בית פורומים אחים אנחנו

מזל טוב קאשויער רב זצ"ל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/10/2009 21:26 לינק ישיר 
מזל טוב קאשויער רב זצ"ל!

א שמחה אויף גאנץ אמעריקע, איז דעקלארירט געווארן אין 'דער בלאט' מיט עטליכע וואכן צוריק. "זה היום קוינו לו," מ'האט באזיגט די קליפה אין אמעריקע, ענדליך איז די גאנצע קליפה געפאלן. "איצט האט מען ענדליך געזיגט די לעצטע קוילן אין די מלחמה קעגן קליפת אמעריקע." וואס הייסט אז איר שפרינגט נישט אונטער? "דער סאטמארער רבי שליט"א האט מיט געוואלדיגע כוחות באוויזן דאס דורכצוברעכן."

מיין הארץ איז מיר געוואקסן פאר פרייד, און איך בין שוין ממש ארויס פון עקסטאז און עקסייטמענט, ווען איך האב געליינט די לעבהאפטיגע פראזעס. וואס הייסט, אמעריקע איז באגליקט געווארן, ביז ווען איך האב מיך איבערצייגט לשמחה מה זו עושה.

איך ליין ווייטער, און ס'ווערט מיר קאלמוטנע אויפן הארץ און שווארץ פאר די אויגן.

עס הייבט זיך אן מיט א קאפיטל היסטאריע וואס איז נישט קיין נייעס: עס דערציילט די געשיכטע פון אמעריקאנער שחיטות אונטער די יוניאנס, בעפאר די צווייטע וועלט קריג, ווען אמעריקע איז געווען אן ארץ אוכלת יושביה, און די כשרות וואס איז דאן געווען בשפל המצב. אבער עס וויקעלט אויף ווייטערדיגע אויפדעקונגען, איבער'ן שפעטערדיגן מצב, וואס איך וועל ברענגען אינעם אריגינעלן שפראך ווניעאוזי עס איז געווען געשריבן אין "בלאט":

"אפילו אין די שפעטערע יארן נאך די קריג, ווען דער היימישער ציבור איז אנגעקומען קיין אמעריקע בראש פון כ"ק מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, איז אזוי שווער געווען מתקן צו זיין אז עס זאל זיין א שחיטה למהדרין. עס האט אויסגעזען ווי דאס איז דער שטארקסטער געווער וואס דער ס"מ האט אין די האנט, און מיט ציין נעגל האט ער געקעמפט דערפאר. אין תשובות להלכה ולמעשה איז דער רבי מבאר, אז אין אמעריקע איז נישטא קיין חזקת כשרות בכלל, ווייל די עזי פנים שבדור זענען די וואס זענען מושל אויף כשרות, און די רבנים האבן נישט די ריכטיגע אחריות דערויף (יו"ד סי' ס"ט או"ג, סי' עד או"ט, סי' ע"ו או"ו) אין די תשובות וואס זענען געשריבן געווארן אין לויף פון לאנגע יארן נאכן אנקומען קיין אמעריקע.

"אין יענע צייט איז נישט געווען קיין מציאות אז מען זאל קענען אנגיין מיט א שחיטה, נאר אויב מען איז געווען אונטער די יוניאן. זיי האבן אנגעפירט מיט די שחיטה, און יעדער האט געמוזט זיין אנגעשלאסן אין זיי. זיי זענען אבער געווען קלים וריקים, וואס האבן גרינגעשעצט אין עניני כשרות אויף א שרעקליכן פארנעם, און מען האט געמוזט שטיין על המשמר מיט אן אויסערגעווענליכע זהירות אז עס זאל אלעס זיין כראוי וכנכון."

ווייטער שרייבט דער שרייבער איבער די כוחות וואס רבינו הק' האט אריינגעלייגט מתקן צו זיין די שחיטה. אבער "וויפיל תיקונים מ'האט כסדר מוסיף געווען, און נאך אלעם האט ער נישט געלאזט קורא זיין שמו אויף די שחיטה, שפירנדיג אז דאס איז נאך אלץ נישט די זעלבע שחיטה וואס פלעגט זיין אינדערהיים, ווען דער רב איז געווען דער פולשטענדיגער בעל הבית און אחראי אויף די שחיטה, על פיו יצאו ועל פיו יבואו."

נאך ווייטער שילדערן די תיקונים וואס רבינו הק' האט געלאזט דורכפירן, קומט נאך א פאראגראף אז:

"עס האט אויסגעזען דאס בילד זייער קלאר, ווי די קליפה פון די 'טריפה'נע אמעריקע' האט נישט געוואלט אויפגעבן איר טיטל, טראצדעם וואס זי האט געכאפט א מפלה און עס האבן אנגעהויבן צו וואקסן אויף איר באדן ערליכע אידישע דורות – אין אמעריקע זענען שוין געבוירן געווארן צענדליגער טויזענטער ערליכע אידישע קינדער – אבער זי האט נאך געוואלט אנהאלטן דאס ענין פון די שחיטה אין אירע לאפעס און וואו עס איז נאר מעגליך געווען אריינצואווארפן א מכשול דא און דורכפאל דארט, וואס פון צייט צו צייט האט דאס איבערגעלאזט ווייטאגליכע אפעקטן אויפן יהדות החרדית, און אידן האבן אויפגעהויבן די הענט מיט טרערן צום הימל און געבעטן אויף רחמי שמים אין דעם געביט."

לויט דעם שרייבער איז מען ווייטער געווען אונטערגעווארפן אונטער די יוניאנס. עס איז טאקע געווען א שווערער קאמף, אבער די יוניאנס האבן נאך אלץ געהאט דעם אויבערהאנט. זיי האבן פון צייט מפטם געווען דעם כלל ישראל מיט נבילות וטריפות, ביז ממש איצט, ווען מ'האט אויסגעשאסן די לעצטע קוילן.

עס שטעלט זיך ארויס א שרעקליכע אויפדעקונג אז אין די איבער זעכציג יאר וואס מ'געפינט זיך אין אמעריקע, האט מען זיך מפטם געווען מיט מכשולות, טריפות און די יוניאנס האבן אונז געשטאפט מיט כל דבר אסור... געוואלד! מ'האט אונז מפטם געווען מיט מאכלות אסורות. וואס טוט מען איצט? וויאזוי האט מען א כפרה? וויפיל תעניתים דארף מען פאסטן?

איין רגע – די סטארי האט אן העפי ענדינג, וואס איז אייגנטליך דער ציל פונעם גאנצן ארטיקל:

"בחסדי ה' כי לא תמנו, האפן מיר צום רבוש"ע אז איצט האט מען ענדליך געזיגט די לעצטע קוילן אין די מלחמה קעגן קליפת אמעריקע. איצט ווען דער סאטמארער רבי שליט"א האט מיט געוואלדיגע כוחות באוויזן דאס דורכצוברעכן און אהערשטעלן א שחיטה המהודרת..."

*

באמת שטיי איך שאקירט און צושאסן, און איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר. וואס איז דער מזל טוב? וואס איז דער פרייד, לויט דעם שרייבער?

לויט דעם נוסח, די געוואלדיגע מזל טוב, וואלט גאנץ מאנסי געדארפט טאנצן פאר עטליכע יאר צוריק פאר פרייד אז מען האט געכאפט א געשעפט פארקויפן טריפה פלייש... וואס הייסט, פון היינט און ווייטער וועט מען מער נישט ליידן פון די קליפה.

אנשטאט זוכן תשובות, פאררופן תעניתים, האט מען געדארפט מאכן ריקודים, זיך וואונטשן מזל טוב... וואס הייסט מ'האט געענדיגט מיט'ן שרעקליכן מכשול.

*

איך ווייס נישט צי ס'איז א שמחה א "מזל טוב, אמעריקע," אבער אנטדעקט אמעריקע האט מען דא זיכער נישט...

און דער שרייבער איז דאס אליין מודה: "ווען מ'וואלט ווען געקענט שרייבן, וואלט מען אוודאי מער געשריבן וואס עס האט געברענגט אזויפיל הונדערטער ערליכע אידן נעמען שוין נישט אריין קיין פלייש אין מויל פאר לאנגע יארן."

דאס הייסט אז די גאנצע פרשה איז נישט קיין נייעס. נאך אזויפיל שרייבן, ווייס איך נישט פארוואס דאס ביסל אינפארמאציע קען ער נישט אויפדעקן, פארוואס פונקט דא האט ער פארלוירן די טינט און פעדער, אבער מיר וועלן יא שרייבן:

איך ווייס נישט וואס דער ארטיקל דערציילט וועגן די יוניאנס, און עס איז א געפערליכע מוציא לעז על הראשונים צו זאגן אז די אלע רבנים האבן נישט אנטפלעקט פארן ציבור דעם שוואכן קאנטראל אויף די שחיטה, און אז כ"ק רבינו הקוה"ט זי"ע בעל ויואל משה, וועלכער האט גענוג שווערע זאכן געפאדערט פון זיין ציבור, האט נישט געקענט כאטש איין מאל ארויסברענגען אז ערליכע אידן זאלן זיך מונע זיין פון עסן פון די שחיטה, על כל פנים פון בשר בהמה, צוליב די שרעקליכע מכשולות און קליפות וועלכע פארלייגן זיך דערויף. איז טאקע נישט מעגליך געווען איינצורישן אן אייגענע שחיטה צו קענען צושטעלן כשר פלייש למהדרין?

ער שרייבט אז דער רבי האט נישט געוואלט רופן זיין נאמען דערויף, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן אויף וועלכע פראדוקטן ער האט יא געגעבן זיין נאמען, און צי דאס איז געווען גענוג גוט צו וויסן אז דער עולם זאל פארשטיין נישט צו עסן.

די אלע מראי מקומות וואס ער ווארפט אריין פון תשובות דברי יואל, רעדן זיך פון מקוואות און דערמאנען נישט קיין ווארט פון שחיטה, אויסער דערמאנען איין ווארט פון כשרות בכללות.

און נאך א פונקט. אינעם מיטלסטן מראה מקום וואס ער  ציטירט, איז רביה"ק זי"ע דן צי מ'מעג מאכן א תיקון אין א מקוה וועגן חשש הוצאות לעז, און ער האט עטליכע צירופים פארוואס מ'מעג איינפירן תיקונים אין מקוה. ווער ס'לערנט עס איבער זעט קלאר אז ס'איז אפילו נישט קיין הוה אמינא צו מעגן זיך ארויסלאזן טריאומפירן שקר נחלו לנו אבותינו, נאר אויב מ'פירט דורך א הידור אן גיין אראפרייסן וואס עס איז געווען ביז היינט.

אבער דער מלעיג על דברי חכמים האט נישט קיין פראבלעם צו ציטירן אזא תשובה און דאס נוצן פאר זיין אגענדע, צו קענען שרייען אז ביז היינט האט נישט געטויגט, און רוב רובם פון די רבנים האבן קאלאבארירט מיט די יוניאן ווען מ'האט פרובירט מעורר צו זיין דערקעגן, און נאר דער מנהיג פון קרית יואל האט זיך ארויסגעשטעלט און האט ענדליך געגעבן דעם לעצטן שאס פאר קליפת אמעריקע.

אנשטאט דורכפירן תיקונים שטילערהייט, כדי אידן זאלן קענען עסן מער מהודר'דיגע פלייש, נעמט ער אונטער א שמוץ קאמפיין קעגן אלעס בעפאר, און נאך אונטער'ן קעפל פון 'מזל טוב', אז פאר די מכלומר'שטע מכשולות מוז מען זיך ארויסלאזן אין א טאנץ.

און לאמיר א קוק טאן קעגן וועמען ער צילעוועט – ווער האט יא גערופן דעם נאמען אויף די שחיטה?

עס איז נישט קיין סוד אז כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה זי"ע האט געגעבן די השגחה אויף די פלייש, און דא קומט זיין בענאק – יא עס איז מיר ברור אז 'דער בלאט', וואס גיט אים חיות און ער האלט זיך דערמיט, שרייבט וואס ער וויל ליינען און וואס ער וויל אז עס זאל געשריבן ווערן, און עס גייט אין גאנג פון וואס ער האט שוין געזאגט פריוואט און ברבים – און ציעט א פאראלעל פון אמעריקע בעפאר די קריג, און די שפעטערדיגע שחיטה אונטער די שליטה פון די יוניאנס. דאס הייסט אז זיין פאטער איז גרייט געווען צו געבן זיין נאמען אויף אזא מכשול, היש לך הוצאות לעז גדול מזה?

*

לגופו של עניין, צי עס איז יא געווען אדער נישט געווען א יוניאן וועלכע האט דאמינירט די כשרות אין די לעצטע זעכציג יאר, ווייס איך נישט. אבער איך קען מיטטיילן א קאפיטל היסטאריע וואס איך געדענק יא.

כ"ק מרן אדמו"ר מקאשוי זצ"ל האט אין די פריע תש"מ יארן מעורר געווען אז עס דארפן געמאכט ווערן תיקונים אין די ניקור, לויט ווי עס איז איינגעפירט אין ארץ ישראל. עס איז דאן געווען אן ערנסטע שערוריה ביים יהדות החרדית, ווען אסאך רבנים – ובתוכם כ"ק מרן אדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל – האבן געהאלטן אז עס איז אן איבריגע חומרא. דער וויכוח איז געווארן היציג, על כל פנים ביים עמך, והוא רחם יכפר. די פארלאנגטע שינויים זענען נישט דורכגעפירט געווארן, און פילע וועלכע האבן חושש געווען צום חומרא פון קאשויער רב זצ"ל האבן אויפגעהערט צו עסן בשר בהמה.

מ''קען זיין א גרויסער טיפש, אבער נאך אלץ כאפן אז צו אט די געשיכטע צילט דער שרייבער מיט זיינע ווערטער אז: "ווען מ'וואלט ווען געקענט שרייבן, וואלט מען אוודאי מער געשריבן וואס עס האט געברענגט אזויפיל הונדערטער ערליכע אידן נעמען שוין נישט אריין קיין פלייש אין מויל פאר לאנגע יארן."

ליינענדיג דעם ארטיקל אין דער בלאט, קען זיך איינעם דוכטן אז דער ר' אהרן איז במשך די אלע יארן געשטאנען מיט א ביקס, און געצילעוועט קעגן די קליפה, און האט נעבעך גאר שווער געקעמפט, כאפנדיג קלעפ, ווערנדיג פארוואונדעט, שיער נישט אויסגעלאפן פון אמוניציאן, ביז ער האט ענדליך, מיט מסירת נפש, אויסגעשאסן דעם לעצטן שאס און געזיגט.

דאס קען מען אפשר פארקויפן פאר די אפרוחים שלא נפתחו עיניהם, אדער די וואס ווילן מאכן א 'ריסעט' און פארגעסן אלעס וואס ער האט געטאן און טוט נאך אלץ, און זיך נאר איינ'חזר'ען אז מ'האט דא צו טאן מיט "הגאון הקדוש", וועלכער איז כל כולו לשם שמים.

איך ווייס אז דורכאויס אלע יארן ביז איצט, אפילו נאך די לבי נוקפי דרשה, האט ר' אהרן געריקט בשר בהמה ווי גארנישט וואלט געווען! בכלל, פון אלע פרשיות פון די תש"מ און פריע תש"נ יארן איז געווען קלאר אז ער האט געהאט א שטארקע השפעה איבער אלע געטועכצער אין יענע יארן, און ווען ס'זאל אים גיין בנפשו וואלטן אסאך זאכן אנדערש געווען, און ער וואלט לייכט געקענט דורכפירן די תיקונים אין די שחיטה.

אנשטאט, איז ער געווען דער וואס האט גערעדט אמשארפסטן קעגן דעם צדיק דער קאשויער רב זצ"ל. דער וואס דערקלערט איצט זיג קעגן די קליפה, האט מיט ווייניגער ווי צוואנציג יאר צוריק געוואלט צורייסן דעם קאשויער רב פאר מעורר זיין ענינים וואס ער האט געהאלטן אז עס פעלן אויס תיקונים אין די שחיטה...

מיין זכרון איז נאכנישט אזוי אפגעדינט, און עס קלינגט מיר נאך הויך אין די אויערן די מיאו'סע זלזולים, אויפ'ן קאשויער רב זצ"ל, אז ער... האט געזאגט אז דער פעטער זי"ע האט מאכיל געווען נבילות וטריפות פערציג יאר, און "זיין מיינונג איז קיין מיינונג..." אדער די באמבאסטישע סטעיטמענט, זאגן מיר אים "עפרא לפומי'."

יא, דער ר' אהרן איז א געלערנטער שיסער, אבער נישט קעגן די קליפה, נאר פאר די קליפה. מיט דעם זעלבן לשון מדברת גדולות וואס ער נוצט איצט צו טריאומפירן זיין שחיטה, האט ער געריסן "אין זיבעטן ריפ" – כלשונו הטהור – פון קאשויער רב, מיט א געפערליכע חוצפה אין פרעכהייט.

דעמאלט האט ער פארשטאנען אז מ'טאר נישט פרובירן צו מאכן תיקונים, אפילו ווען דאס איז געקומען אן די אלע באמבאסטישע אויפקלערונגען אז ביז דעמאלט איז געווען די שחיטה אונטער די קליפה. איצט, אבער, מעג מען גיין מוציא לעז זיין אויף ראשונים, און אפען זאגן אז ביז היינט איז די שחיטה געלעגן אונטער די לאפעס פון די קליפה. דאס הייסט אפען דערקלערט אז אביו ורבו שלמדו תורה זצ"ל, מיט פילע גדולי הרבנים זצ"ל, האט געארבעט מיט די קליפה.

*

דער איצטיגער מצב, פון זיין פשיטת טלפיו כחזיר און גאר אטאקירן יעדן איינעם פאר די פראבלעמען אין די שחיטה, קומט פאר פונקט ווי דער פינקעל פון מאנסי זאל זיך אויפשטעלן עטליכע יאר צוריק נאך זיין מעשה נבלה וואס מ'האט אים געכאפט ביי די מעשה, און דערקלערן איך גיין איינפירן א כשר'ע יאטקע.

מ'וואלט דערקלערט אין העדליינס, "מזל טוב", און דער פינקעל וואלט גאר געווען דער הויפט העלד וועלכער האט דערשאסן די קליפה. וואס הייסט? מאנסי האט יארן געגעסן טריפות, און איצט גייט פינקעל אויפהערן צו שטאפן טריפות און וועט שוין סערוויסן נאר כשר'ס!

יא, הוא הדבר הזה, אויב איז טאקע געווען אזוי ביטער דער מצב ביי די שחיטה ווי ער לייגט עס אראפ, איז ר' אהרן דער פינקעל פון די מכשולות אין די שחיטה ביי די בשר בהמה, און איצט שטייט ער און קלאפט און זיך בייכל, און דערקלערט אז ער האט גאר דערשאסן די קליפה. איז דען דא א גרעסערער פאראדאקס?

נאך וואס ער האט מיך – און טויזנטער אנדערע – געשטאפט מיט שקרים און טריפות באנזאם, און ער האט אונז געקארמעט א האלבן יובל יארן מיט העצערייען אויף א צדיק אמת, קומט דער זעלבער מענטש און דערקלערט אז מיר אלע האבן געגעסן טריפות – באשולדיגנדיג די יוניאן און אזעלכע אויף וועמען מ'קען נישט רעדן – און דערקלערט גאר בראווא.

פרעג איך אייך, ווי אזוי קען מען נאך געטרויען אזא רב נאך אזא שוידערליכן פאטאלן טעות. אפשר וועט ער מיט יארן ארום אנטדעקן אז די איצטיגע שחיטה האט נישט געטויגט, אדער אז זיינע מלשינות'ן זענען יא געווען א הרמת יד בתורה משה, צי די משפחות וואס ער האט צושמעטערט צוליב אומזיניג שמוציגע בלבולים זענען יא געווען אומשולדיג, און מ'האט אבי חרוב געמאכט אידישע שטיבער.

און פונקט ווי מיר זענען די וואס זענען געבליבן חוזק און אפגעשמיסען, ווערנדיג נתפטם מיט נבילות וטריפות ר"ל, בעת ער קלאפט זיך אין בייכל מיט א נייע שחיטה, וועלן מיר דעמאלט זיך איינזען אלס פאלנע מוסרים, אכזריים וואס האבן מיטגעהאלטן די פארניכטונג פון אידישע שטיבער, בעת ער וועט ווייטער רייטן און טרעפן א נייע אגענדע פארוואס צו דערקלערן אז ער איז די שענסטע און די בעסטע, ווייל ער גייט אויפהערן די פראבלעמען...

*

אויב האט ער טאקע איינגעזען דעם אמת, אז די שחיטה האט ביז היינט נישט געטויגט, וואלט אזא איד ווי ר' אהרן געדארפט הייבן פיס און גיין למקום שאין מכירים אותו, קלאפן על חטא פאר'ן שטיין אין שפיץ פון די קליפה און פאר'ן אויפציען דורי דורות אידן וועלכע זענען נתפטם געווארן מיט מאכלות אסורות, אנשטאט באשמוצען יעדן איינעם, און זיין א מרנן על קברן של ראשונים.

לאמיר זאגן אז ער איז נישט בכח אנצונעמען די שווערע תיקוני תשובה, וואלט ער אמווייניגסטענס געדארפט אריבערנעמען זיין ישיבה קיין קאשוי, צום קבר פונעם צדיק אמת דער קאשויער רב און בעטן מחילה פאר די דברי לעג וזלזול און השמצות וואס ער האט אלץ גענוצט קעגן זיין חשבון.

אנשטאט נעמען זיינע בחורים צו שפרינגען ביי א לויה און א קידוש בית החיים, וואלט ער געדארפט נעמען די בחורים וועלכע זענען במשך יארן נתפטם געווארן באכילות של איסור דורך אים, און גיין מקבל נזיפה זיין און בעטן מחילה פונעם קאשויער רב פאר די שרעקליכע נידריגע רייד קעגן אים.

און לשיטתו, אז אפשטעלן א מכשול איז א געשעעניש פארוואס מ'דארף וואונטשן מזל טוב, וואלט על כל פנים געקומען א באזוך לכבוד די שמחה ביים הויפט מחותן, דער קאשויער רב זצ"ל, וועלכער איז געווען דער ערשטער מעורר דערוועגן.

און אפילו מיר וועלן לייגן אין די זייט דעם עבר, אבער אויף לעתיד, ווייסט יעדער איינער אז ס'איז געווען נאך איין ענין אויף וואס נצטער עליו אותו צדיק אזוי שטארק ווי אויף די שחיטה פון בשר בהמה. דאס איז דער 'סקול דיסטריקט אין קרית יואל,' וואס ער האט פאררעכנט אלס ניאוץ במלכות שם שמים.

אויב האט מען נאך איבער א האלב יובל יארן איינגעזען אז מ'איז נכשל געווארן דא און דארט מיט די פלייש, אזוי ווי דער צדיק האט געווארנט, איז דאך איצט צייט אויך זיך מתבונן צו זיין אז מעגליך איז דער צדיק אויך גערעכט מיט'ן סקול דיסטריקט?! דאס איז דאך אן אנגייענדע כפירה, האט דער קאשויער געשריגן ככרוכיא, און אז מיר זעען אז ער האט בעסער פארשטאנען, מוז מען דאך אין ענייני אמונה ודעות זיכער חושש זיין לדעתו הקדושה.

דער חילוק איז אבער אז די סקול דיסטריקט ברענגט אריין מיליאנען, און ביי די שחיטה איז דער מצב פארקערט. פון מכלומר'שט דערקלערטן די אלטע אלס טריפה קען מען פארדינען מיליאנען, און מען קען עס אויסנוצן לקנתר און מיט א יוהרא בויען די אייגענע קרעדענשאלס. ד.ה. אז די גאנצע הוצאת לעז על הראשונים, איז אלעס צוליב ביזנעס, כבוד און צו קענען טריאומפירן מיט א שחצנות.

היינו טעמא דעפרא לפומי' והיינו טעמא דשחיטה מונחת: דער זעלבער ציל וואס מ'האט געהאט ביי די העסליכע דרשות צו פארטיידיגן די סקול דיסטריקט, האט מען היינט ביים אראפרייסן די אנדערע שחיטות.

 




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2009 01:57 לינק ישיר 

לאמיר אייך געבן מיין הסבר פארוואס מר. פארמעגליך האט געטוישט די אישו פון זיינע באשרייבונגען
ווייל ער האט געזעהן אז דאס העלפט נישט צוריק צו באקומען די בית החיים,
פונקט ווי מר. סופערמעסי האט געזעהן אז זיינע באשרייבונגען העלפט נישט צוריק צו באקומען ראדני.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 22:46 לינק ישיר 

ר' יחצאל איז מוחל פאר ר' שכלדיג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:36 לינק ישיר 


ר' יחצאל איך בעט איבער יעדן פארן זיך דערוואגן צו שרייבן א הערה פאר הער פארמעגליך,
אבער פליז מאך נישט פון מיר קיין חוזק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 21:21 לינק ישיר 

פישמאן
איך האב עם דארט גענטפערט וואס חלה דעקל מיינט צישרייבנדיג "וואס ארט מיך צי ער מאכט זיך נאריש אדער ער פרעגט אמתדיג" אויב אויף קינדעריש ריפט זיך עס א חוזק איז עס נאר מיין ניק נישט איך,
 לכוארה האסטו א גיטן דיוק פון דא זאפטיגע  און דארטן וואס מיינט ח"ד וואס מיטן כבדהו וחשדהו קען עס נאך צי ברענגן צי געוויסע מסקנות,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 20:37 לינק ישיר 

ווילאנג ר' אהרן הרג'עט טשיקענס אדער גסות, שטייענדיג אדער ליגענדיג איז נישט קיין פראבלעם
אבער מענטשן זאל ער נישט הרג'ענען, ער זאל נישט טינקעל מאכן פאר אידן
און זיי לאזן טאן דעם מענטשליכן געברויך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 20:10 לינק ישיר 

שכלדיג גערעכט
 מיר הייבט נישט אן צו באדערן אז די אהרונים מאכן זיך א נייע עקסטערע שיינע שחיטה
און ווי עס שיינט באדערט עס נישט פארמעגליך אויך נישט
 באדערן קומט בכלל נישט אריין דא אין בילד עס איז א שיינע ליצנותא דע''ז
פון זייער אויפרייסערישע סטיל פון שרייבן
און פון זייער מהלך  ווי זיי רייסן אראפ די אנדערע היימישע שחיטה ממש ווי די יוניאנס
 און די גרויסע לשם שמים פון ר' אהרן.....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 19:58 לינק ישיר 


איך וויל נאר מגלה דעת זיין ברבים:
נישט יעדע זאך פון די מחנה הארונים וואס באדערט פאר הער פארמעגליך, באדערט פאר אלע זלונים,
כלומר, עס איז דא אסאך (מילד געזאגט) וואס גייט זיי נישט אן נישט פון די גסות און נישט פון אריזאנע.

איך שעץ זייעהר הער פארמעגליכ'ס ארבעט, אבער איך גלייב נישט אין זיין ריכטיגן ציהל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 19:43 לינק ישיר 

זעליג ברענגט א שטארקע נקודה פון היינו טעמא דאריזאנע ווייץ

לדעתי הקלישה פאסט פיל בעסער פארמעגליך'ס ארטיקל אויף די אריזאנע ווייץ, וואס א דרשה איז געזאגט געווארן דורכן קדוש אליין, ווי איידער זיך שטעלן אויף עפעס אן אומערפארן בלאט שרייבער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/10/2009 16:07 לינק ישיר 

איך האב שוין אויך געקלערט אז פארמעגליך איז א אפיס און נישט א מענטש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 15:54 לינק ישיר 

און דרך אגב
לענ"ד
מזל טוב קאשוי רב!
האט פארמעגליך נישט געשריבן

פארמעגליך שרייבט ווי א גוטע צייטונג שרייבער
און דעם מזל טוב! איז געשריבן ווי א מאמר ע"י אחד הרבנים, און צוגעלייגט אפאר גאסן ווערטער - צייטונג לשונות ס'זאל זיין א המשך צו די פריעדיגע ארטיקלען

באמת איז נישט מעלה מוריד ווער שרייבט וואס
דער עיקר ס'איז גוט און צו דער זאך
און אדרבה ממנו ילמדו וכן יעשו
ווער ס'האט אביסל פריי צייט, זאל אראפ שרייבן זיינע געדאנקן
און עס אריין שוקן צו פארמעגליך
און אויב ס'איז גוט וועט עס פארמעגליך זיכער אפרובווען און עס ארויס שטעלן

נ"ב
פארמעגליך האט ב"ה איינגעקויפט א טראסט ביים עולם אלץ א נארמאלע שרייבער, לעבט נישט אין חלומות, משעובד צום מציאות, יעדע מעשה וואס ער שרייבט איז 100 פראצענט אמת, וכו' וגו'
דערפאר הונדערטע אידין וואס ליינען נישט היידפארק און ווילן אפי' נישט האבן קיין שייכות מיט היידפארק, אבער וואס ס'קומט פון פארמעגליך'ס האנט איז אקעי
ווילט איר אז די אלע אידין זאל הנאה פון אייער געדאנק שוקט אריין אייער געשרייב'עכטס צו פארמעגליך און דורך עם וועט עס אנקומען צו כלל ישראל....






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 05:15 לינק ישיר 

שכל'דיג זאגט א מיינונג וואסערע ארטיקלעך דער עולם וויל,

און אנדערן אשכול פרעגט ער וואס איז פשט פון חלה דעקל, זעהט אויס אז ער האט נאכנישט געליינט קיין זאפטיגע ארטיקלען ביז יעצט, און ער פארשטייט שכל'דיג אז די פריערדיגע ארטיקלען זענען געווען מער זאפטיג,

עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ער איז בכלל שכל'דיג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 04:05 לינק ישיר 

פתח רבי יהודה ואמר, כמה נאין מעשיהן של אומה זו, תוקנו..וכו' רבי יוסי שתק נענה רשב''י ואמר כל מה שתוקנו לא תוקנו אלא לצורך עצמן.(שבת לג:)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 01:10 לינק ישיר 

געוואלדיג, פארמעגליך, און היינו טעמא דאריזאנע מצות, .



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/10/2009 22:40 לינק ישיר 

ומודים דרבנן הייני שבחיהו

אגב
ווער געדענקט נישט ביי איינע פון די דרשת, לשונו פון הקדוש מלפנים
ביי יענע דרשה האט ער אפלירט צי קאשוי רב ער זאל מודה זיין אז ער האט געמאכט א טעות
ומודים דרבנן הייני שבחיהו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2009 22:31 לינק ישיר 


אוקעי, בטלה דעתי.
אויב אידן האבן הנאה יהא זה שכרו פון הער פארמעגליך, יעדער האט זיין טעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > מזל טוב קאשויער רב זצ"ל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext