|
|
| נשלח ב-18/10/2009 21:50 |
|
| |
איך קען נישט רעדן אין נאמען פין ארגינעלער
אבער אזוי פיל קען איך יא זאגן די הימעל אין ערד זענען ווייטער ווי ר' יעקל שווארץ מיט יעקב יואל באנדא.
ס'איז נישט קיין שום כבוד פאר סאטמאר צי האבן יעקב יואל באנדא אין בית החיים
משא"כ ר' יעקל איז די היפוך.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2009 22:16 |
|
| |
פרוכטבאר איז 101% גערעכט
יעקב שמשון, ווען הרה"ח ר' יעקל שווארץ ז"ל ליגט ווען אין "פאלאק'ס לאט" (כלשונכם) וואלט מען אויפגעמישט דאס בלעטל און געטראפן אלטע חטאים אויף אים
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2009 22:18 |
|
| |
און בנוגע הרב באנדא
ער האט א ברודער אן אהרוני וואס האט געוואלט אז מען זאל אים לייגן אין אלטן בית החיים, און די משפחה האט אנהויב מסכים געווען מיט אים.
אבער ווען די כת הגזלנים והחמסנים האבן געפאדערט צו געלט, האט די משפחה געזאגט "לא" מיט א גרויסן אלף "לא מעוקצך ולא מדובשך" און אים געלייגט אין בית החיים דקהל יטב לב ד'סאטמאר וואו עס האט זיי "גארנישט" געקאסט קיין חלקה.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2009 22:21 |
|
| |
ווער רעדט דא פון זיכען אלטע חטאים? אויף הנפטר הנ"ל האט מען געדארפט זיכען נישט צו האבן. זאל ער אודאי רוען אין לעכטיגע גן עדן, צוזאמען מיט אביגדור יאקאבאוויטש. אבער פון דא ביז צוזאם שטעלן מיט ר' יעקל שווארץ??? האט ער אין זיין לעבן געטוהן די חסדים וואס ר' יעקל האט געטוהן. ואכמ"ל. לאמיר בעסער אפשטעלן די וויכוח דא, ווי איידער צו רעדן אויף טויטע מענטשן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2009 22:40 |
|
| |
דוד 46
די משפחה זיינע זין אין איידעמער נישט נאר זיין ברידער זענען גראדע גרייט געווען צי צאלן 28000 דאלער אין ער זאל קענען ליגען אין ב"ה
געקריגט האט מען זיך אויף "כבוד" די משפחה האט עם געעוואלט לייגען מער אויבן אן אין קהל האט נישט גהאלטן דערביי
האבן זיי עם געלייגט אויבן אן מיט גרויס כבוד , כלשונך אינעם ציגעלייגטן עקסטענטשאן
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2009 23:44 |
|
| |
האבען די זאליס אינגאנצען אויפגעגעבען אויפו אלטער בית החיים?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 00:02 |
|
| |
דער נפטר מיט ר' מאיר ראטה
קיינער זאל אויף מיר נישט האבען קיין טענות מיט'ן אהער ברענגן די בילד, כ'נעם עס פין די זאלי פארום
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 19/10/2009 7:25:27
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 00:02 |
|
| |
באקומען אין תיבה אישית
איך האב נישט קיין רשות כתיבה אין כה"כ
אבער איך האלט ס'איז זייער וויכטיג ארויס צו ברענגען דעם פאלגענדן פונקט.
אין די פארגאנגענע יארן האבן ביידע צדדים אין סאטמאר געשריגן דעם זעלבן ניגון
"ווער ס'געט מעמבערשיפ פארן צווייטן צד ובפרט ווער ס'קויפט קרקע ביים צווייטן צד איז כמניח מעותיו על קרן הצבי"
יעצט לאמיר זען ווער ס'האט געזאגט אמת און גערעדט צום זאך.
אויב האט איר געקויפט קרקע אין בית החיים דקרית יואל דורך ר' שלו' אליעזר פרענקל וכו' און איר דארפט ח"ו צוקומען דערצו זענט איר מסודר עצהיו"ט.
אויב האט איר געקויפט ביי יודא אליעזר יאקאבאוויטש וכו' קענט איר גארניקס טון דערמיט.
נאכמער, זיי האבן געשריבן אין צעטל אז פון היינט און ווייטער וועט קרקע גארנישט קאסטן ביי זיי (ווייל זיי זעען איין אז דאס איז נישט דער בית החיים אשר שם חלקת מחוקק ספון) נאר, א יעדער אויסגעצאלטער מעמבער וועט באקומען א קרקע לאחר מאוע"ש "אן קיין שום עקסטערע קאסטן"
אבער.
יעדער (אפילו ווער ס'האט שוין געקויפט קרקע ביי יאקאבאוויטש) דארף יעצט געבן א איינמאליגע אכצן הונדערט דאללערדיגע התחייבות. יעצט אפילו לשיטתך וואס האט דער תמימות'דיגער בערקאוויטש וכדו' פארדינט פון "קויפן א קרקע" און באקומען א סערטיפיקאט פון יאקאבאוויטש'עס אפיס ? ער דארף ווייטער צאלן די אכצן מאות, און דער לעפקאוויטש וואס האט געלאכט אין די פויסטן קען ווייטער לאכן. חוץ אויב וויל ער ליגן אין בית החיים אשר שם חלקת מחוקק ספון דארף ער באצאלן ווי א טאטעלע פאר די "גזלנים חמסנים וכו'"
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 00:49 |
|
| |
כ'האב יעצט קאנפירמד
קהל האט שוין פין לאנג געלאזט וויסען פאר ר' יעקב יואל אז לויט די שטאטוטען איז ער אויס מעמבער (יעדער ווייסט די סיבה פארוואס, כ'וויל נישט אריינגיין דערין, ווייל מ'רעדט נישט אויף א בר מינן) אין אויב ער וויל איבערבעטן קהל, איז קהל גרייט דערויף, אבער ער מיז צאלען קנס.
למעשה די משפחה האט גלייך פאשטאנען אז אויב זיי וועלן נישט זיך איבערבעטן מיט קהל וועט מען נישט אננעמן איינער וואס האט......, אין מ'האט אים געלייגט אין פאללאקס לאט, ווי ער איז יעצט דער עלטסטער נפטר.
ויה''ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו
|
|
|
|
|