מיט שאק און טרויער און טיפע צער האבן תושבי קרית יואל אויפגענומען די ביטערע בשורה אז הרה"ח המפואר עסקן נמרץ לצרכי הכלל ואיש החסד בלב טוב ר' יעקב יואל באנדא ע"ה האט ליידער אויסגעהויכט די נשמה הארט ביים כניסת השבת דעם פארגאנגענעם שבת פרשת בראשית
עס איז נישט געווען ערווארטערט נאכדעם וואס ער איז שוין געווען אין א ריהעב און האט זיך געהאלטן אינמיטן ערהוילן, אינדערצייט וואס די דאקטוירים האבן אויסגעדריקט גרויס האפענונג אז בקרוב וועט ער קענען זיין צוריק געזונט ממש כמקדם, מען האט געווארט ער זאל צוריק קומען צו די כוחות כדי מען זאל קענען מאכן א נויטיגע אפאראציע אויף זיין הארץ וואס איז געווען שוואך, אבער ליידער האט ער דעם פרייטאג ביים זמן אויסגעהויכט די נשמה -ווארשיינלעך פון א הארץ אטאקע- עטליכע מינוט נאכדעם וואס ער האט גערעדט מיט זיין זוהן שיחי' וואס איז דארט געווען.
די גאנצע חרדי'שע וועלט איז אין שאק מיט די פארלוסט פון אזא געטרייע בעל חסד ולב טוב ובפרט איז דאס א טיפע ווייטאג פאר קרית יואל'ע אידן וואס האבן אסאך געניסט פון אים און פון זיין עסקנות לטובת הכלל.
פרטים איבער די לוי' איז נאכנישט באשטימט, ווי אויך איז נאך א מדובר ווי מען גייט אים לייגן (ביי די ארוינים אוודאי נישט) נאכדעים וואס ער האט געהאט געקויפט א חלקה ביי בני יואל נאכדעים וואס מען האט געסטראשעט די משפחה אינדערצייט וואס די שקצים האבן נאך געקענט סטראשענען, מען רעדט אז מען גייט אים מעגליך לייגן אין די נייע חלקה, פרטים יבואו
איך הער אז ר' יעקב יואל ז"ל האט אויס געריסען די פארטי וואס ספלעגט זיין אין 47 יעדע ה' אייר
נשלח ב-19/10/2009 16:01
ברוינפן, לחיים לחיים
נשלח ב-19/10/2009 04:01
פוסק הדור WRONG
שכלדיג RIGHT
עלראשון ראשון
שכלדיג זאגט זייער גערעכט אז איצט איז די צייט צו זאגען זיינע פערזענליכע שבחים און לאז ארויס די עסקנות וואס געוויסע מענטשן האבען נישט אזוי הנאה געהאט דערפון, איך פערזענליך ווייס פון גאר גרויסע לייסטונגען פון דעם נפטר, ווי ער האט געהאלפען מענטשן אין פריוואט אן פאמפע. יהא זכרו ברוך
פוסק הדור:
ווען דו ברענגסט ארויף די נושא פון די מחלוקה וואס איז זיכער אז דער נפטר האט געוואלט העלפן אידען דערמיט ברענגט דאס אבער ארויף בייז בלוט ביי די וואס זענען נישט געווען אזוי איינשטימיג מיט די וואלען דענסטמאל, און דאס מאכט זיי רעדן אויף א בר מינן וואס איצט איז זיכער נישט די צייט דערצו, אפילו וואס זיי זאגען איז גארנישט גערעכט, אבער א טובה איז עס זיכער נישט
הרה"ח ר' יעקב יואל ע"ה איז געווען, און טאקע זיין געוואלדיגע איבערגעגעבנקיין לטובת הכלל,
וויאזוי ער האט געהאט די געוואלדיגע זכיה זיך ארויסצושטעלן לטובת הציבור,
בפקודת הרבנים הגאונים שליט"א, און זיין גרייטקייט צו זיין א שליח ציבור
פארקערט, עס איז דער גרעסטער כבוד אז ער האט זוכה געווען דערצו.
נשלח ב-19/10/2009 00:29
עס איז ארויסגעברענגט זייעהר גוט די שיינע מעלות פונעם חשוב'ן נפטר המנוח ע"ה
אבער דוכט זיך אז עס איז נישט קיין גרויס כבוד (מילד גערעדט) פאר קיין נפטר צו פראווען דא אַ דין ודברים אויף זיין רוקן אין פאליטישע ענינים, עס איז נישט די פלאץ און נישט די צייט פון דעם ביי אַ טראגעדיע, והמשכיל בעת ההוא ידום.
נשלח ב-18/10/2009 22:25
איבער די עסקנות פון ר' יעקב יואל ווי ער האט זיך געזארגט פאר א צווייטן אידס וועגן
איז דאך באוואוסט בפי כל,
אבער זיין אהבת התורה איז נישט אזוי באקאנט
ר' יעקב יואל ז''ל פלעגט אויפשטיין איעדן טאג אזוי פרי ווי 3 אזייגער פארטאגס!
יא! א בעל הבית און דריי אזייגער פארטאגס
און אריינגעהאקט מיט חברותות שעה'ן לאנג
זיינע טעגליכע שיעורים,
ער האט זייער גוט פארשטאנען א לערנען און געשפירט א געוואלדיגן טעם דערין,
די אלע שעות פון לימוד התורה און עסקנות קומט איהם יעצט זייער צונוץ אויבן אין הימל
והחי יתן אל לבו
נשלח ב-18/10/2009 21:46
די 2 מעשיות קען דיר קיינער נישט אפפרעגן ווייל קיינער האט אזא זאך נישט געזעהן, אבער לאמיר ליבערשט רעדן פון שמיני עצרת 2 יאר וואס טויזענטער האבן צוגעזעהן...
נשלח ב-18/10/2009 21:35
אפשר לויפט ער פאר מעיאר אין וויליאמסבארג ווייל אויב געווינט ער וועט מען מער נישט לייגן געיטס אויף בית יואל אין ברענגן כלבים קיין זופניק אברכים, אוי פארגעסן ער לעבט שוין נישט טא לעיט.
נשלח ב-18/10/2009 21:02
זייער גוט און שיין ארויסגעברענגט.
שטארקע נקודות
נשלח ב-18/10/2009 20:52
מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה
ר' יעקב יואל באנדא ע"ה
האט געהאט די זכיה צו לויפן פאר מעיאר אין קרית יואל
זיין פלאן איז געווען צו טאן טובות און העלפן אלע אידן אין קרית יואל.
ווען מען זעט די מדת הרשעות וואס דער היינטיגער מעיאר און זיינע געהילפן פירן אן קעגן אידישע שולן
איז זיכער דאס פלאץ מזכיר צו זיין אז ווען ר' יעקב יואל וואלט געווען דער מעיאר וואלט מען קיין עלעקטריק
אבער דער וואס איז דאס גורם איז א "חוטא ומחטיא את הרבים".
אויף די בני יואל אידן איז געזאגט געווארן דער פסוק "לא תירא מפחד לילה, מחץ יעוף יומם מדבר באפל (ראשי תיבות א'הרן ב'ן פ'עסל ל'אה) יהלך..."
נשלח ב-18/10/2009 19:12
מי שיש לו מח בקדקדו פארשטייט אז ווען דו וואלסט היינט גערעדט מיט אים, וואלסטו עס נישט געפאוסט דא...,
גיי פארקויף דיינע געבעקסן ערגעץ אנדערש.
נשלח ב-18/10/2009 18:15
אינטרעסאנט, זעליג פריעדמאן דער איידעם פין יעקב יואל באנדא האט מיר האנט געזאגט אז מען האט קיינמאל נישט אנגערופן צו בעטן געלט און אז דער פוסק הדור איז סתם א שקרן, אגב, ר' ליפא קויפמאן לרפ''ש זאגט אז ער האט נישט געוויסט אז אביש וויינבערגער אין הלל דוב גאנז זענען אהרונים ווייל ער האט גיהערט אז די אהרונים קומען אין שפיטאל צו קראנקע פארפירן אין סטראשן אז מען זאל זיי געבן געלט פאר א קרקע אין צי עם זענען נאר גיקומען אביש אין הלל דוב גאנז פארפירן אין צווינגען צי געבן געלט פאר א חלקה.,