די ציניקער זאגען אז יושע גאלבערגער זאל לעבן דער פירער פון די זאלי - כץ בוטשער גייט ריפען חיים דוד'ן צו דין תורה,(קארט!(
פארוואס?
ווייל די גאנצע גאס ווייסט, אז ווען מען האט פאר דעם פייטער כץ, געוויזען דעם דלת, און און ארויסגעשיצט, פונעם סאטמארע בוטשער, און אויף גענימען די צוויי חשובע סאטמארע דיינים פאר בעלי מכשירים, האט געטראפן דעם כשרות פונעם בוטשער אויף אזא שוואכע ניווא, אדש די דיינים האבן געדארפט איבער כשר'ען דעם גאנצען בוטשער,
ווען מעט האט פארגעהאלטען דעם פייטער כץ היתכן? איר האט דאך באקימען פון די זאלי קהלה און וומ''ס $850 א וואך? און איר האט נישט געטאן אייער ארבייט? איר האט נישט מורא פאר ג-ט? אזוי פול יודען צאהלען טייער געלט פאר א כשר שטיקעל פלייש, און די מאכסט דאס גענאר פון זיי?
האט דער פייטער גענפערט אז ער אז צו פארנימען מיט די ''מערכה'' און ער איז נישט אנגעקימען זיך אפצוגעבן מיט די כשרות! רח''ל,
צום ענין, מען האט געפענט דעם זאלי - כץ בוטשער און בארא פארק, ר' זלמניו איז געקימען צו רייסען פון וויליאמסבורג, מיט א גאנצע סוואט טיעם, פון הצלה'ס פאליס קארס, שומרים, פייער לעשער, הויאם לענד סעקיורעטי, ועל צבאם דער שר הפיקטשערס, הרה''ח מו''ה ר' משה וואלף קליין שליט''א במ''ס ''אוי עס איז צרות'' ער זאל קענען פאראייביגען דעם גרויסען מעמד אויף דורת דורות,
און דער ר' זלמניו דער איש השלום, והמעש, האט זיך אנגעטאן א גראבער גארטעל, און ער האט זיך פארגלייזט די אויגען, און אונגעזון געהאט די אלע כוונות, וואס ער האט מקבל געווען פון ר' שימלע, זכיתו יגן ואנחה אויף אלע זאליבאנער, און ער האט ספאנטאן אויסגעשריגען (אויפן ניסח וואס ער האט געשריגען ביי פערלשטיין'ס לוויה, ''גנבים,גזלנים,חמסנים,'' עס העלפט נישט קיין תשיבה, און וואו ער האט געשריגען דעם פאר גאנגענעם שמח''ת ''הוללות'' עס איז ידוע אז די שנאה געקען הולולות האט ר' זלמניו מקבל געווען פון ר' שימעלע) ברוך אתה ה' .... ליקבוע מזוזה,
און יענקעלע בערקאוויטש, מיט מאיר ראטה האבן מיט בכיות נוראות גענפערט ''אמן''
און מעט האט אנגעהויבן מאכען מאסיווע פראפעגאנדע אז דער בוטשער איז בנשאות הרב זאלי שליט''א און בהשגחות, פייטער כץ זאל זיין געזונט, און מען האט זיך געשטעלט ביים טיר ווארטען, מען האט אנגעגרייט בערעקאדעס, פאר די מיליאנען מענטשען וואס גייען קימען קויפן אונעם נייען הייליגען בוטשער פייטער כץ'עס פלייש, ביז דערווייל א מכה!!!! ווער? וואס? ווען ? וואו?
פינקט פארקערט דער עולם איז געלאפן קויפן כשר פלייש אונעם סאטמארען בוטשער, הערענדיג אז עס איז ענדליך דא אן השגחה,
און ביי די זאלי - כ''ץ בוטשער, באווייזט זיך איין מענטש יעדע 3 טעג, ווער איז דען אונטערסירט צו עסען מליחה ואילך פלייש, מיטן הייליגע השגחה פונעם פייטער?
דער יושע גאלדבערגער שעלט וואו שמשון יעקל, ל''ע!
וואו אזוי גייט נאר די זאלי ניגון? יא! העברת פי ה' לא תצלח!!!
 |
|
|