בית פורומים באבוב

א רבי א ראש הישיבה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/10/2009 22:23 לינק ישיר 
א רבי א ראש הישיבה

היסטאריע אין באבוב: באבובער רבי שליט"א הייבט אן דינען אלס ראש ישיבה.

היינט מאנטאג פ' נח ביים סעודת ראש חודש חשון, האט כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א געלאזט וויסן אז דעם קומעדיגן זמן וועט ער אנהייבן דינען אלס ראש ישיבה במתיבתא עץ חיים דבאבוב, און וועט זאגן שיעורים פאר די צוויי העכסטע כיתות פון די ישיבה, דריי מאל א וואך.

דער רבי שליט"א האט 30 יאר צייט געדינט אלס מגי"ש אין די באבוב'ער מתיבתא, אין זיינע טיפע און קלארע שיעורים וועלכע האט יעדן אריינגעברענגט טיף אין די סוגיא אריין און געגעבן דעם קלארען פארשטאנד, און אויך נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן דינען אלס רבי האט ער ווייטער פארגעזעצט מיטן פארלערנען די באוויסטע לומדישע שיעורים יעדן חול המועד, מיט די באטייליגונג פון טויזענטער חסידים, פון צייט צו צייט האט דער רבי געזאגט שיעורים פאר די בחורים אין ישיבה, אויך איז דער רבי געלאדענט געווארן צו זאגן שיעורים אין אנדערע ישיבות.

אצינד נאכדעם וואס אין די לעצטע יארן האט געדינט אלס ראש ישיבה הגאון רבי משה בראמבערג שליט"א, אבער ער האט לעצטענס געפענט זיין אייגן ישיבה, האט די הנהלת הישיבה באשלאסן צו בעטן דעם רבי אנצונעמען דעם פאסטן פון ראש ישיבה.

פון ווען עס איז באוואוסט געווארן צווישן די הונדערטער בחורים פון די ישיבה, זענען זיי געווארן זייער התרגשות'דיג איבערגענומען, זיך פרייענדיג אז זיי וועלן האבן די זכיה הנאה צו האבן פון אור תורתו פון רבי'ן שליט"א וואס זיינע שיעורים זענען א שם דבר אין די עולם התורה.

היינט ביים ראש חודש טיש, האט דער רבי געהאלטן א פייערדיגע דרשת פתיחת הזמן, און האט דאן מודיע געווען, אז ער נעמט אויף זיך צו דינען אלס ראש ישיבה, און ער וועט קומען אין די ישיבה אריין דריי מאל א וואך, און וועט זאגן זיינע שיעורים פאר די עלטערע כיתות פון די ישיבה.

ביי דער געגלעגנהייט האט דער רבי שליט"א אנגעווארענט די בחורים אז אלע אלטע סדרי הישיבה בלייבן ווייטער אין קראפט אן קיין שום טויש, און מען מוז זיך ווייטער פירן מיט כבוד מיט די הנהלת הישיבה, און זמן תורה לחוד און זמן חסידות לחוד.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2009 22:26 לינק ישיר 

אתרוג
http://www.tog.co.il/he/TorahNew.aspx?id=1834





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > א רבי א ראש הישיבה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext