע מענטשן עטליכע מאל, אבער די קענסט נישט פאפן אלע מענטשן אלעמאל,
דיינע נארישע קינדערישע זשאוקס פון בלאפן, מאכן ניקס מען זאל מיינען ביסט א זאלוני, איז גוט געווען פאר עטליכע מענטשן און עטליכע מאל, אבער עס ארבעט מער נישט, האסט געטרייט מיט אסאך נעמען - געווארט פרוכטבאר שומר שמיטה הבדלה מנין זעליג כהן וכל שם וחניכא דאית ליה, מיר זענען נישט אזוי נעריש,
און מיר זאגן פאר YESWECAN NO YOU CANT
אונז זעמיר נישט קיין חלה דעקלעך, און אונז קען מען נישט פארקויפן ווען דער אייזל עפענט זיך דאס מאל און שרייט און מאכט זיך וויינען, אז ער האט איין רגע געטראכט פון רבוש"ע, אונז קען מען נישט משוגע מאכן מיט סבלנות שטיק פון נישט באגלייטן כדי צו מאכן שיינע פיקטשערס, און אפילו נישט מיט קיין געקינצעלטע ווייץ געוואקסן אין סווימינג פולס אדער צומות הגידין טריפות, און יעדער דערקענט אויף דיין שרייבן ווי די באלאנגסט,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2009 23:48 |
|
| |
שארטקאט, יפה דיברת, אונז אלע האלטן די זעלבע, קענסט איינעם וואס האלט אנדערש? איך נישט, נאר א ארוני
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 00:39 |
|
| |
ארויני HERE
איך שטים מיט ענק, ער איז א תינוק
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 03:02 |
|
| |
נעבעך דער חולה איז געלאפן און געעפענט א נייעם ניק
NOYOUCANT
יונה'לע ווערסט זייער שנעל עקסייטעד, די ביזט עפעס נישט ביי דיר, האסט שוין די לעצטע דריי טעג געבאקן אזויפיל סחורה יעדע פאר שעה נייע אשקול, און דערנאך הייבסטו אן צו פירקלען פון איין ניק צום צווייטן, הוא מוסיב והוא מפרק, זעליג זאגט און פארשטיי ענפערט חיים העלער פרעגט און וועקי ענפערט הבדלה ברענגט א ריאה לדבריו, בקיצור סטוט זיך ערנסטע ויכיחים יונה רעדט צו זיך אויף אלע זיינע נעמען, עס נעמט נישט קיין 2 מינוט און דער בחור ענפערט זיך אליין, און דערנאך פרעגט ער אים אפ,
ס'קוקט שוין ממוש אויס אזויווי שמואל דוד מארקאוויטש ווען ער וואקט אויף די גאס און רעגט זיך און רעדט צו זיך אליין, דערנאך מאכט ער מיט די הענט און צושמייכעלט זיך, ער האט פארענפערט, נאך א פאר רגעים כאפט ער אז די סברא איז נישט אזוי אויסגעהאלטן און כמעט ווי ער צושרייט זיך וחוזר חלילה ער מאכט עס אוועק מיט די הענט, לכתחילה אריבער,
ר' יונה האט א גוט פאבריק, ער באקט מיט א סאך לעבעלס אין די זעלבע בעקעריי,
דער מצב זעהט עפעס נישט גוט אויס, שוין געבאקען אפאר מעשיות פון מאנסי, אפאר אשכולות שימפט מען שוין אויף כל העולם כלו, אפאר אשכולות איבער שעה טובה אינטערוויו, און אפילו איבער סקווירא האניג קעיק,
לויט ווי עס קוקט אויס וועט ער נישט האבן קיין ברירה נאר אויפשיסן א באמבע די נאכט אינעם בלאט, לאמיר צו ווארטן ביז צופרי וואס דער גוטס וועט זיין,
יונה האסט אונז געווענליך נישט דיסעפוינטעד אין דער בלאט, פליז דאס מאל מאך עפעס אן אויפרייס,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 03:11 |
|
| |
ouchוואס האב איך מיך פארזינדיגט?
די גאנצע איידיע פון עפענען א אשכול אויף יענעם'ס טיפשות, איז שוין דער באראמעטער אויף דייןשכל, און דיין נאמען ווייזט אויף עפפעס אנדערש......
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2009 17:51 |
|
| |
אזא טיפע פארשטאנד. בלע"ה. ווי פלעגט זאגן מיין רבי? אשאד די זעצט זיך נישט לערנען...
אדער בעסער טאקע אז נישט. באלד וועסטו נאך אויפדעקן אז די ריטבא, רשב"א מאירי. איז איין מענטש נאר מיט אנדערע ניקס..
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 22:54 |
|
| |
אין אַ זייטיגע פורום ווערט געברענגט אז היינט (ב' נח) איז פארגעקומען עפעס אַ געריכט איבער דעם אהל אלטע פייגעא, ווייס איינער וואס עס טוהט זיך ?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2009 07:33 |
|
| |
די וואך דארף פארקומען א הירונג איבער די בית החיים, נאך וואס די גנבים האבן עס באוויזן אפצושטיפן אויף צוויי חדשים, ווייסט איינער ווי עס האלט יעצט? וואס גייט מען דן זיין די וואך?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 03:40 |
|
| |
היינט באקומען א טעקסט:
Tuesday will be a hearing regarding our bais hachaiyim in kiryas yoel, please be mispalol for our rushei hakhila it should b with hatzlucha.
|
|
|
|
|