זונטאג ר"ח חשון האט זיך אנגעהויבן דען משפט פונעם ברייט באקאנטן שלעגער אהרן מאיר ווייס ב"ר משה חיים ווייס, וועלכער ווערט אנגעקלאגט אין געריכט פאר'ן שלאגן ר' משה פרידמאן פארגאנגענעם ל"ג בעומר תשס"ט.
דער שלעגער אהרן מאיר ווייס וועלכער מ'רופט אין בני ברק בשמו הידוע אהרל'ע קלעפער (ווייל ער קלעפט אלע צעטלעך פון די באהערדע) און זייענדיג דער רעדאקטאר און מו"ל פונעם "קול התאחדתינו" גליון און פון דעם "שולחן מלכים" אויסגאבע, האט זיך געשוואוירן ביי זיין איינגעפאקטן לאנגע גרויסן בארד, אז ער וועט קיין משפט נישט האבן, דערווייל איז די מציאות אבער אין גאנצן אנדערש.
דער צורודערטער שלעגער איז אנגעקומען צופארן צוזאמען מיט זיינע הויפט דזשאנדארן הערשל האלצער מיט שלום יצחק דאסקאל משגיח רוחני אין ישיבת מהרי"ט פון ר' חיים הערש מייזליש, וועלכע האבן עם מנחם געווען אז עס וועט גארנישט זיין.
זונטאג צופרי איז ער אנגעקומען אין געריכט אין צפת, אין ווען דער פרעסקיוטער האט עם אריינגערופן אין געריכט רום צום ריכטער בען פיילעס, האט ער זיך געזען אונטער א מבול פון בליץ פיקטשער'ס, און האט זיך פרובירט צו באהאלטן אונטערן רוקן פון דעם צווייטן טעראריסט דאסקאל, ווען האלצער סטראשעט מיט די פינגער דעם פיקטשער מאכער מיטן ארגסטן, און שיסט אויס מיט א טוץ פון קללות נמרצות אנגעברענגט פון מאנארא'ער ישיבה.
דער ריכטער האט עם פארגעליינט זיין קלאגע, אז ער איז א שלעגער וואס האט געשלאגן ביים ציון הרשב"י, און האט געפרעגט דעם שלעגער צו ער לייקענט עס אדעיר ער באשטעטיגט עס.
דער שלעגער אהרן מאיר ווייס האט געשטעלט א פנים אין געזאגט פאר'ן ריכטער געקעקעצטער-הייט "אאייןןן לייי ככככסססףף ללללעוערררךךך דדדדיין "אין לי כסף לעורך דין", אין האט געבעטן דעם ריכטער אז די ציוניסטישע מדינה געריכט דער בג"ץ הציוני דער חירוף וגידוף נישט כ' נאר חירוף ממש (ווי ר' אהרן האט געזאגט) זאל עם שטעלן א לויער צו זיך קענען פארטיידיגן
איך מיין אז די האסט די נייע שולחן ערוך'ס פון מהדורת פריעדמאן דארט שטייט עס נישט אין די ערשטע 4 בענדער פון חושן משפט (אפשר אין כרך י')
אין א נארמאלער שולחן ערוך וואס איך האב אינדערהיים שטייט דאס אין כרך ג'
נשלח ב-22/10/2009 20:08
סוג טייערער בארואיג דיך קודם, דיין צארן פון צווישן דיינע ווערטער מאכט עפעס אויסזעהן אז ס'ליגט יא עפעס אין די בריוון
נשלח ב-22/10/2009 19:53
דער שלעגער "המנצחשותק" איז צושפילט אויף טויזענט און זיין איינגעפאקטע בארד פאלט אראפ פאר כעס, פון די אויפגעדעקטע פיקטשער'ס פון געריכט, דעריבער לייגט ער אריין און הייד פאר יעדע צווי שעה נייע פאלשע בריוו'ן.
נשלח ב-22/10/2009 00:19
גערעכטער
ווי אזוי זאגט דיין רבי
ביסט א גרויסער עם הארץ
נשלח ב-21/10/2009 23:55
די ערשטע 4 חלקים האב איך יעצט איבער געקיקט אין נישט גיטראפן, אפשר אין 5טע 6טע אדער 7טע חלק שטייט עס?, אין די עארשטע חלקים שטייט אז ההולך לערכעות איז א מרים יד בתורת משה, אין ער איז א רשע,
נשלח ב-21/10/2009 23:48
איך ווייס נישט וועגען י ווייס משה גבאי אין יעדער איד מעג איבערגעבען א שלעגער ווייל אזוי שטייט אין שלחן ערוך.
נשלח ב-21/10/2009 23:40
אז משה גבאי קלאגט א היימישן איד אין ערכעות הציונים איז א דורעכפאל פאר די אהרונים?, אין ווי איז דע בית הגדול בירושלים? פארוואס מעג משה גבאי יא אין י. ווייס טארנישט? די זאליס טוען א גיטן ג'אב פאר די אהרונים, זיי פארשפרייטן דעם הרמת יד בתורת משה פין משה גבאי אין זיי זענען נאך שטאלץ דערמיט. נעבעך נעבעך.
נשלח ב-21/10/2009 22:46
דער פעלשער פון יענעם בריוו איז נאך א עם הארץ אויך אויף אלע צרות אין יעדער וואס האט געליינט דעם פאלשער בריוו אין האט נישט חושד געווען בית דין אז זיי קענען נישט קיין אלף בית האט געוויסט אז דאס איז א פאלשער בריוו.
נשלח ב-21/10/2009 21:39
מיילא די אלע בריוון אַ כפרה,
אבער לדעתי איז די העכסטע צייט איינער זאל דא געהעריג מסביר זיין די געפעכט אין ירושלים פון אַ ניכטערן בליק,
עת לחשות ועת להשיב
נשלח ב-21/10/2009 21:18
זעט אויס ער דער שלעגער איז ביטער צורודערט פון די פיקטשער'ס אין צפת'ער געריכט, און ער פירקעלט ארום פאלש געמאכטע בריוון פון העדה החרדית, ווען איינס איז זיך סותר מיטן צווייטן.
נשלח ב-21/10/2009 17:14
ווי עס ווערט געמאלדן, גייט אנגעגעבן ווערן פרישע קלאגעס אין געריכט נאך 4 שלעגער'ס פון בני ברק, און וועלכע עס וועט פארעפענטליכט ווערן דא אויפ'ן פארק.
נשלח ב-21/10/2009 04:23
סוג כתב:
דער אהרן מאיר ווייס דער שלעגער מיט זיין שותף שלום יצחק דאסקאל, נישט קענען א דורכטראגן די בזיונות פון די בילדער, האבן אויפגעטראפן עפעס א מעשה און אריינגעלייגט א פאלשן בריוו פון ביד"ץ העדה החרדית, וואס עס האט נישט קיין הענט און קיין פיס, און עס איז מזוייף מתוכו
די ארונים האבען אויס געמעקט דעם בריף פון אשכול כל העולם נאכן באמערקען דעם עמארצאשען מיסטעיק...
רבי_יונה נשלח ב-21/10/2009 03:20
השבת אבידה
ווי איז נעלם געווארן די בריוו פון די עדה החרדית? -- MoisheGabbi: http://twitpic.com/mb64c - Aronims False Letter of Eidah Charides against Yitzchok Wiess go Out of Court Didnt Relize Bes Din Closed Tishrie
תוקן על ידי SatmarBum ב- 21/10/2009 4:28:10
תוקן על ידי SatmarBum ב- 21/10/2009 4:28:49
נשלח ב-21/10/2009 01:13
דער שופך דם אהרן מאיר ווייס אנשטאט צו מאכן א חשבון הנפש אז ער דארף האבן א ישועה פרטית וד"ל, שטייט ערק און פארגיסט אידיש בלוט ווי אימער ער קען נאר
נשלח ב-21/10/2009 00:02
ר' סוג, וואס האט ר' משה גבאי מיט די ירושלימ'ער בחורים ?
ר' קזחסטאן, איך גלייך אמאל אַ ווערטל.
נשלח ב-20/10/2009 23:54
איך אמתדיג ווייס איך נישט..
אבער די מיינסט עס שכלדיג, דאס איז זיכער..