בית פורומים כל העולם כולו

נאך א זאלי פאלשע בילד. דאסמאל אין JDN

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/10/2009 18:22 לינק ישיר 
נאך א זאלי פאלשע בילד. דאסמאל אין JDN

די זאליס האבן געגעבן א בילד פאר JDN
און געשריבן אז ס'איז פון חול המועד.

זיי האבן זיך געשעמט צו שרייבן אז ס'איז פון הושענא רבה, און ס'איז וואסעריג

האבן זיי אים געגבן א בילד פון הושענא רבה און געזאגט אז ס'איז א פשוט'ער חול המועד.
און JDN שרייבט מיט גרויסע ווערטער
חול המועד בסאטמאר


יעצט לאמיר אפירנעמען דעם בילד, און ווייזן פאר די בילדער פעלשער אז די צייט איז פאראיבער פון פעלשעווען בילדער





1) דער זייגער ווייזט אז עס איז 10 מינוט צו 2. און ער שאקלט לולב
חול המועד איז ער שוין לאנג פארטיג, און האלטן אינמיטן שינת צהרים.

2) מ'זעט דעם קיטל, וואס מ'גייט נאר הושענא רבה

3) מ'זעט די גרויסע ליכט, וואס מ'צינדט נישט אן חול המועד.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2009 20:47 לינק ישיר 

כ'ווייס נישט, אבער עס זענען דאן נאך אפי' נישט געוווען אזויפיל בונקער'ס אין מייזען לעכער ווי צי גיין דאווענען
אין יעדע סאטמארע חסיד האט זיך אריינגדעריקט אין רבין'ס ביהמ''ד, - אויב זאגסטו מיר אז דיין טאטע/זיידע האט נישט אריינגעטרעטן צום רבין נאר צו נעילות החג, פארשטיי איך דיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2009 00:50 לינק ישיר 

וואס הייסט א שאץ? קוק אינעם הייליגן מחזור, רבבות רבבות, חסידים ואנשי מעשה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2009 00:37 לינק ישיר 

זאג מיר רעביאנקל א שאץ וויפיל מענטשן האבן למשל דארטן געעדאווענט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 23:51 לינק ישיר 

דוד46 כתב:
רבעיאנקעל

איך ווייס נישט ווי אלט דו ביזט, אבער דאס איז זיכער אדער ביזטו א צוצאק וואס איז קוים ארויס פון אונטער די ווינדלען, אדער ביזטו שוין אויפן "וועבזייט" (כלשונו פון הרב דים).

אויב תשכ"ה איז דאס אלטע ביהמ"ד געווען גענוג פלאץ פאר יעדן, ווייס איך נישט וועלכע אלטע ביהמ"ד דו רעדסט.

און לויט ווי עס קוקט אויס געדענקסו אויך נישט די געזונטע יארן פון רבינו הברך משה זצוק"ל.

און צום שלוס, איך דארף נישט פארענטפערן מיין רבין אזוי ווי דו מיט דיינע חמורים מוזן כסדר טון. איך בין זייער שטאלץ מיט אים. 


פרעג דיין טאטען/זיידען ווי צידריקט מ'איז דארט געשטאנען, עכ''פ דאס איז אמאל זיכער ''אז יעדער איז געקועמן''

אפי' די דארפסט נישט פארענטפרן דיין חכם  ''טוסטו עס די גאנצע צייט'' אבער מיט קיין ריאליסטישע ווארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 22:17 לינק ישיר 

אוי יונה'לע

כ'האב אינגאנצן פארגעסן אז באמת דארפסו ברענגען א פיקטשער פונעם עולם פון בעק פון ביהמ"ד?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 21:16 לינק ישיר 

רבעיאנקעל

איך ווייס נישט ווי אלט דו ביזט, אבער דאס איז זיכער אדער ביזטו א צוצאק וואס איז קוים ארויס פון אונטער די ווינדלען, אדער ביזטו שוין אויפן "וועבזייט" (כלשונו פון הרב דים).

אויב תשכ"ה איז דאס אלטע ביהמ"ד געווען גענוג פלאץ פאר יעדן, ווייס איך נישט וועלכע אלטע ביהמ"ד דו רעדסט.

און לויט ווי עס קוקט אויס געדענקסו אויך נישט די געזונטע יארן פון רבינו הברך משה זצוק"ל.

און צום שלוס, איך דארף נישט פארענטפערן מיין רבין אזוי ווי דו מיט דיינע חמורים מוזן כסדר טון. איך בין זייער שטאלץ מיט אים. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 21:04 לינק ישיר 

איך האב לעצטנסט געליינט רב בלומפעלדס דרשה, לויט ווי ער איז מסביר איז דער יסוד פון זייער חסידות נישט איבער די צידקות פון ר' זלמן לייב'ן, זיי האלטן אז ר' זלמן לייב'ס ראלע איז נישט צו זיין א מוסטער פון א ערליכע איד, זיין ראלע איז בלויז צו זיין דער גענעראל און אטאריטעט וואס שטייט בראש אלפי תלמידי וחסידי רבינו יואל זצ"ל וואס ווילן זיך האלטן צוזאמען מקושר בקשר אמיץ וחזק, כדי דער לעגענדע און שאיפה פון אלטן רבי'ן זאל זיך האלטן און ווייטער לעבן עד ביאת הגואל.

ממילא איז מובן מאיליו פארוואס זיי קומען נישט צו קיין טישן הקפות און הו"ר געזעגענען וכדומה, ווייל זיי האבן נישט קיין סיבה וואס זאל זיין ציען, ווידער ביי נעילות החג און חתונות וכדומה, איז ביי זיי א זמן קהלה לכל, ס'פשוט א זמן פאר זיי זיך ציזאמנעמען באהבה ואחוה צו ווייטער אנהאלטן די נקודה פון רבי'ן זצ"ל.

איך האלט דאס איז זייער א שיינער יסוד פאר חסידות און איך זעה נישט פארוואס דאס זאל נישט האבן א קיום.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 20:35 לינק ישיר 

קוקט אן דעם דוד
ער האט נישט קיין פראבלעם צו זאגען איז די רבי ז''ל האט געהאט אויסגעשפילטע הקפות וכו' - אלעס צו פארענטפרן די דורכגעפאלענע יו''ט פין דעם ליידאק.....
(איז סופרעמסי נישט גערעכט, ווען ער לייגט אראפ די פעלטשער?)

תשכ''ה איז ''יעדע סאטמערער'' געקומען צו די הקפות, הו''ר דרשות, וכו'
נאר וואס דען? סאטמאר האט דעמאלטס נאך געפיט אין א קליין ביהמ''ד!

אין נאכמאל, פארוואס, ביי ענק איז די איינציגסטע צייט אין יאר, וואס  די דעמאקראטען האבען אפגעמאכט צו קומען איז פינקט ביי נעילות החג?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 20:27 לינק ישיר 

רעביאנקעל

איז פארשטיי אז "דאטס" טוט דיר וויי, אז אין דער צייט וואס מיט אנדערע חמורים מיינען אז מען מוז נאכלויפן דעם רבין ביז אין בית הכסא אריין, געפינען זיך ביי די זאלונים נארמאלע און באזעסענע מענטשן וואס קומען פון צייט צו צייט מיטהאלטן לויט זייער געשמאק, אבער זיי געהערן צו די קהילה וחסידות.

זוי האט אויסגעקוקט אין סאטמר אלע יארן. אדרבה, זאג מיר וויפיל מענטשן האט סאטמאר געהאט למשל אין תשכ"ה, און וויפיל מענטשן האבן בכלל אריינגעפיט אין דעם אלטן ביהמ"ד?

וויפיל מענטשן זענען געזעסן ביים טיש יעדן שבת ביינאכט ביי רביה"ק זי"ע, און וויפיל מענטשן זענען געזעסן ביי רבינו ברך משה זצוק"ל יעדן שבת ביינאכט (אין די געזונטע יארן)?

סך הכל: די זאלונים האבן א נרמאלע קהילה און א נארמאלע חסידות, נישט געקאפיט פון דער פרעמד וואו מען האט געשריגן יעדע זאך קדוש, און דאס האט רביה"ק זי"ע געוואלט!

און יעצט הייב אן מיט דיינע לאקשן תורות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 20:22 לינק ישיר 

שכלדיג כתב:

לדעתי, אויב טראכט מען אריין 'שכל'דיג' האבן קיינער נישט פון צוויי מחנות זלונים-ארונים וואס צו זיין צובראכן פון די פארגאנגענע לעצטע טעג פון סוכות.

די ארונים - זיי זענען געבויט אויף מער א חאניאקישן חסידות ווי מ'לויפט יעדן מינוט נאך דעם רבי'ן און מ'פייערט ביים דאווענען, הקפות, הושענות, טישן א.א.וו. און לכולי עלמא האבן זיי דאס געהאט מיט גרויס הצלחה.

די זלונים - זיי זענען בכלל נישט געבויט אויף דעם אופן אוטן זיי צילן נישט בכלל צו דעם, זיי זענען מער געבויט אלס א דמאקראטישן חסידות, מ'לייגט נישט קיין דגוש אויף יעדן תפילה, הקפות וכו', ס'פירט זיך א פעסטונג פון א חסידות וואס עטליכע מאל צילט מען דאס ארויסצוברענגען און ספעציעל איז דאס ביים מעמד נעילת החג, און לכולי עלמא האבן זיי דאס געהאט מיט גרויס הצלחה.

דעריבער איז נאריש צו זאגן אז די בילד פון הושענא רבא איז דירעקט געטוישט געווארן צו חול המועד...


שפתיים יושק!

די צייט ווי די דעמאראטישע חסידות קומט זיך צאם, איז נישט א סליחות, נישט ר''ה, נישט יו''כ, נישט הו''ר, נישט ביי גשם, נישט ביי די הקפות (וואס פלעגט פארטיש זיין די גרעסטע יו''ט'גע כינוס אין סאטמאר), נאר ''נעילות החג'' צו א פיקטשער.....
כ'ווינטש פאר אלע מיינע שונאים אזא הצלחה!

כאפטס נישט וואס די טיסט מיט דיין דעמאקראטישע פארטיי ווען די זאגסט דיינע ווערטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 20:10 לינק ישיר 

וואס ווילסט עטס פון יונה'לען?

ווילאנג ער קריגט זיך נאך אויף אזעלכע נארישקייטן שעפן מיר מחת, ווען ער וועט אנהייבן צו רעדן צו דער זאך וועלן מיר מוזן פארלאזן דעם פורום




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 20:10 לינק ישיר 


סקאט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 20:01 לינק ישיר 

און דאס לעצטע מאל איך האב געטשעקט איז הושענא רבה אויך חול המועד, אלזא איך זעה נישט דא קיין פאלשע בילד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 19:53 לינק ישיר 

אפשר איז שוין צייט צו אויפהערן די בעבישע פיקטשער קריגערייען, יעדן שמחת תורה, פסח, פורים, ל"ג בעומר, חנוכה, קייט מען איבער נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע ארגומענטן, וויפיל איז די שיעור? עטס ווערטס נישט מיד דערפין?

קיינער ווערט נישט סורפרייזד פון די בילדער, ס'שוין אן אנגענומענער מציאת אז די זאלויני חסידות אז אן אנדערע סארט ווי די ארויני חסידות, דער זאלוני וועט עס נישט לייקענען, און ס'אהרט זיי מיטאמאל. ווי "שכלדיג" האט ערקלערט.

ס'שוין אזוי זייט דער אנהויב פונעם טיילונג און עס וועט אזוי זיין בעתיד, נו וואס איז די פירוש עס נאכאמאל און נאכאמאל צו ערווענען? און נאך מיט אזא דראמאטיע!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 19:50 לינק ישיר 

דוד, איז דאס הושענא רבה אדער חול המועד?

פארוואס מ'האט געשריבן  חול המועד איז אויך נישט שווער צו פארשטיין.
דערפאר רעדסטו פון נענונים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נאך א זאלי פאלשע בילד. דאסמאל אין JDN
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext