בית פורומים כל העולם כולו

בד"ה יעקב יואל באנדא ז"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/10/2009 01:53 לינק ישיר 
בד"ה יעקב יואל באנדא ז"ל

ער האט ליידער צריק געגעבען זיין נשמה פרייטיג צינאכטס



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2009 00:49 לינק ישיר 

כ'האב יעצט קאנפירמד
קהל האט שוין פין לאנג געלאזט וויסען פאר ר' יעקב יואל אז לויט די שטאטוטען איז ער אויס מעמבער (יעדער ווייסט די סיבה פארוואס, כ'וויל נישט אריינגיין דערין, ווייל מ'רעדט נישט אויף א בר מינן) אין אויב ער וויל איבערבעטן קהל, איז קהל גרייט דערויף, אבער ער מיז צאלען קנס.
למעשה די משפחה האט גלייך פאשטאנען אז אויב זיי וועלן נישט זיך איבערבעטן מיט קהל וועט מען נישט אננעמן איינער וואס האט......, אין מ'האט אים געלייגט אין פאללאקס לאט, ווי ער איז יעצט דער עלטסטער נפטר.

ויה''ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2009 00:02 לינק ישיר 

באקומען אין תיבה אישית

איך האב נישט קיין רשות כתיבה אין כה"כ
אבער איך האלט ס'איז זייער וויכטיג ארויס צו ברענגען דעם פאלגענדן פונקט.
אין די פארגאנגענע יארן האבן ביידע צדדים אין סאטמאר געשריגן דעם זעלבן ניגון
"ווער ס'געט מעמבערשיפ פארן צווייטן צד ובפרט ווער ס'קויפט קרקע ביים צווייטן צד איז כמניח מעותיו על קרן הצבי"
יעצט לאמיר זען ווער ס'האט געזאגט אמת און גערעדט צום זאך.
אויב האט איר געקויפט קרקע אין בית החיים דקרית יואל דורך ר' שלו' אליעזר פרענקל וכו' און איר דארפט ח"ו צוקומען דערצו זענט איר מסודר עצהיו"ט.
אויב האט איר געקויפט ביי יודא אליעזר יאקאבאוויטש וכו' קענט איר גארניקס טון דערמיט.
נאכמער, זיי האבן געשריבן אין צעטל אז פון היינט און ווייטער וועט קרקע גארנישט קאסטן ביי זיי (ווייל זיי זעען איין אז דאס איז נישט דער בית החיים אשר שם חלקת מחוקק ספון) נאר, א יעדער אויסגעצאלטער מעמבער וועט באקומען א קרקע לאחר מאוע"ש "אן קיין שום עקסטערע קאסטן"
אבער.
יעדער (אפילו ווער ס'האט שוין געקויפט קרקע ביי יאקאבאוויטש) דארף יעצט געבן א איינמאליגע אכצן הונדערט דאללערדיגע התחייבות. יעצט אפילו לשיטתך וואס האט דער תמימות'דיגער בערקאוויטש וכדו' פארדינט פון "קויפן א קרקע" און באקומען א סערטיפיקאט פון יאקאבאוויטש'עס אפיס ? ער דארף ווייטער צאלן די אכצן מאות, און דער לעפקאוויטש וואס האט געלאכט אין די פויסטן קען ווייטער לאכן. חוץ אויב וויל ער ליגן אין בית החיים אשר שם חלקת מחוקק ספון דארף ער באצאלן ווי א טאטעלע פאר די "גזלנים חמסנים וכו'"





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/10/2009 00:02 לינק ישיר 
דער נפטר מיט ר' מאיר ראטה


קיינער  זאל אויף מיר נישט האבען קיין טענות מיט'ן אהער ברענגן די בילד, כ'נעם עס פין די  זאלי פארום

תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 19/10/2009 7:25:27




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2009 23:44 לינק ישיר 

האבען די זאליס אינגאנצען אויפגעגעבען אויפו אלטער בית החיים?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2009 22:40 לינק ישיר 

דוד 46

די משפחה זיינע זין אין איידעמער נישט נאר זיין ברידער זענען גראדע גרייט געווען צי צאלן 28000 דאלער אין ער זאל קענען ליגען אין ב"ה

געקריגט האט מען זיך אויף "כבוד" די משפחה האט עם געעוואלט לייגען מער אויבן אן אין קהל האט נישט גהאלטן דערביי  

האבן זיי עם געלייגט אויבן אן מיט גרויס כבוד , כלשונך אינעם ציגעלייגטן עקסטענטשאן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2009 22:21 לינק ישיר 

ווער רעדט דא פון זיכען אלטע חטאים?
אויף הנפטר הנ"ל האט מען געדארפט זיכען נישט צו האבן.
זאל ער אודאי רוען אין לעכטיגע גן עדן, צוזאמען מיט אביגדור יאקאבאוויטש. אבער פון דא ביז צוזאם שטעלן מיט ר' יעקל שווארץ??? האט ער אין זיין לעבן געטוהן די חסדים וואס ר' יעקל האט געטוהן. ואכמ"ל.
לאמיר בעסער אפשטעלן די וויכוח דא, ווי איידער צו רעדן אויף טויטע מענטשן. 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/10/2009 22:18 לינק ישיר 

און בנוגע הרב באנדא

ער האט א ברודער אן אהרוני וואס האט געוואלט אז מען זאל אים לייגן אין אלטן בית החיים, און די משפחה האט אנהויב מסכים געווען מיט אים.

אבער ווען די כת הגזלנים והחמסנים האבן געפאדערט צו געלט, האט די משפחה געזאגט "לא" מיט א גרויסן אלף "לא מעוקצך ולא מדובשך" און אים געלייגט אין בית החיים דקהל יטב לב ד'סאטמאר וואו עס האט זיי "גארנישט" געקאסט קיין חלקה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2009 22:16 לינק ישיר 

פרוכטבאר איז 101% גערעכט

יעקב שמשון, ווען הרה"ח ר' יעקל שווארץ ז"ל ליגט ווען אין "פאלאק'ס לאט" (כלשונכם) וואלט מען אויפגעמישט דאס בלעטל און געטראפן אלטע חטאים אויף אים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2009 21:50 לינק ישיר 

איך קען נישט רעדן אין נאמען פין ארגינעלער
אבער אזוי פיל קען איך יא זאגן  די הימעל אין ערד זענען ווייטער ווי ר' יעקל שווארץ מיט יעקב יואל באנדא.

ס'איז נישט קיין שום כבוד פאר סאטמאר צי האבן יעקב יואל באנדא אין בית החיים
משא"כ ר' יעקל איז די היפוך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/10/2009 21:45 לינק ישיר 

ארגינעלער זיצט דא אינעם כל העולם כולו און שעלט און זידט אויף טויטע מענטשן וואס זענען געלייגט געווארן אינעם נייעם ביה''ח, עטס קענטס אלע זיין זיכער אז ווען הרה"ח ר' יעקל שווארץ ע"ה ממייסדי ביקור חולים ד'סאטמאר וועלט ווען געלייגט געווארן אינעם נייעם סאטמארן ביה''ח וואלט ער אויף אויפגעמאכט זיין גרויסן סוער און וואלט ווען געגאסן אויף איהם פעך און שוועבל.

(קריטיק אויף די הנהלה קומט אין אישית, אפילו ווען מ'שרייבט אז קריטיק אויף די הנהלה קומט אין אישית.)

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/10/2009 2:12:55




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/10/2009 20:42 לינק ישיר 

YESWECAN3 כתב:
סאיז ממש א נחת צי זען יעצט ווייטער ווי ערליכע קהילות העלפען זיך ארויס אין צייט פין נויט די חברה קדישה פין קהל בני יואל האט געמאכט די טהרה אין בית המדרש פין קהל חרידים אין די בני יואל חברה קדישה האט עם בערדיגט אין די חלקה פין קהל יטב לב סמוך ונראה צים ציון פין רבי'ן ז"ל דער אייבישטער זאל העלפען אז מזאל זיך פארענען נאר אויף שמחות


סאיז טאקע אזוי עמענאציעל אז ממש עס קומט מיר צו וויינען, ווי אזוי צוויי ערליכע (?) קהילות, וועלכי זענען אויפגעשטאנען נאר להגדיל תורה ולהאדירה האבן געמאכט א יד אחת, צו העלפן נתרבה ווערן כבוד שמים בעולם. איינער האט אפשר טישיוס?

יעצט ערענסט. זייט ווען מאכן זיי א יד אחת? איז עס נישט איינס? קוק די בילדער פון די חתנות פון הגרז"ל (פון נעילת החג, איז דאך די בילדער פארווישט..) און די בני יואל מסיבה'ס קענסט שפילן די געים טרעף די דיפערענס..



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-18/10/2009 19:35 לינק ישיר 

דריטע גירסא 


ובא הכתוב השלישי

גערעכטער1

 זעליג פריעדמאן דער איידעם פין יעקב יואל באנדא האט מיר האנט געזאגט אז מען האט קיינמאל נישט אנגערופן צו בעטן געלט און אז דער פוסק הדור איז סתם א שקרן, אגב, ר' ליפא קויפמאן לרפ''ש זאגט אז ער האט נישט געוויסט אז אביש וויינבערגער אין הלל דוב גאנז זענען אהרונים ווייל ער האט גיהערט אז די אהרונים קומען אין שפיטאל צו קראנקע פארפירן אין סטראשן אז מען זאל זיי געבן געלט פאר א קרקע אין צי עם זענען נאר גיקומען אביש אין הלל דוב גאנז פארפירן אין צווינגען צי געבן געלט פאר א חלקה., 


וויאזוי גייט נאר די מעשה מיט די טאטע וואס האט געציפט זיין זוהן בשעת'ן פארקויפן ליגענד פאר זיינע חברים...?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/10/2009 19:31 לינק ישיר 

מחלוקת ארגינעלער - לאגיש

ארגינעלער כתב
 קהל האט געבעטן 28 טויזענט דאללער ווייל למעשה איז געווען א גרויסער בעל מחלוקה 
די משפחה האט נישט געוואלט באצלען די געלט נאר 10 טויזנט 
למעשה האט זיך קהל געהאלטן פעסט אז מען גייט נישט נאך געבן פאר די מחוצפים 

למעשה לייגט מען אין פאללאק אימזיסט 

לאגיש כתב

שטותים מיט לאקשן 

מען האט געבעטן 18 טויזנט דאלאר פאר מעמבערשיפ ווייל ר' יעקב יואל האט קיינמאל נישט באצאלט מעמבערשיפ 
און 10 טויזנט האט מען געבעטן די נארמאלע פרייז פאר א חלקה.

So......?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/10/2009 19:23 לינק ישיר 

שטותים מיט לאקשן

מען האט געבעטן 18 טויזנט דאלאר פאר מעמבערשיפ ווייל ר' יעקב יואל האט קיינמאל נישט באצאלט מעמבערשיפ
און 10 טויזנט האט מען געבעטן די נארמאלע פרייז פאר א חלקה.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/10/2009 18:06 לינק ישיר 

ס'איז זייער פשוט, דער בית החיים איז אצינד אין קארט,
ווי די זאליס פארפירן אז דער קארט זאל זיי געבן א שותפות ווייל זיי האבן
נישט ווי צו ליגן, די אהרונים לאזן זיי נישט דארט ליגן, און די אהרונים
טענה'ן אז מען לייגט יעדן איינעם וואס באצאלט, על כן וואלטן די זאליס
זייער שטארק געוואלט אז די אהרונים זאלן נישט וועלן לייגן ר' יעקב יואל ע''ה
אבער די אהרונים האבן דאס נישט געוואלט זאגן, האבן זיי געגעבן א פרייז אז זיי זאלן
אליין נישט וועלן , און ר' יעקב יואל ע''ה ינוח בשלום על משכבו ביי פאלאק,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד"ה יעקב יואל באנדא ז"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext