בית פורומים אחים אנחנו

תקנה: כולל יונגעלייט מיט טעקס מעסעדזעס אויף זייער סעלפאן וועלן נישט באקומען זייער געהאלט!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2009 05:26 לינק ישיר 
תקנה: כולל יונגעלייט מיט טעקס מעסעדזעס אויף זייער סעלפאן וועלן נישט באקומען זייער געהאלט!!!

היינט איז פארגעקומען א מסיבה אין ק"י דורך חבירות תורה ויראה ווי רבינו שליט"א איז ספציעל ארויסגעקומען ווי ער האט משמיע געווען דברי תורה אין בתוך הדברים האט רבינו שליט"א מעורר געווען זייער שטארק אויף דע אלע סעלפאנס וואס עס איז דא היינט  במילא וויל  ער איינפירן אין כולל אז וועלעכע כולל יונגעמאן וואס וועט האבן טעקס מעסעדזעס אוין זיין סעלפאן ווען מען אפהאלטן דעם געהאלט אלס קנס



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 07:57 לינק ישיר 

פון וואו וועט ער וויסן?

און טאמער איינער טעקסט נאך 10 אזייגער ווען ער דארף שוין עכט שלאפן לויטן רבינ'ס תקנה איז איסור חל על איסור?

טראסטס מיר, נעקסטע תקנה איז וויפיל מאל מ'מעג גיין אין טוילעט אינמיטן כולל סדר....



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/10/2009 14:54 לינק ישיר 

יונה פרוכטבאר, ביסט נישט געווען אריינגעסיינט מיטן גוטן ניק!

נעקסטיים וואטש וואס דו טוסט!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 20:47 לינק ישיר 

תיקון: שמואל יונה דער רבי האט נישט געמאכט קיין שום תקנה, דער רבי האט נאר געזאגט אז מען וואלט געדארפט איינפירן אזא סארט תקנה אז א אינגערמאן וואס האט טעקסט מעסעדזשעס זאל נישט באקומען קיין כולל געלט ונימוקו עמו אז אויב זיצט מען אין כולל דארף מען געהעריג דארט זיין און אז מען האט א סעלפאון מיט טעקסט מעסעדזשעס איז מען נישט דארט

אגב דער דרשה איז געווען א הערליכע דרשה מיט שטארקע יסודות פאר אינגעלייט סיי כולל אינגעלייט און סיי אינגעלייט וואס ארבעטן, דער רבי האט בתוך הדברים ארויסגעברענגט אז היינטיגע צייטן קען מען זיין ביידע סיי מיושבי בית מדרש און אין דער זעלבער צייט זיין מיושבי קרנות, דער רבי האט אויך אויפגעפאדערט קובע צו זיין עתים לתורה סיי צופרי און סיי ביינאכט, און עקסטער גערעדט פאר כולל אינגעלייט אז זיי זענען אויך נישט פטור פון זיך קובע זיין עתים לתורה צופרי און ביינאכט חוץ די לימודי הכולל, ועוד ועוד.
ן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:41 לינק ישיר 

אביסל קלארער, רבינו שליט''א האט געזאגט, ווער ס'האט טעקסט מעסעדשעס אויף זיין סעלפאון קען נישט זיצן אין אונזער כולל,  מ'האט נישט גערעדט נאר ווער ס'באקומט כולל געלט, איר קענט דארט אריינשפאצירן אינמיטן סדר איר וועט נישט  טרעפן צווישן די הונדערטער לומדים, איינעם האלטן א סעלפאון -אויפן טיש אדער אינטערן טיש, ס'איז א קידוש השם.

דער רבי שליט''א האט וויכטיגע רע דאגות ווי בשר בהמה.  

קודם דארף מען זיין א איד, נאכדעם קען מען עסן הייליגערע פליישן פון וואס אונזערע טאטעס און זיידעס האבן געגעסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 22:45 לינק ישיר 

תתפתל איך ווייס נישט צו די ביסט א ארויני זאלויני אדער סתם א קאפ דרייער, איך האב באקומען ערשט האנטיגע אינפארמעשן פון איינעם וואס איז דארט געווען ביי די דרשה און דאס וואס איך האב געשריבן דאס האט דער רבי געזאגט און גארנישט עפעס אנדערש, נישט מער און נישט ווייניגער

ער האט דוקא יא גערעדט פון כולל געלט און האט דאס קלאר ארויסגעזאגט אז ער האלט אז מען וואלט געדארפט איינפירן א תקנה אז א אינגערמאן וואס האט א סעלפאון מיט טעקסט מעסעדזשעס זאל נישט באקומען קיין כולל געלט

עקסטער האט ער גערעדט קעגן אינטערנעט און די בלעקבעריס וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:58 לינק ישיר 

סעלפאון זיי נישט ברוגז, ס'איז נישט קיין סתירה מ'האט אפשר גערעדט פון באקומען כולל געלט אויך, אבער דאס איז קלאהר אז אין כולל אינפארסד מען די תקנה נישט קיין חילוק צו מ'איז יא אויף פעיראל אדער נישט
אגב דיין ווילדע שפראך שמעקט מער ארוניש כ'האף אז ס'נאר יעצט א אויסנאם




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 23:05 לינק ישיר 

תתפתל כתב:
 
אגב דיין ווילדע שפראך שמעקט מער ארוניש כ'האף אז ס'נאר יעצט א אויסנאם

איך האף אויך אזוי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 03:38 לינק ישיר 

נו איז דאך גוט?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2009 01:48 לינק ישיר 

לאמיר פארשטיין ווער מעג יא און ווער טאר נישט ? צו האבן אייגענע קינדער עפעס פראטעקציע ?

  http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2706129&forum_id=16386



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > תקנה: כולל יונגעלייט מיט טעקס מעסעדזעס אויף זייער סעלפאן וועלן נישט באקומען זייער געהאלט!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext