בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: העדה החרדית קעגן דעם שלעגער י.ו. פון סאטמאר-ירושלים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2009 00:56 לינק ישיר 
ברעקינג: העדה החרדית קעגן דעם שלעגער י.ו. פון סאטמאר-ירושלים


אכן נודע הדבר! די ריכטיגע שמוץ הייבט אן ארויסצורינען! ליינט און שטוינט,
ווי שוין באריכטעט האט פארגאנגענעם יו"ט סוכות דער טרויעריג בארימטער שלעגער\געשלאגענער יצחק ווייס פון ירושלים מקורבו ושליחו הנאמן פון הצדיק חיים הערשעלע ט"ב געכאפט מכות רצח פון די ירושלימ'ער תלמידי הישיבה נאך וואס ער איז דארט אריינגעלאפן מיטט א שטעקן צו שלאגן די בחורים פארן זיךל חוצפענען צו ר' חיים הערשעלע.
יעדער געדענקט זיכער אז ס'איז געלונגען פאר די בחורים איהם אויסצוהאקן צוויי פאדערשטע ציינער לקיים מה שנאמר 'רשע הקהה את שיניו'.
אלזא דער שלעגער האט באקומען א היתר פון ר' חיים הערשעלע זיך צו ווענדן צו די ציאניסטישע פאליציי, יא יא צו די וואס מקל'ען אן מיט בראטאלישקייט די פרומע אידן ביי די שבת'דיגע הפגנות, דער י. ווייס האט איינגעגעבן א קלאגע אנטקעגן 3 בחורים, אן קיין שום בושה.
ער האט דאס געטהון גלייך נאך שמחת תורה ווען ר' חיים הערשעלע איז נאך געווען אין אמעריקא כדי ער זאל זיך קענען בייגן די גענאק און זאגן ווי געווענליך "איך ווייס נישט פון וואס מ'רעדט דא, עס האט נישט מיט מיר, ער טוהט דאס על דעת עאצמו, איך האב נישט קיין ווארט אויף איהם וכו' וןכו'' "
בקיצור די אנגעקלאגטע בחורים האבן זיך געוואנדן צו הרב שלמה יודא הירש שליט"א מו"צ העדה החרדית וועלכע איז אויפגעשאדערט געווארן צוהערנדיג די חילול ה', אבער מורא האבנדיג פון די טערארריסטן ארום ר' חיים הערשעלע האט ער געצה'ט די בחורים זיך צו ווענדן צום ביד"צ העדה החרדית און פארציילן וואס ס'שפילט זיך אפ אין סאטמאר אזא פרעכע מסירה ומלשינות.
די בחורים זענען אריבער צו די העדה החרדית און אויפגעוויזן דברים כהווייתן, די ביד"צ האט תיכף ומיד ארויסגעשיקט א בריוו צו דעם שלעגער י. ווייס ער זאל זאפארט צוריק ציען פון די מסירה ביי די פאליציי.
עס האט נישט גענומען קיין 24 שעה און דער שלעגער איז שנעל געלאפן מבטל זיין די קלאגע כדי צו אפשוינען בזיונות פאר זיין משלח ר' חיים הערשעלע.  



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2009 20:20 לינק ישיר 

איך בין אויך מוחה, לתועלת הענין ברענג איך די אטענטישער בריוו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2009 17:28 לינק ישיר 


ר' מענדעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2009 17:22 לינק ישיר 

איך בין מוחה במחאה נמרצה אויפן (נארישן אבער אחריות'דיגן) אקט פון א "נארישער" היימישע שרייבער, מיט'ן פאבריצירן בריוון מיט די עדה"ח לדערהעט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/10/2009 17:09 לינק ישיר 


מיר בעטן פאר'ן באשעפער "אל תזכור לנו עוונות ראשונים"
ווי אזוי ווילן מיר אז דער אייבישטער זאל נישט געדענקען אונזערע פריערדיגע עבירות
אויב מיר אליין טוהן אויפפרישן אלטע חטאים פון א צווייטן.

איך מיין אז איר האט אביסל איבער געטריבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 23:37 לינק ישיר 

אבער דיין בעה''ב האט אים דאך גענומען פאר זיין יד ימינו - אפי' ער האט געוויסט פין דער תשנ''ד בריוו
והא ראי'  ער לאזט אים נישט אריין ביי ''זיך'' אינדערהיים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 22:01 לינק ישיר 


בריוון פון תשנ"ג זענען גארנישט ווערד, ווייל רבי חיים צבי שליט"א איז נאך דאן נישט דארט געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 21:15 לינק ישיר 


ווער עס האט די בריוון פון די עדה החרדית פון זומער תשנ"ג בנוגע י.ו. ווערט געבעטן דאס ארויפצולייגן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 21:08 לינק ישיר 


ענק מאכן חוזק פון זיך אליינס

אויבן שרייבן ענק אז רבי חיים צבי שליט"א לאזט נישט אריין צו זיך אין שטוב דעם שלעגער / חוטא ומחטיא / מנובל / וכו' וכו' וכו'  י.ווייס, און דא שרייבט איר אז ער איז גאר יד ימינו...

זייט מחליט פאר'ן שרייבן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 20:50 לינק ישיר 


כ'האב נאכנישט געפרעגט ר' בעריש'ן פון פלעטבוש, אבער דו דארפסט פארשטיין אז 'באותו שעה כשר היה' ווייל ער האט נאכנישט געהאט לימינו דעם חוטא ומחטיא י.ו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 20:34 לינק ישיר 

בדרך אגב בעריש בן הר' אהרן וועלטץ פארציילט, יעדער קען דאס אים איבערפרעגן, אז ווען ער איז אריין פאר די בר מצוה מיט זיין טאטן צום ברך משה, האט די ברך משה געזאגט, איך האב אן אייניקל זלמן לייב'ס חיים הערש, דוכט זיך ער האט געזאגט ער לערנט אין מאנסי, ער וואקסט א סיגעטער אייניקל, ס'איז כדי צו קוקן וויאזוי ער לערנט, און זיך אפלערנען פון אים!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/10/2009 20:26 לינק ישיר 

WHO CARES!


(א שטורעם אין א גלאז וואסער)

.....איך מיין אז קיינער דא איז נישט אינטערעסירט, מען זאל מאכן א היסטארי איבער ק''י ישיבה'ס יעדע פאליטיק



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/10/2009 20:24 לינק ישיר 

שכל
כ'האב ביז יעצט נאר געמיינט אז די ארבעטס נאר פאר דיין רבי'ן זון
יעצט זעה איך אז די ארבעטס אויך פאר זיין יד ימינו.......

כ'האב מורא אז........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 19:57 לינק ישיר 

קיינער האט נישט געפרעגט די עדה צו זיי האבן געגעבען רשות צו מפרסם זיין די בריוו צו נישט, און עס איז בכלל נישט נוגע.

די אישוי איז אז יצחק ווייס ר' חיים הערשלע יפוער גבאי, האט געכאפט געהרגטע שלעג פון די ירושלים בחורים.

און יצחק ווייס איז געגאנגען קלאגען די בחורים צו די ציוניסטישע פאליציי נוסח זאלי, אן קיין שום היתר בי"ד און אן קיין הזמנה, און נאכדעם וואס בי"ד האט אים שטרענג געווארענט דעראויף האט ער מיט בושות געמיזט צוריק ציען פון זיינע מסירות ומלשינות.

און די נערישע שטותים וואס די זאליס שרייבן דא אז די בדי"צ העדה החרדית איז נשיט אפן חודש תשרי, ממילא האבן זיי נישט געשריבען די ערשטע בריוו וואס איז דאטירט תשרי, זעהט מען פון די בריוו אז די ערשטע בריוו איז יא אמת, נאר בי"ד שרייבט אז זייי האבן נישט געבען רשות עס מפרסם צו זיין, טא אונז געב מיר יא רשות...

און לויט די זאלי שטותים קומט אויס אז אין חודש תשרי איז ירושלים אויף הפקר, און מען קען יעדעם ריפן אין קארט, שבת קען מען אפען האלטן געשעפטן, מען קען אפען האלטן די פארקינג לאט, מען קען זינדיגען, וכו', ווייל לפי שיטת זאלי איז בי"ד נישט אפען.... 

איך קען א אנדערע בי"ד אין ווילי (להבדיל), וואס האט אויך גראדע א ראב"ד... וואס איז נישט אפן פון יאר צו יאר, אבער אפילו ווען זיי זענען נישט אפען, פאשקאווילען בריוון זענען זייי אלץ עוועליבעל צו געבן אפילו אין תשרי...

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 21/10/2009 20:05:06




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 19:57 לינק ישיר 

 

איך ווייס שוין נישט וואס איז ריכטיג, אבער דאס איז זיכער אז די רבנים פון די עדה החרדית האבן זיכער נישט אונטער גע'חתמ'עט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 15:15 לינק ישיר 

דאס איז טאקע דער חידוש פון די מעשה!

ביי רוב קהילות און חסידות'ען, וואו מען האט צו טאן מיט רעוואלציענערן, זענען די רבנים און די אדמורי''ם נישט אזוי אריין געטאן און די דעטאלען פון די שריט וואס ווערט אונטער גענימען זיי צו באקעמפן!

אבער ביי ר' זלמניו ובניו, דער ממלא מקום ר' בלעקבערי, און הרה''ח מיפו, איז פינקט קאפויער, די ''חסידים'' וואס האבן א געפול צו ר' זלמניו ובניו, פינקט וואו איך צום פובסט, דעריבער זענען  רוב פון זיי נישט אונטערעסירט זיך שמיציק צו מאכען די הענטליך, פאר דעם ע''ה הגדול,
דעריבער זענען די בנים אריין געטאן און די מערכה ראשום ורובם, איז דען א סוד, אז ר' זלמניו האט פיזיש אנטייל גענימען און די העצערייען קעגען כ''ק רבינו שליט''א ביי זיין טאטע דער ברך משה זי''ע?

גדענקען מיר דען נישט ווען ר' זלמניו איז געשטאנען ביי זיין הייליגען טאטע און שטוב, און געשריגען וואו א ווילדער ציגאנער ר' אהרן איז געגאנגען קיקען מיין מקווה, ר' אהרן נעמט מיר אלעס צו, ר' אהרן ווארט אז יקרבו ימי אבל אבי,? און דער ברך משה וואס האט פארלוירען א ווייב מיט 3 קינדער ביי די קריג, און טאכטער נאך דער קריג, האט געהערט אזא דבורים, האט ער צוזאם געבראכען און א ביטערע געוויין?

ווייסען מיר דען נישט אז ביי די חתונה פון הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א, האט דער קאלטער בן פראדעל זיך כמעט געבראכען, און מסכים צו ברענגען דעם ברך משה אויף די חתונה פאר א פאר מיניט,  און אונזער ר' זלמניו דער וועלטס בארימטער נועם המידות  איבער גענימען די מערכה, און ער פארזענליך איז אריבער געקימען צום ברך משה זי''ע אהיים, און זיכער געמאכט אז מען זעצט אים ארויף און מיטען די סאמע חופה פון זיין עלסטע איר אייניקעל, וואס ער האט אזוי ארויס געקיקט, אויף א פליגער, און מען ליפערט אים קיין פלארידע?

ער ר' זלמניו פארזענדליך איז געווען פארמישט און אלע שגץ שטיק וואס מען האט אפגעטאן פאר כ''ק  דער ברך משה זי''ע און בנו ומ''מ כ''ק רבינו שליט''א,

די זעלבע אויך זיינע בענאקעס,
 
דער מ''מ מבלעקבערי, עס איז נישט קיין סוד, אז דער בלעקבערי אליינס האט אנגעפירט די אלע גריכטליכע פראצידורען, צו פארזיכערען, אז זיין טאטע דער גנב העולמי, זאל קענען פארברענגען און די קהלישע בנינים, אזוי  ארום ווען ער וועט שוין א גרויס יונגעל, און זיין טאטע וועט שוין ליגען און פלאקס, וועט ער קענען שפילען רבי!!

די זעלבע איז הרה''ח מיפו! ער פארזענדליך איז בעל הבית אויף יצחק ווייס, מיט אלע אנדערע ווילדע זאלי שלעגער דארט אונעם ווייטען מזרח, און ער פארזענדליך איז דער באפעל געבער אויף יעדע טעראריסטישע אקציע וואס ווערט דארט אויסגעפירט, קעגען די אומשילדיגע אנ''ש, אויף וועם בן פראדעל האט ארויפגעצווינגען דעם יפוער!

תוקן על ידי פארשטיי ב- 21/10/2009 15:19:33

 



תוקן על ידי פארשטיי ב- 21/10/2009 15:20:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: העדה החרדית קעגן דעם שלעגער י.ו. פון סאטמאר-ירושלים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext