אין קום מיר נישט זאגען אז רב"צ קען אביסל דרוש מיינט קענען לערנען
איין בלעטל גמרא מיט הבנה איז שווערער ווי די אלע דרוש ספרים
נשלח ב-21/10/2009 23:27
יוסף מאיר עס איז זייער קענטליך אז די ביסט ביי א טיש אין באבוב קיינמאל נישט געווען.
נשלח ב-21/10/2009 22:49
באלקאני
אז א באבובער רבי וועט פירען טיש דארפסטו שרייבען וועלעכע באבובער פירט טיש
אבער אז מען רעד פון זאגען א שיעור דארפסטו נישט שרייבען אז דאס איז ר' מרדכי דוד פשוט ווייל קיינער וועט נישט חושד זיין אז די שמועסט מען פון ר' בן ציון.
נשלח ב-21/10/2009 21:38
סעלפאון כתב:
עס איז נישט קיין שום ציל, עס איז זייער פשוט, דער רבי אליין איז געווען ראש ישיבה ביז ער איז געווארן רבי און האט פארגעלערנט פיינע שיעורים, האט ער געוואלט ווייטער ממשיך זיין, זיין חיות איז פון לערנען, [איך האב נישט מיט באבוב גארנישט אבער עס איז א דבר ידוע אז ער איז אלעמאל געווען פארעכנט אלס א תלמיד חכם און גאר חשוב'ע אינגערמאן]
בחייו פון זיין שווער מהרנ"ץ מבאבוב זצ"ל איז רב ברוך אברהם הורוביץ געהאט דער "טיטעל" ראש ישיבה אבער עס איז געוועהן א טיטעל אן א מיטעל... ווייל רמ"ד האט געהאט די בחורים אויף זיין זייט אין ער האט געהאט די כח איז האט ער געפירט אין געהאט די דייעה אין ישיבה אין ברוך אברהם וואס ער איז געוועהן אויף זיין שוואגערס זייט רב"צ איז ביי די בחורים איז ער געוועהן פסול! מען האט גערופען רמ"ד די "שווארצע" ראש ישיבה אין ברוך אברהם די "ארינגזע" ראש ישיבה... איופן קאלאר פון בארד...
תוקן על ידי SatmarBum ב- 21/10/2009 21:39:35
נשלח ב-21/10/2009 21:33
אין מיין אז ס'איז ערגעץ אינדערמיטן אוודאי איז עס א שיינע זאך פונעם באבוב'ער רבי אז ער נעמט אראפ פון זיין צייט פארצולערנען פאר תלמידים אבער ס'איז אויך נישט עפעס א מורא'דיגע היסטארישע וועלטס נייעס מען האט שוין געהערט אזוינס. אבער די באבוב'ער חסידים האבן די רעכט צו ווערן עקסיידעט ווען זייער רבי טוט דאס.
נשלח ב-21/10/2009 20:35
לאמיר פרובירן צו מאכן שלום, איך בין דירעקט נישט קיין באבובער אבער איך פארשטיי דאס זייער גיט אז ווען ער איז געווארן רבי און האט פלוצים באקומען אינטער זיך הונדערטער משפחות וואס דארפן א מנהיג און א מורה דרך און איינער וואס זאל זיי אויסהערן וכו' איז געווען א דבר פשוט אז ער זאל אויפגעבן די פאסטן פון ראש ישיבה
דאס איז נישט קיין שום קשיא פארוואס ער האט אויפגעגעבן די פאסטן פאר די רבי'סטעווע, די חידוש איז פארקערט אז אפילו אלס רבי און האבנדיג אזויפיל אויפ'ן קאפ דאך בענקט ער זיך צוריק צו די ישיבה יארן.. און ער נעמט די פרטית'דיגע עול פון פירן א ישיבה, עס איז בכלל נישט אוועקצומאכן און pr האט ער ממילא זייענדיג באוויסט אלס א תלמיד חכם און ערנסטע מענטש
ודי בזה
נשלח ב-21/10/2009 19:58
יפה דברת
ער איז א גאסן רבי נישט א באבובער רבי
נשלח ב-21/10/2009 19:41
איך בין נישט באבוב'ס פארטייגונג מיניסטער.
דיין פשעטל וואלט געקענט האבן הענט מיט פיס אויב די מצב וואלט געווען אז רמ"ד וואלט געבליבן אין די גרויסע בימ"ד.
אבער קומען זאגן אז אפילו זייענדיג אויף די גאס איז ער א רבי וואס האט זיך ארויפגעווארפן אויף זיינע חסידים איז זייער נישט שכל'דיג.
זעהט אויס אז די חסידים וואס פארשטייען אז רב הצעיר דארף זיין ממלא מקום זענען געבליבן ביי רב"ץ אין די וואס האלטן אנדערש זענען געגאנגען צו רמ"ד.
נשלח ב-21/10/2009 18:33
דער שווער איז טאקע אוועק כדרך כל הארץ די איידעמער האבן אים נישט גע'הרג'עט אבער באבוב האט פארמאגט א רב הצעיר! קיינער האט נישט געהייסן דעם ראש ישיבה אויפגעבן זיין אמט, ער האט דאס אליינס בוחר געווען, ביי אים איז ראביסטעווע חשובער פון ראש ישיבהשאפט זאלט איר נישט דרייען א קאפ אז די ישיבה ברענט אים.
נשלח ב-21/10/2009 18:22
וואס ווילסטו פין איהם? האט ער געהארגעט די באבובער רבי ז"ל?
זיין שווער איז אוועק פין די וועלט אהן זוהן האבן זיינע 2 איידעמער איבערגענומען זיין אמט.
וואלסט געמעגט שרייבן מיט מער דרך ארץ אויף א מנהיג ישראל וואס זוכט צו אויפטוהן פאר אידישקייט.
חוץ פין דעם, הרבצת תורה ברבים איז א PR וואס מ'גיבט אויבן אין הימל גן עדן.
אז א רבי פין א גרויסע חסידות איז מוכן אוועק צו ווארפן אלעס 3 מאל א וואך אין גיבט זיך אפ מיט בחורים , דאס ווייזט אויף די דרך המחשבה פין דעם מענטש, ער וויל זיין א מרביץ תורה, ער וויל משפיע זיין אויף זיינע בחורים, אז ער האט ליב צו לערנען.
פאר אונז היידפארק שרייבערלעך מיינט עס גארנישט, די באלקעני מאך חוזק ביים שרייבן אייניקל אונגער אין די העלד מאך זיך צו נער כאילו מ'זוכט צו שפארן געלט, אבער פאר דעם רבי'ן מיינט עס אסאך, 3 מאל א וואך אפשפארן די קרעטשע פאר א מנהיג פין אזא גרויסע פארנעם איז א גרויסע פעולה, אינדערצייט וואס אונז וועלן שוין פארגעסן פין די נייעס וועט ער ממשיך זיין צו מחנך זיין זיינע בחורים.
ביי מיר האט דאס אויפגעוועקט א פינטל פין האפענונג זעהנדיג אז ס'איז נאך דא רבי'ס "נישט פין פריעדיגן דור" וואס נעמען אהן זייערע פאסטן מיט אן אחריות אין זייערע קאפ ליגט אין הרבצת התורה מיט חינוך הבנים.
נשלח ב-21/10/2009 00:37
שכלדיג מ'האט נישט געמיינט אייך בדווקא, נאר דעם עניין
נשלח ב-21/10/2009 00:18
ווי איך קוק עס אן קען זיין איך בין
wrong אז זיינע מוסדות מוטשענען זיך זייער שטארק פינאנציעל
און א געלונגענע ראש ישיבה קאסט א טייערן פרייז
איז ר' מרדכי דוד אלס א געטרייער רבי פאר זיינע חסידים און זייענדיג פעאיג דערצו
זייענדיג אלע יארן א בארימטער חשובע תופס ישיבה זיך אנגעטראגן אליינס עס
צו נעמען אויף זיך