בית פורומים כל העולם כולו

OU הייסט וויילאנד און GG נעמען משגיח פאר צומת הגידין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2009 18:33 לינק ישיר 
OU הייסט וויילאנד און GG נעמען משגיח פאר צומת הגידין

ווער האט געגלייבט אז די רבנים מיט'ן פראק און די שניפסלעך וועלן איינטיילן די רבנים מיט די ווייסע זאקן און ברייטע ביבער היטען וויאזוי צו געבן כשר'ס פאר אידישע קינדער?

דער פנים פלאנט פאר בושה אז די היימישע בתי השחיטה ווי וויינלאנד, GG און מארוויד האבן געמוזט נאכקומען דעם "טעראר" פון די OU רבנים, און אויפצונעמען א משגיח ספעציעל פאר בדיקת צומות הגידין.

נאכדעם וואס די היימישע ביבער היטן רבנים האבן געשריבן צעטעלך אז ביי זיי איז קיין פראבלעמען נישטא, האט די OU געזאגט קענסט שרייבן וואס דו ווילסט, אבער אונזער סטעמפעל קען מען נאר האבן אויב מ'פאלגט דעם שלחן ערוך !

די OU איז טאקע נישט אזוי שטרענג ווי די פרומע בתי השחיטה וועלכע עפענען יעדן עוף, אבער דאך פרומער פון די ביבער היטן פון התאחדות הרבנים און די אנדערע, וועלכע קענען נאר דרוקן צעטלעך, און גייען ליידער קיינמאל נישט אראפ אין פלענט עכט זעהן מיט די אויגן וואס דארט קומט פאר.

אין קורצן:
עס איז גוטע נייעס אז ענדליך ווערט ביי די אלגעמיינע שחיטה עפעס געטאן.

עס איז ליידער ביטערע און שלעכט נייעס אז די OU איז די וועלכע דארף זיין דער שטעקן פאר די ביבער היטן רבנים, וויאזוי צו פאלגן דעם שלחן ערוך !




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 02:23 לינק ישיר 

עס איז אונז בכלל נישט קיין חילוק וואס ou טוט

נישט זייערע קולות און נישט זייערע אזויגערופענע חומרות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2009 22:15 לינק ישיר 

צומת: איך בין סתם נייגעריג, פון ווי נעמסטו דיין אינפאו?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:08 לינק ישיר 

 דוד46 איך פארשטיי אינגאנצן נישט דיין תירוץ זייט

זיי זענען מיקילים און אפי' זיי האבן שוין איין געזען די פראבלעם

איין זאך איז אנדערש ביי זיי . זיי האבן נישט קיין פראבלעם אויב רבינו שליט"א איז דער ערשטער מחמיר אין די זאליס יא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2009 22:00 לינק ישיר 

ווען ou זאגט אויף עפעס אז ס'איז כשר איז ער אויך גוט ביי דיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > OU הייסט וויילאנד און GG נעמען משגיח פאר צומת הגידין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext