בית פורומים כל העולם כולו

אנאליז: לויטער געווינערס אין סאטמאר, דאך נישט צופרידן...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/10/2009 00:03 לינק ישיר 
אנאליז: לויטער געווינערס אין סאטמאר, דאך נישט צופרידן...

איר וועט מיך געוויס פרעגן וועלעכע סאטמאר, אמת? וועל איך אייך זאגן אז ביידע סאטמאר'ס,
כאפט נישט קיין הארץ אטאקע, אני הקטן יענקעלע פון בארא פארק זאגט אז יא, ס'איז דא צויי סאטמאר,
צופרידן? וועט איר פרעגן?, איך האלט אז ביידע צדדים מעגן און דארפן זיין צופרידן, עס איז שוין די עכסטע
צייט זיך אראפ זעצן, נישט חלילה צוזאמען...  ווייל אין מערבין... אבער בינם לבין עצמם דארפן ביידע צדדים
איינמאל פאר אלעמאל מאכן א חשבון אויף די לעצטע 10 יאר און מחליט זיין דעם עתיד, וואס האבן מיר
היינט צו טאג, האבן מיר געווינען אדער פארלוירן, און ריאליסטיקלי וואס גייט זיין להבא,

לדעתי קענען ביידע צדדים פראקלאמירן א מעכטיגן געווינס, לאמיר אנהייבן מיטן בן השלישי, רבי זלמן לייב,
איך האלט, און נישט נאר אז איך האלט אזוי נאר איך ווייס דאס קלאר...  אז דער גאנצער זלמן לייב האט זיך אין
וויסטן חלום נישט געקלערט אז ער גייט זיין סאטמארער רבי, איך האב אליין געהערט מפה קדשו (?) אז ער קען
נישט קאנקארירן מיט (רביה''ק) אהרן, ער איז נישט מער ווי דער מטה אהרן, דער שטעקן וואס מען נוצט זיך צו
שלאגן מיט רבי אהרן, ווען משה גבאי וואס האט געוויסט אז ביי אונזער רבי האט ער נישט קיין עתיד האט מחליט
געווען אז ער וועט זיין דער ממליך מלכים, ער וועט פון אהרן מאכן א (אמאליגן) שראליקל אדער א רויזעלע כלשונו,
און צו דעם האט ער געדארפט זלמן לייב'ן וואס איז קיינמאל נישט געווען קיין צו גרויסער ליב האבער פון אונזער רבי,
האט ער עהם אריין גענומען אין בילד, און וויפיל מאל זלמן לייב האט געטענה'ט אז ער איז זיכער אז קען אין דעם
נישט מצליח זיין ווייל ער קען אהרן'ען און ער קען נישט וואס ער קען, האט דער משה צוריק גענטפערט אז ער קען יא,
ער האט עהם ממש געצווינגען דאס אנצונעמען, מיט ליפא וואס איז גראדע יא געווען מיט רבי אהרן גאנץ נאנט, האט
ער נישט געהאט צו א שווער פעלד, ווייל ליפא וואלט פארקויפט די מאמען פאר א נזיד עדשים, און פאר א וועכענטליכן
טשעק פון 82 קאמביינד מיט א הודעה אז ער ווייסט אויף עהם א היבש ביסל שמוץ האט ער עהם תיכף געהאט
באמתחתו, אין די קעשענע ווי מען זאגט, דער פראבלעם איז געווען דער ברך משה זי''ע, וואס איז כידוע געווען א
פיקח עצום און כל זמן ער איז געווען פולקאם געזונט האט ער געוויסט אז ער האט נישט קיין טשענס, וויפיל מאל
ער האט כיטרע פראבירט עפעס ארויף צו קלעבן אויף דעם דעמאלצדיגן קרית יואל'ער רב האט עהם קיינמאל נישט
געשפילט דאס גליק, דער רבי זי''ע איז געווען אזוי מקושר צו רבי אהרן ס'איז געווען ממש נפשו קשורה בנפשו,
נו, הגיע הזמן וואס קפצה עליו זקנה, דער רבי זי''ע איז עלטער געווארן און כידוע האט אנגעהויבן צו פארגעסן
(מילד געזאגט) דאן האט משה גבאי אנגעהויבן אויסצו ניצן דעם רבי'נס שוואכקייט און אויף א סיסטעמאטישן אופן
אנגעהויבן משמיץ צו זיין און מבאיש ריח צו זיין דעם קרית יואלער רב האפענדיג אז הגיע הזמן, מען וועט אן
העצן דעם רבי'ן אויף רבי אהרן און מאכן פון עהם א שראליקל,

טראץ דעם וואס על פי רוב האט דאס נישט געארבייט, און מאל נאך מאל האב דער רבי ארויס געוויזן זיין אהבה
וחביבות בלי מצרים פאר בנו הגדול, און אפילו ווען דער מצב איז שוין געווען זייער אנגעצויגן ביי איינעם פון די
חתונות וואס זלמן לייב האט געמאכט, און מען האט יענעם טאג געהעצט אויף רבי אהרן אויף א אכזריותדיגן אויפן
און געהאפט אז ביי די חתונה וועט ער עהם ענדליך מבזה זיין ברבים אז ער זאל דאס האבן צו געדענקן, אבער לדאבתו
פון משה גבאי און למזלינו הרב (אויב עס פאסט אזוי צו שרייבן) האט דער רבי פארגעסן פון מינוט צו מינוט, די שעות
פון העצערייען האט אויסגעוועפט זייער שנעל, און ווען מען האט נישט געוואלט געבן א בענקל פאר קרית יואלער רב ביים
קבלת פנים טראץ די פארלאנגען פונעם רבי'ן האט יעדער געזען ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און איבער געגעבן זיין בענקל, דעמאלטס האט מען שוין געשווינד פארשאפט א בענקל, איז אויסגעקומען אז טראץ וואס זלמן לייב איז געווען דער מחותן און ביי די חתונות זענען אלץ די מחותנים געזעצן די ערשטע און נאר נאכדעם די קינדער לפי הגיל, איז דאן דער קרית
יואל'ער רב ביי זלמן לייב'ס חתונה געזעצן דער ערשטער ופני המן חפו. אזוי איז ווייטער געגאנגען מצד אחד העצערייען
למעלה מן המושג און מצד השני דורכפאל נאך דורכפאל, פשוט דער רבי האט על פי רוב נישט קאאפערירט, ביז מען האט
מחליט געווען צו שיקן זלמן לייב'ן קיין ירושלים, און עהם דארט האלטן ביז דער מצב פון רבי'ן וועט נתדרדר ווערן אז
מען וועט מיט עהם קענען טוהן כל שלבם חפץ,

בעוה''ר דעם מצב ביי רבינו זי''ע הלך והתדרדר ס'איז געגאנגען מטה מטה, און מען האט ליידער מיט עהם געקענט
טוהן ואס זיי האבן געוואלט, מען איז געבליבן אינדערהיים שבועות וייל עס שנייט..., דא קען מען נישט גיין אין בית המדרש
וויל מען פעינט..., מען האט פון דעם אלטן איד נעבעך געמאכט ליצי ליצנות אן קיין שום רחמנות, זלמן לייב וואס איז שוין
צוריק געקומען פון ירושלים ווארט שוין קוים איבער צו נעמען די מלוכה, מען האט זיך שוין צוקריגט מיט אלע זקני וחסידי
רבינו, און מען לעקט שוין לאנג די לעפקעלעך מיט די יאקאבאוויטש'לעך, די צוואות כתוב וחתום מיט עדות איז שוין 
גרייט,  מען ווארט נאר אויף איין זאך, יקרבו ימי אבל אבי ואהרגה את אהרן אחי, אזוי ווי דער טאטע מאכט זיך צו די אויגן
וועט מען פטור ווערן פון אהרן'ען,

וויאזוי האט משה געזאגט, מיט די קעלבלעך (חסידי בעל ברך משה) האב איך נישט קיין פראבלעם, דער פראבלעם
וואס קען אפשר זיין איז מיט די לעפקעלעך טירנויערס און יאקאבאוויטשלעך, נו, מיט זיי וועל איך מיך א עצה געבן און ביז
אפאר חדשים וועל איך זיי אויך האבן, למעשה איז געווארן מהיפוך להיפוך, די לעפקעלעך וואלדמאנס און יאקאבאוויטשלעך 
האט ער גלייך באקומען, בלק און מואב האבן שלום געמאכט לכבוד זייער געמיינזאמע שנאה כבושה לרבי אהרן, אבער
מיט די חסידי סאטמאר די אלע וואס האבן זיך צו געשטעלט צום הייליגן ברך משה זי''ע מיט זיי האט ער געהאט דעם 
גרעסטן פראבלעם, וויפיל ער האט פראבירט איז עהם נישט געלונגען, 

אלזא לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל און זעהן ווער האט געווינען, ווער האט פארלוירן, 
זלמן לייב: געווינען, ער האט גארנישט געהאט, און היינט צו טאג איז ער א רבי, נישט קיין חילוק וויפיל חסידים
ער האט, און צו ער האט בכלל חסידים, צו די פוקטשערס זענען אמת צו פאלש, צו ער איז א רעגאלער רבי צו א
נח''ש (נעילת החג, חתונה, שושן פורים) רבי, צו ער האט 5 קוויטל גייערס צו 500 קוויטל גייערס דאס אלעס איז נישט
קיין נפקא מינא, ער איז  א סאטמארער רבי,

רבי אהרן: שטארק געווינען:  פארוואס שרייב איך "שטארק" געווינען, איז פשוט, (יא, איך זעה מאיר ראטה לאכט...)  ווייל בו בזמן וואס זלמן לייב האט געווינען איז דאס נישט געווען ביוזמתו, ער האט גארנישט געטוהן דערצו, א גאנצער אפאראט האט געארבייט פאר עהם, משה גבאי, זריאל גליק, ישראל חיים מנשה, מאיר ראטה, יאנקל כהנא, זלמן לייב פיליפ, שאול פערלשטיין, שלמה לייב ווינבערגער, חיים דוד כ''ץ, UTA, משה מנחם טירנויער, און אויף א געוויסן זין דער ברך משה (בסוף ימיו) אלע געוועזענע הויז בחורים (פון ברך משה) אלע אנגעשטעלטע, יעדער איז געווארן איינגעשפאנט צו ארבייטן להצלחתו
פון זלמן לייב, און רבי אהרן איז געבליבן נקי, קיין טאטע, קיין בנינים, קיין בית המדרש, גארנישט גארנישט, ערום
נאקעט, און עם כל זה ווען מען גיט א קיק ווי ער האט געהאלטן דאן און ווי ער האלט יעצט, איז דאס פלאי פלאים,
פון א אויסגעשפילטן מענטש פון איינעם וואס מען האט אלעס צו גענומען איז ער געווארן דער רבן של ישראל, דער
גרעסטער תורה אוטוריטעט, דער מלך (מאן מלכי רבנן) מיטן כתר תורה, (כעדותו של הבעל שבט הלוי שליט''א)
דער גרעסטער מרביץ תורה בדורינו (כעדותו של ראב''ד ירושלים) דער גרעסטער גודר גדר ועומד בפרץ בדורינו
(כעדותו של הרה''ג רבי אליקים שלעזינגער שליט''א), טויזענטער אידן שטייען און נהנין ממנו עצה ותושי', טויזענטער
אידן שטופן זיך באנאזאם און פארגיסן טייכן טרערן ביי זיינע תקיעת שופר, כל נדרי, הושענא רבה דרשות, פון בלייבן
אויסגעשפילט אויף די גאס האט ער זיך געבויט אין וויליאמסבורג, דעם גרעסטן בית המדרש, מוסדות התורה והחינוך
פאר יונגלעך, א מעכטיגן מיידל סקול, א כולל מיט אפאר הונדערט יונגעלייט, א מצה בעקערי, קעמפס, שמחה זאלן,
גמ''ח'ס און בוטשער סטארס אלעס ניי מתחילה ועד סוף (העי, מאיר לאכסט שוין נישט, הא?) יא, אויב הייסט דאס נישט
שטארק געווינען ווייס איך נישט וואס עס הייסט יא.

די בנינים, נו, ווייסן מיר דאך אין וויליאמסבורג האבן די זאלונים שליטה אויף אלע אלטע בנינים, (צו ביושר צו נישט איז
נישט די אישו) און לכאורה וועט דאס שוין בלייבן אזוי, מען דארף געדענקן אז נישט ראדני מאכט א רבי'ן, און בנינים מאכן
אויך נישט קיין רבי, פונקט ווי דער רבי דער בעל דברי יואל זי''ע האט פארלוירן זיינע אלע בנינים אין די שטאט סאטמאר
און דאס האט עהם נישט געמאכט אויס סאטמארער רבי פונקט אזוי האבן די אלע בנינים ואס מיר האבן פארלוירן נישט געמאכט אונזער רבי אויס רבי, בנינים זענען ערזעצבאר, און דאס וועט מיך צוברענגען צו מיין פוינט: איך חלום און האף אז ביידע צדדים זאלן ענדליך איינזעהן אז בדרך הטבע גייט דאס זיך נישט טוישן וויאזוי האט שאול פערלשטיין געזאגט? "אלעס בלייבט
ביים אלטן", און ער איז גערעכט, בדרך הטבע וועט זיך דאס נישט טוישן, די זאליס דארפן אנדערקענען אז פונקט ווי
אין וויליאמסבורג זענען זיי געבליבן מיט די מוסדות און די אהרונים בויען זיך אויף דאס ניי, איז אין בארא פארק דארפן
זיי זיך בויען פון דאס ניי, און פונקט ווי אין מאנסי בויען זיך זיך די אהרונים נייע מוסדות און אזוי אויך אין ירושלים,
דארפן זיי אראפ לייגן דאס געווער אין בני ברק און אין קרית יואל אין זיך אליין בויען, קיינער גייט נישט געווינען פון זיך
ווייטער שלאגן און הרגענען, פארוואס אין ירושלים מאנסי און אין ווילימסבורג ווי די אהרונים האבן פארלוירן איז שלום ושלוה
און אין בארא פארק, בני ברק און אין קרית יואל שלאגט מען זיך כסדר, ס'איז די עכסטע צייט אראפ צו לייגן דאס געווער
און צו זיין אביסל ריאליסטיג, וואס? איך בין נאאיוו? יא, איך ווייס, אבער א נאאיווער חלום איז בארעכטיגט, ניין?.


יא, איך האב פארגעסן, און דאס וועט ווארפן א שטיקל ליכט פארוואס פון מיין חלום וועט גארנישט ווערן, צו די מחלוקה
איז דא נאך א צד, און דער צד איז נישט קיין אנדערער ווי דער רשע און עוכר ישראל דער אנדרייער פון די גאנצע מחלוקה
משה גבאי: און ער איז דער גרעסטער לוזער, יא, ער איז דער פארלירער ביי די מחלוקה, דער נארישער, הע, לאו
דווקא נאריש, ווייל קיין נער איז ער נישט, ליבערשט דער אכזר משה גבאי, ער איז דער ארכיטעקט פון די גאנצע מחלוקה
ער האט יארן לאנג געארבייט אויף דעם בלו פרינט אלע פלעינער זענען גרייט געווען מיט קאלירטע פארבן, אלעס
האט אויסגעזען אזוי שיינענדיג, און פופ, כחלום יעוף, וכעשן תכלה, דער פלאן האט מיאוס אפ געפוטשט,  און ער ווייסט גאנץ
גוט אז אויב הערט מען זיך אויף צו שלאגן און מען לייגט אראפ דאס געווער איז זיין גאנצע ארבייט לטמיון, זיין גאנצע שררה
איז באנקראט, בו בזמן וואס זלמן לייב באגעניגט זיך מיט זיין מלוכה'לע ווי קליין צו ווי גרויס עס זאל נאר נישט זיין איז
דאס אלץ פיל פאכיג מער וואס ער האט געהאט, און ווער נאך אזוי גיט ווי ער ווייסט אז קיין "עכטער" סאטמארער רבי
(איך מיין צו זאגן דער ריכטיגער ממלא מקומם פונעם בעל דברי יואל און בעל ברך משה זי''ע) קען ער נישט זיין און
במילא איז ער צופרידן מיט וואס ער האט, ער שטופט זיך נישט די נאז צו ווייט ווייל ער ווייסט אז אלעס ברענגט עהם נאר
בזיונות, דאס ביסל ווי מען שטופט עהם יא האט עהם פיל עגמת נפש און בזיונות פארשאפט און על כן איז ער זייער צופרידן
פון וואס ער האט, אבער משה גבאי וואס איז געפאלן מאיגרא רמא לבורא עמוקתא, פון זיין דער מעכטיגסטער מענטש
אין סאטמאר ברצותו בונה וברצותו סותר, ער איז געוען דער פאקטישער בעל הבית, צו זיין באפעל האט מען אויפגענומען
מענטשן און צו זיין באפעל געפייערט, ווען ער האט געוואלט ילד שעשועים זאל ברענען האט דאס געברענט, ווען
ער האט געואלט אז די רעבעצין צו רבי יחזקאל ראטה זאל כאפן שטיינער האבן זיי געכאפט שטיינער, אלעס איז געווען
בלינדערהייט צום באפעל, און וואס איז פון עהם געווארן א אויסגעשפילטער מענטש, קיינער קיקט אויף עהם נישט, 
און וואס האלט עהם נאך אביסל ביים לעבן איז די מלחמה, דער פייט, וואס אלע שונאי סאטמאר האבן אלע יארן
געפירט מיטן ברך משה און משה האט זיך צו געשטעלט צו די אלע שונאי ישראל, און די מלחמה גיט עהם נאך אפאר
גיטע פריינד (זיינע געוועזענע בלוט שונאים), יא ווער קלאפט עהם אין די פלייצע?, יוסעלע וואלדמאן, יודעלע וויינשטאק,
אפאר יאקאבאוויטשלעך און לעפקעלעך אלע שונאי הברך משה די זענען די וואס זענען היינט צו טאג זיינע בעסטע 
ידידים און זיי פעלן עהם אויס ווי לופט צום אטעמען, און אויב וועט זיך דער פייט אויפהערן, וועלן זיי פארשווינדן ווערן
כלעומת שבאו, זיי דארפן נישט קיין רבי, זיי דארפן נישט קיין חסידות, זיי זענען נאר דא צו פייטן סאטמאר, און זיי
ווייסן קלאר ווער עס איז סאטמאר און ווער עס שפילט סאטמאר, און צו פייטן סאטמאר זענען זיי גרייט מיט צו שפילן
סאטמאר, און אזוי ווי די מלחמה וועט זיך ענדיגן גייען זיי ארויס פונעם געים און אלעס צופאלט און וועגן דעם וועט
ער ווייטער פאר ארבייטן מעשים אז מען זאל חלילה נישט קומען צו קיין פארשטענדעניש. וחבל. חבל... 
 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:23 לינק ישיר 

זאלי'ס איז נישט קיין חסידות עס איז א פארטיי און רז''ל איז דער יו''ר פונ'ם פארטיי און למען הפארטיי דארף מען נישט גיין צו דאווענען ביי אים און נישט צו די טיש'ן (הגם מען זעהט דארט סיי ווי גארנישט) נאר צו נעילת החג מיט דעם ווייזט מען ארויס געטריישאפט פאר'ן היילגע פארטיי . 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 20:02 לינק ישיר 

BTW
אימ-שכלידג
פארוואס אין מאנסי פאלט נישט ביי פאר די ארונים צו תובע זיין ר' חיים יושע אויף די בנינים?
פארוואס אין ירושלים פאלט נישט ביי פאר די ארונים צו תובע  זיין אויף די ת''ת געביידע, וואס רובם ככולם פין די געלט קומט פין אנ''ש?
וכו'
וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 19:56 לינק ישיר 

זעליג_כהן כתב:
 
בערל פר''מ איז דאך געווען קהל,
82 האט האט  האט דאן געפירט ארי' לייב גלאנץ, די זעלבע מעשי',

יענקלע האט נישט דערמאנט קיין ווארט פין קהל'ס פעיראל, אין אפי' יא
ר' בערל איז געווען ראה''ק, ביז ווען ער האט געפאלגט דעם משתלט, והא ראי' ווען ער האט נישט געוואלט חתמ'נן דעם ''שטר שועביד הגוף ונכסים'' איז ער געפלויגען פין ראדני
ר' ארי' לייב איז  נאך דאן געווען איינגעשטעלט ביי ''ענק'' אין געטוהן אלעס  פאר ענק.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 19:48 לינק ישיר 

שכלדיג כתב:

ר' יענקל
דא איז ענקער טעות,
פארשטייט'ס שוין איינמאל: ביי די זלונים-חסידות ווענט זיך "נישט" יא חסיד און נישט חסיד אין דיינע אויבנדערמאנטע זאכן.


 


נאר מיט וואס דען דערעקנט מען א זאלי'ס אויב נישט דורך קללות אויף סאטמערע רבי?

די האסט שוין אמאל געהערט ביי די זאלי'ס א פאזעטיוו ווארט ''אויף זיך'' (ווען יא, וועט זיך עס ענדיגען ''אהרן האט דאס נישט'')?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 19:44 לינק ישיר 

YESWECAN3 כתב:
רעב יאנקל,
פארוואס ענטפערסטו פאר דעם חסר דעה?
ווייס ער דען נישט, אז:
רבי חיים לייב כ''ץ שליט''א וואוינט אין כינע,
זייער א א גרויסער תלמוד חכם אבער סאטמאר שונא 1#
רבי מלכיאל קוטלער שליט''א וואוינט אין בראזיל,
יא יא.. ווען איך וואלט עים ארלעדיגט א התר מאה רבנים וואלט ער אויף מיר אויך געזאגט גרויסע זאכען...
רבי בנציון שטראסער שליט''א וואוינט אין בודאפעסט,
פארדעם געלט קענסטי שוין  ברענגען ינגעלע דיין הרב לויב.. מיט יונגעלע דיין הרב האלבערשטאם..
הרב ברודא שליט''א וואוינט אין אוסטראליע,
ווער איז דאס?.. די ערשטע מאל וואס איך הער אזא נאמען..

רבי ישראל דוד הארפענעס שליט''א וואוינט אין עגיפטן,
 אה... דא געב איך אויף...
און רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ שליט''א וואוינט אין אורוגוואי,
ווען עז זאגט שבחים אויף דיין הרב כ"ץ..איז ער נאר סקווערע דיין אבער ווען סדאכט זיך נאר אז ער קיקט אויף ענקער זייט...איז ער א גרויסע זאך...נעבעך נעבך אזו יונג...

וואס זאלן מיר טוהן מיר האבן נאר רבנים פון אויסלאנד...

אלזו.. איך זעה אז קיין געהריגע תירץ האבען ענק נישט... וועל איך עס פארענטפערען 

ווייל די רבנים פין דאהי זענען א מבין אויף דעם קדושל..
 
 

 


כ'וויל נישט פארדרייען די נושא
אין כ'וויל אויך נישט אנהאלטן א טענה'ריי מיט דעם קווינס בחור'ל וואס  זיין גאנצע ציל איז אראפצוברענגן דעם פארום אויף די זעלבע לעוועל ווי די זאלי פארום,
ספעציעל מיט רעספקט צו אינזער טאלאנטפולער יענקעלע 11 וואס בעט זיך נישט צו לאזען מיט אים
אבער JUST FOR THE RECORD וויל איך יא אריינווארפען א תשובה, אין כ'בעט מ'זאל נישט מגיב זיין דערויף
ואתכם הסליחה

אז די קענסט שאף מיר ביטע די בריוו פין הגאון בעל מנחת יצחק  ז''ל, אין זיין היתר הוראה
הגאון ר' פנחס עפשטיין  ז''ל
הגאון ר' משה פיינשטיין ז''ל
הגאון סענפעטער רב  ז''ל
ראחובער רב ז''ל
ווער מיר געוואיר וואס שאפראנע רב ז''ל האט געזאגט אויף אים
וכו' וכו' וואס אלע רבנים פין ''פריעדיגען דור האבען געזאגט אויף אים''




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 19:40 לינק ישיר 


ר' יענקל
דא איז ענקער טעות,
פארשטייט'ס שוין איינמאל: ביי די זלונים-חסידות ווענט זיך "נישט" יא חסיד און נישט חסיד אין דיינע אויבנדערמאנטע זאכן.


תוקן על ידי שכלדיג ב- 20/10/2009 19:42:20




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 19:37 לינק ישיר 

שכלדיג כתב:

 רוב ביי די מחנה הזלונים ווילן דאס נישט באמת נישט מער ווי זיי דעקן דאס אלס נארמאלע געטריישאפט פאר די פארטיי. 

מיט וואס דעקן זיי דאס?
זיי שטאלצירן נישט מיט ענקער רבי'ן
זיי קומען נישט הערן זיין תורה
זיי קומען נישט צו זיינע טישען אין תפילות וכו'
ער האט נישט קיין ווארט אויף זיי

אין די פאר וואס קומען יא צו די תפילות אין טישען, ''טאקע'' די זענען בדרך כלל די תובאים לערכעות,

סוי זיי בעסער מסביר פין וועלכע ''חסידים'' די רעדסט, וואס ''בעקן'' עס נאר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 19:31 לינק ישיר 


ר' יענקל 11, איך פארשטיי נישט פארוואס די באפאלסט מיך אזוי מיאוס, מיר האבן ביידע גערעדט די זעלבע פוינט, נאר איין ויכוח האבן מיר, ווער זענען די רוב ביי די מחנה הזלונים דו האלטס אז די וואס ווילן ווייטער סתם פיהרן די קאמף קעגן די מחנה הארונים, און איך טענה אז ניין, רוב ביי די מחנה הזלונים ווילן דאס נישט באמת נישט מער ווי זיי דעקן דאס אלס נארמאלע געטריישאפט פאר די פארטיי. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 19:31 לינק ישיר 

אימ-שכלדיג
לויט דיין הערליכע הסבר קומט אויס, האבען די ארונים קיינמאל נישט גערופן די זאלי אין קארט, (וואס איז אגב, געווען בהיתר בי''ד נאכדעם וואס די זאלי'ס האבען מסבר געווען לדי''ת)
פשוט אפאר קהל'ס לייט, האבען גערופן, אין די פארטיי האט אים ''געבעקט''
סוי האט די רבי בב''מ  ז''ל יא געמעגט קומען צו די שמחות פין זיינע קינדער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 18:39 לינק ישיר 

דו דארפסט טוישן דיין ניק צו אומ-שכלדיג, ווייל איין שורה איז זיך מפורש סותר מיט די צווייטע,
קודם שרייבסטו:
 דאס איז זיכער אז נאך וואס מענטשן אינערהאלב אַ פארטיי פיהרן אַ מערכה וועט דאס יעדער פון די פארטיי פארענטפערן און בעקן.
און תיכף ביסטו מסביר:
אבער דאס איז נאכנישט טייטש אז די אלע מענטשן פון די פארטיי ווילן דאס און אפגערעדט פון ציהלן צו דעם.
אפשר זאגסטו מיר וואס דאס מיינט? זיי בעקן דאס אדער למעשה ווילן זיי דאס נישט? מיינסטו אפשר צו זאגן
אז זיי וואלטן דאס מצדם נישט אנגעפירט נאר אז יענער טיט דאס זענען זיי איינשטימיג מיט זיי?
OK איך בין מסכים מיט דיר, אז זיי אליין וואלטן דאס נישט געטוהן, אבער למעשה האלטן זיי מיט, און
שטיצן דאס מיטן גאנצן הארץ, אבער דאס שטימט נישט ווייל דו שרייבסט  ווייטער:
לענינינו, עס איז דא אסאך אין די מחנה הזלונים וואס זענען אין הארץ קעגן די מערכה אין ב"פ און נאכמער קעגן די מערכה אין ב"ב,
סא שרייבסטו און אין אמת'ן טיף טיף "אין הארץ" זענען זיי באמת אקעגן דעם, קודם כל פון ווי ווייסטו וואס עס
טיט זיך ביי זיי אין הארץ, הא? -לבוחן לבבות ביום דין?- עס דערמאנט מיך פון חדר ווען דער רבי פרעגט א
אינגל פארוואס האסטו דערלאנגט א פראסק פאר איציק, זאגט ער ווייל ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער האט
דיך געוואלט שלאגן? פון ווי ווייסטו?, אה! ווייל ער האט מיר געגעבן א פאטש!!!, דאס זעלבע, איך ווייס נישט
וואס זיי האלטן אין הארץ, איך זעה נאר און הער ווי זיי זענען העכסט צופרידן און שטיצן שטארק די אלע קארטס
שטעל איך מיר פאר אז זיי ווילן דאס.

און דערנאך ווערט דאס דיר ווייטער "קלאר" און ס'איז ביי דיר א זיכערער פאקט:
 קענסט מיך אפווענדן וויפל מאל דו ווילסט אבער דאס איז אַ פאקט.  

איך ווייס נישט וואס די זאליס האלטן אין בויך, איך קען נישט תורת הנסתר, בגלוי האלטן זיי דערפון
און שטיצן דאס מיטן גאנצן הארץ, סארי, מיטן גאנצן פיסק, אין הארץ ווייס איך נישט!!!
און דאס איז דער קלארער פאקט...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 17:54 לינק ישיר 

ר' יענקל 11 נ"י שרייבט:
לכבוד ר שכלדיג,
א יישר כח פאר די ווארעמע דברי חיזוק וסיוע,
מיר מאכן רינגע ראנגע רוזע, מיר גייען אין סירקעלס, וואס ביי דיר איז אזוי שטארק "ברור כשמש"
איז ביי מיר און ביי מאנכע מענטשן א "יום המעונן" ס'איז גארנישט אזוי קלאר, איך ווייס נישט פון
וועלעכע זאליס דו רעדסט, אבער רוב זאליס מיט וועם איך רעדט פארענטפערט די ערכאות אין בארא פארק
און די הולכי לבית המשפט הציוני אין בני ברק, זיי מאטערן זיך זייער שטארק מיט דוחק'דיקע אמתלאות
מיט נארישע הסברים אבער זיי האלטן אז זיי זענען גערעכט,

לאמיר דיר געבן צו פארשטיין דאס איז זיכער אז נאך וואס מענטשן אינערהאלב אַ פארטיי פיהרן אַ מערכה וועט דאס יעדער פון די פארטיי פארענטפערן און בעקן.
אבער דאס איז נאכנישט טייטש אז די אלע מענטשן פון די פארטיי ווילן דאס און אפגערעדט פון ציהלן צו דעם.
לענינינו, עס איז דא אסאך אין די מחנה הזלונים וואס זענען אין הארץ קעגן די מערכה אין ב"פ און נאכמער קעגן די מערה אין ב"ב, קענסט מיך אפווענדן וויפל מאל דו ווילסט אבער דאס איז אַ פאקט.
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 16:38 לינק ישיר 

אוי וויי,
איך בין דאך א פארנומענער מענטש, איך האב א דזשאב,
און בין גברא לגברא כאפ איך אריין א תגובה דא און א תגובה דארט,
אסאך מאל קען דאס נעמען מיט א הפסק אדער עטליכע הפסקות,
איך גיב א דרוק דעם "שלח" קנעפל, און ווען מיין תגובה שפראצט ארויס זעה
איך אז ביני לביני האבן מיך שוין אנדערע אויסגעכאפט אין גענטפערט
אמאל די זעלבע און אמאל כמעט די זעלבע, ואתכם הסליחה,

סקאט, פאר א טשענטש בין איך מסכים מיט פולע 100 פראצענט,

און פארשטיי, איז דאך עקסעלענט כרגיל,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 16:33 לינק ישיר 

דער תירץ אויף דעם איז באמת ליידער, אז די זאליס און בארא פארק נאכן פארלירען און קארט, וואלטען זיי זיך שוין אפשר אנגעהויבן אליינס צו בויען,

נאר אזוי די צוויי מערכה פירער דער שרעקווערדיגער מסור ומלשין מנחם שווימער, מיט דער מישחות במידות שניאור קליין ''קענען נישט אויפגעבען,'' ווייל עס קעגען זייער איגא, דארפן זיי ליידער אנהאלטען זייער פארצווייפעלטע מערכה, וואס קיין שום  רעכט דענקאיגער בר נש באגרייפט נישט זייערע טענות,

תוקן על ידי פארשטיי ב- 20/10/2009 16:33:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 16:29 לינק ישיר 

לכבוד ר שכלדיג,
א יישר כח פאר די ווארעמע דברי חיזוק וסיוע,
מיר מאכן רינגע ראנגע רוזע, מיר גייען אין סירקעלס, וואס ביי דיר איז אזוי שטארק "ברור כשמש"
איז ביי מיר און ביי מאנכע מענטשן א "יום המעונן" ס'איז גארנישט אזוי קלאר, איך ווייס נישט פון
וועלעכע זאליס דו רעדסט, אבער רוב זאליס מיט וועם איך רעדט פארענטפערט די ערכאות אין בארא פארק
און די הולכי לבית המשפט הציוני אין בני ברק, זיי מאטערן זיך זייער שטארק מיט דוחק'דיקע אמתלאות
מיט נארישע הסברים אבער זיי האלטן אז זיי זענען גערעכט, וואס מיינט אז דא אין בארא פארק ווילן די היזיגע
זאלונים נישט אויפגעבן זייערע רעכטן?, וואס פאר א רעכטן האבן זיי? זיי האלטן אז זיי זענען גערעכט?
איז ביי אונז אידן דא א רעמעדי וואס הייסט "דין תורה", צו האבן זיי מער רעכטן ווי די וויליאמסבורגע ראשי
הקהלה און מעמבערס?, וויפיל זאליס האבן געגעבן איין פעני לבנית הבית המדרש החדש אויף ווילסאן, הא?,
און ווער האלט דאס היינט צו טאג?, איז דאס יושר? איז דאס נישט קיין גזלנות וחמסנות?,
וויפיל פון די זאליס האבן בכלל צושטייער געגעבן א פעני פאר אונזער קהלה די לעצטע 20-25 יאר הא?,
שאול פערלשטיין האט געהאט מיט סאטמאר וויפיל איך האב מיט די תושבי עמיש אין פענסליוועניע, און ער
איז היינט צו טאג אונזער בעל הבית?, אבער עם כל זה  האבן מיר מחליט געווען, אז צו דין תורה ווילט איר דאך נישט גיין,
ס'איז דאך ביהרג ואל יעבור, (וואס פאר דעם פארלאנגט זיך א לענגערן ארטיקל אויסצושמיסן די הרמת יד בתורה משה
אויף א שטייגער וואס איז נאכנישט געווען בתולדות ימי ישראל מאז היתה ישראל לגוי, ועוד חזון למועד), אין
קארט האבן מיר געטאפט א וואנט, נו, וואס האבן מיר געטוהן, מיר האבן זיך אנגעהויבן אליינס אויך דאס ניי צו בויען,
אקאראט וואס רבינו הקדוש דער בעל דברי יואל זי''ע האט געטוהן נאכדעם וואס היטלער ימ''ש האט עהם
פאריאגט פון זיין האב און גוטס און צוגענומען אלע זיינע בנינים, האט ער אנגעהויבן פון די אלף, און ב''ה
מצליח געווען, פונקט אזוי האבן מיר אויך אנגעהויבן פון די אלף (רמז לאלף שמות...) און ב''ה מען זעט א
הצלחה חוץ לדרך הטבע, קיינמאל איז נאך אין די היסטאריע נישט געווען צו עפענען מוסדות התורה אויף
דעם פארנעם, וויפיל כח בלוט און שווייס האט געקאסט דאס א הער צו שטעלן, און מיט גרויס סייעתא דשמיא
איז געלונגען למעלה מן המשוער, על כן זאליס טייערע, ממה נפשך, האט איר דעם עולם אין בארא פארק און אין
בני ברק לאמיר זעהן מאכט אויף אייגענע מוסדות, האט איר נישט דעם עולם דאן מאכט אייך צו דעם פיסק און ווארפט
אייך אינטער, אבער מיט ווייטער אנהאלטן די מחלוקה און זיך כסדר ארום שלאגן וועט מען בדרך הטבע אין ערגעץ נישט אנקומען, אין בנוגע חינוך איז עס זיכער יצא שכרו בהפסידו.







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 16:26 לינק ישיר 

שכלדיג מאכסט א ריזיגער טעות, די גאנצע זאלויני פארטיי "מבכור פרעה הישב על כסאו עד בכור השפחה אשר אחר הרחים" איז אינגאנצן אריינגעווארפן אין די אלע מערכות און די אלע מקומות, פיזיש און מאראליש, אנדערש וואלטן די אלע מערכות שוין לאנג אינטערגעגאנגען. קלאר.

אויך בין איך איינשטימיג מיט יאנקעלען אז דער רעגלמעסיגער זאלויני שמעקט זייער נישט אז ר' אהרן איז א גרויסער רבי, דער זעלבער מיט דער אהרויני אז ר' זלמן לייב איז א רבי.

דער גרויסער חילוק איז נאר איז דער אהרוני טוט עס בלויז וויי אז רז"ל איז א רבי אין ראדני סטריט און אין 550 בעדפארד, אנדערע אדרעסן וואלטן זיי קיין כי הוא זה נישט אנגעגאנגען אפי' רז"ל זאל האבן א מיליאן חסידים, ווידער דער זאלויני טוט וויי אויף סיי וועלכער אדרעס און אפי רק אהרן זאל נאר האבן האלב ווי רז"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנאליז: לויטער געווינערס אין סאטמאר, דאך נישט צופרידן...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext