איך האב נארוואס אפגעלייענט די דרשה פון בעל פרשת הכסף ושמנה של תורה, הרב מנשה פילאף \ טויב \ סויפער, משאפראן / מהרי"ט / טשאטה / טשעסטער / דער-איד / נייעס-באריכט / אא"וו, וואו ער אטאקירט הרב סופערעמעסי, פארן אפערירן די אידן וואס ליידן נעבעך פון די ביטערע מחלה מיטן נאמען "רביזיכרוינעלעווראכככככע".
טייערער ר' מנשה.
אז איר האט געשפירט פאר וויכטיג צו אנגרייפן א הייד-פארק שרייבערל, זענען מיר דאך אייער בעל פלוגתא, נו, לאמיר זיך אויסשמועסן, און טאקע דא אויפן פארק.
לאמיר פארשטיין:
רבינו הק' זי"ע האט אונז געשריבען זיינע הייליגע ספרים, אויך האט ער באפוילן בפה קדשו פארשידענע הוראות, וויאזוי מיר זאלן זיך פירן, את הדרך נלך בה ואת המעשה אשר נעשה. לאמיר רעכענען:
נישט נעמען קיין געלט פון די מדינה. - די ארוינים נעמען? ניין!
נישט גיין צו די בחירות. - די ארוינים גייען? ניין!
נישט אריין קומען און די סאטמארע בתי מדרשים מיט א אפענע שייטעל. - די ארוינים האלטן די תקנה? יא!
נישט קומען אין די הייליגע טעג און בית מדרש אפיל מיט א צוגעדעקט שייטל. - די ארוינים האלטן די תקנה? יא!
זאלצן די פלייש דייקא מיט שטיינזאלץ. - אזוי פירט מען זיך און די בוטשער סטאר'ס שע"י קהילתינו? יא!
נישט דאווענען קיין מעריב פארן זמן רבינו תם. - פירט מען זיך אזוי אין אונזערע בתי מדרשים? יא!
און די שטאטוטן פון די קהלה וואס רבינו הקוה"ט האט אונטערגעשריבן בחי"ק שנת תשי"ב לפ"ק שטייט אז מען מוז דאווענען אין די בתי מדרשים דקהל יטב לב, אויפן נוסח און סדר פון רבינו הקוה"ט זי"ע. - דאווענט מען ביי אונז אין די בתי מדרשים אויף דעם נוסח פון רבינו הקוה"ט זי"ע? יא!
דער רבי זי"ע האט געהאלטן אז גיין אין ציוניסטשן בג"ץ איז יהרג ועל יעבור. - די אהרוינים גייען? ניין!
בימי פון רביה"ק זי"ע האט דער גאנצער ציבור געטאנצן די הקפות על אדמת קודש, נישט געקומען "קוקן" ווי א שפיל-שוי ווי דער רבי טאנצט. – האט מען דאס ביי די אהרונים משנה געווען? ניין!
אלזא, הרב פילאף, וואס ווילט איר? ווער וויל מאכן פארגעסען? איר קענט מיר אנווייזען אויף איין שטוב פון אן ארויני וואס ער זאל נישט האבן דעם הייליגן "ויואל משה" (נישט דעם "דברי יואל"...) ביי זיך אין שטוב?
זינג מיר נישט יעדע וואך דעם זעלבן ניגון אויף "לא תבושי", וואס מען האט געזינגען די לעצטע יאר ביי רבינו הק' זי"ע!
עסן מיר נישט קיין קנאבל-בארשט מיטל-נאכט יו"ט!
לייגן מיר נישט קיין בלומען אויפן סדר טיש!
עסן מיר נישט קיין לפתן!
עסן מיר נישט קיין געדישעכטץץץץץ!
שרייען מיר נישט "אוי"! אינמיטן די נענועים!
מאכן מיר נישט נאך די תנועות מיט די האנט, וואס רבינו הק' האט געמאכט ביי תפילין לייגן! ומי יבוא בסוד קדושים.
לייגן מיר יא צוקער אין די פערפל!
דאס מיינט אז מיר ווילן מאכן פארגעסן דעם רבי'ן ז"ל???
און אויב ב'"פארגעסן" עסקינן, לאמיר נאר דערמאנען א ברעקל היסטאריע, ווער פון די צוויי אחים הקדושים איז געווען א בן בית דעיל בלא בר בביתו נאוה קודש פון רביה"ק זי"ע בימי בריאותו, און ווער איז "קיינמאל" נישט געקומען.
עס געדענקן אלע עלטערע תלמידים ווי כ"ק רבינו מהר"א שליט"א האט זיך געדרייט ביי זיין הייליגער פעטער, און מקבל געווען מלא חפניים, און אלע הינזיכטן.
פון אלס קליין קינד פלעגט ער אייביג גייען שבת מיטאג צו רבינו הק' זי"ע, וואס פלעגט אים פארהערן וואס ער האט געלערנט, און שעפן נחת דקדושה מנצר חוטר מבית רבי, דער צווייגל מבית אבותיו הקדושים עצי התמרים זי"ע.
עס איז כדאי צו דערמאנען, אז איינמאל האט דער ברך משה זי"ע, באקומען א מעסעדש פון די אנשי דלא מעלי (דאס איז די די היינטיגע זאלי – בני יואל פראקציע, יא די חברה ביי וועלכע איר האט ממש נישט פארשטאנען וויאזוי מ'קען אפשפארן די לעקטער, הלמאי [כלשון קדשכם] "א ביהמ"ד ווי מען דאווענט, ווי מען האט זיי באמת גארנישט געטוען". עי' חומת הדת בראשית זייט ז'), אז ער זאל מער נישט שיקן רבינו שליט"א, (וואס איז דאן נאך נישט געווען א איידעם און ווישניץ), צום שטוב פון רבינו הקוה"ט זי"ע.
ס'איז אריבער א שטיק צייט, און דער ברך משה זי"ע האט זיך געטראפן מיטן פעטער זי"ע ביי א חתונה, און רבינו הקוה"ט זי"ע האט אים זייער פארגעהאלטן היתכן אז ער שיקט שוין נישט בנו הגדול רבינו שליט"א צו אים. און דער ברך משה זי"ע האט כדרכו בקודש און אזעלכע אומשטענדן, זיך פארביסן די ליפן, און גארנישט געענפערט. סובלת סבלך.
ביי די בר מצווה האט אים רבינו הקוה"ט זי"ע געקויפט א סעט רמב"ם, און אים געזאגט, "זעה אז דער רמב"ם זאל נישט שווער בלייבן"!!
ווען רבינו שליט"א איז געווען א 13 יעריגער בחור, באושפיזא דאהרן, האט אים אמאל רבינו הקוה"ט זי"ע מכבד געווען מיטן בענטשן, עס איז נישט געווען קיין פלאץ אז רבינו שליט"א זאל זיך קענען אוועק זעצן, האט זיך דער היילגע רבי זי"ע אוועקגעריקט, און געזאגט פארן ברך משה מיט א שמייכל: "איך וועל זיך ריקן אביסל, דו וועסט זיך ריקן אביסל, וועלן מיר אים מאכן פלאץ"! און אלעס אז רבינו שליט"א אלס 13 יעריגער בחור זאל זיך קענען אוועקזעצן און מכובד ווערן.
אין אנדערע מקומות וואלט מען אויף אזא עובדא געבויעט פיתום ורעמסס פון סמיכה, הנהגה, רוח הקודש, הרגשה, וכו'.
ביי די סוגיא פארלערנען (ווען איר הרב סילוף זענט נאך לכל הדיעות געווען אין די ווינדלען און געוויגט געווארן דורך משה באטשי), האט כמה פעמים פאסירט אז רבינו שליט"א האט זיך פארשפעטיגט עטליכע מינוט, און רבינו הקוה"ט זי"ע האט צוגעווארט און נישט אנגעהויבן פארלערנען ביז רבינו שליט"א איז אנגעקומען.
אלעמאל ווען רבינו שליט"א האט אריינגעפרעגט, האט דער רבי זי"ע אויסטערליש הנאה געהאט זיך מפלפל צו זיין מיט אים. אמאל ווען דער רבי זי"ע האט געטראפן דעם ברך משה זי"ע האט ער אויסגערימט כ"ק רבינו שליט"א פארן ברך משה זי"ע, וואס האט געקוואלן נחת דקדושה, צו זען ווי זיין הייליגער פעטער זי"ע שעפט הויפענעס נחת פון זיין זון, ולאילנא רבא יתעבד לתפארת אבותיו הקדושים, א ריכטיגער סיגוט'ער אייניקל.
אמאל אין א שמועס, האט רבינו הקוה"ט זי"ע פארגעווארפן דעם ראש ישיבה, הגה"צ רבי נתן יוסף ז"ל, "האסט מיר נאך אין די גאנצע ישיבה, איין אזא בחור ווי סיגוטער רב'ס זון [ר'] אהרן"?!
אלס אינגערמאן האט רבינו הקוה"ט זי"ע געשריבן אויף אים דעם געוואלדיגן תואר של כבוד, ווי וועלכן דער רבי זי"ע האט כידוע שטארק געמאסטן, "חו"ב, המאור הגדול". (אה, יא, דאס איז געווען שוין זייענדיג אן איידעם אין וויזניץ).
תשל"ד פרשת תרומה, ווען רבינו שליט"א האט עולה געווען אין ביהמ"ד, און זריעלע דער הולך לבג"ץ, האט שוין דאן געלייענט, און ער האט אויסגעלאזט אויף רבינו שליט"א, דעם פסוק "לשאת את השלחן", האט דער רבי זי"ע א שלעפ געטאן זריעל'ן ביים טלית, און מיט א שמייכל זיך אנגערופן: "אה!? לשאת את השלחן מיינט פירן טיש"!!! (אהא, איר האט געטראפן, דאס איז אויך געווען נאכדעם וואס ער איז געווען אן איידעם אין וויזניץ).
און נאך און נאך!
היינט האבן מיר די זכי' אז רבינו שליט"א איז דער ממלא מקום פון זיין הייליגן פעטער זי"ע, און איז ווייטער דולה ומשקה פון וואס ער האט מקבל געווען בבית מדרשו של אותו צדיק וקדוש זי"ע, פאר אונז עד ביאת הגואל.
פון די אנדערע זייט.
ר' זלמניו, אוי דער ליבלונג, דער לעכטיגער בעל צורה ונועם המדות, שיין און געפיצט, שטראלנד און בא'חן'ט, איז כמעט קיינמאל נישט געקומען קיין סאטמאר. ער האט פיינט געהאט סאטמאר מיט א שטארקע שנאה, (אהבה מסתרת). פארוואס?
ווייל ער איז געווען אין זעלבן יארגאנג פון הרב חיים רובין שליט"א, (אויך א פלומעניק פון רבי'ן זי"ע), און די "שטוב מענטשן" (זיינע היינטיגע בעלי בתים) האבן בכוונה מכבד געווען און מקרב געווען ר' חיים'ען, און דירעקט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אונזער ר' זלמניו, כדי צו טשעפען מיטן ברך משה זי"ע כמנהגם. (אוי, פארגעסן, "א ביהמ"ד ווי מען דאווענט, ווי מען האט זיי באמת גארנישט געטוען"...)
דעריבער האט דער ר' זלמניו שטענדיג פיינט געהאט צו קומען אויף סאטמאר, און די מחברתו הטהורה פון רבינו הקוה"ט זי"ע, די אלמנה אלטא פייגא ע"ה, אויף וועמען ער האט סארקאסטיש ערקלערט ביי די לוי' סיון תשס"א, אז מ'האט זיך אין איר געקענט "מדבק" זיין נאכ'ן רבי'נס פטירה, פלעגט ער רופן "מכשיפה" רח"ל, אלעס וועגן די סיבה!
עס פארציילט ר' נחום ברוינער אז ר"ה בשנת תש"ל, דער ערשטע יאר וואס רבינו הקוה"ט זי"ע האט געדאווענט פארן עמוד נאכ'ן סטראק, זענען געפארן א גרופע פון סיגוט'ער מתפללים קיין וומ"ס זיך מסתופף זיין בצל הקודש פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע, און האבן צוריק געוואקט קיין בארא פארק, נאכן דאווענען די ערשטע טאג ר"ה. ווען זיי זענען צוריק אנגעקומען קיין ב"פ זענען זיי געגאנגען דאווענען מנחה מעריב און סיגוט'ער ביהמ"ד, און די סיגוט'ער מתפללים האבן זיי אויסגעפרעגט וויאזוי עס איז געווען ביי רבי'ן, וויאזוי דער רבי זי"ע האט געדאווענט. רופט זיך אונזער זלמניו אן הויך אויפן קול: "אברהם מ. וואס ברענגסטו אריין דא די סאטמארע דרע..."??!! דער עולם איז געבליבן ערשטוינט, וויאזוי א ראצער א בחור, א גארנישט, א ניקס, מאכט אזוי אוועק דאס דאווענען פון רבינו הקוה"ט זי"ע.
אחוץ די מעשה מיט די רבי'שע לייכטער, וואס דער בעל המושיען, זיין אפעטיט זאל זיך מערן, האט מחדש געווען, ווי אויך ר' זלמניו'ס בענטשן דעם לעצטן שב"ק אינדערפרי אין שטוב פונעם רבי'ן זי"ע, ווען דער רבי זי"ע איז שוין געווען אין א מצב פון נר אלקים טרם יכבה, און כמובן איז דארט קיין רעדע פון "פערזענליך מכבד זיין" זיכער נישט געווען, האט איר נאך עפעס שייכות פון ר' זלמניו צו סאטמאר און איר גרויסן מייסד רבינו הקדוש והטהור זי"ע?!
איז ער אמאל געווען ביי א ס"ג תורה? ביי א שובבי"ם תורה? ביי תקיעת שופר דרשה? ביי כל נדרי דרשה? ביי א פארהער? ביי א סוגיא פארלערנען? ביי א סעודה? ביי א טיש? אפשר אמאל מוצאי יו"ט צו "נעילת החג"...
אלזא, ווער רבי ז"ל? וואו רבי ז"ל?