בית פורומים אחים אנחנו

ארוינים מאכן נייע בית מדרש אין מאנטריאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/10/2009 06:18 לינק ישיר 
ארוינים מאכן נייע בית מדרש אין מאנטריאל

איך האב באקומען א טעקסט מעסעדזש אז די ארוינים האבן אויפגעמאכט א נייע שוהל אין מאנטריאל,איינער קען עס קאנפורמען?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2009 09:36 לינק ישיר 
ארוינים גייען ענדליך ארויס פון ביהמ''ד דקהל יטב לב אנטווערפען

ברוך שהחיינו וקיימנו והיגענו לזמן הזה וואס אנ''ש און אנטווערפען ווערען פטור פון די כת המסרבים לדין 
א לענגערע באשרייבונג וועט נאכפאלגען איבער די צרות וואס היימישע ציבור און אנטווערפען האט און די לעצטע יארען מיטגעמאכט פון די ארוינים  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2009 07:17 לינק ישיר 

לאמיר זיין אויפריכטיג
די עצם זאך אז די אהרונים האבן פארכאפט דעם בית החיים, אויב דאס בלייבט אזוי אין די געריכטן
איז דאס א געווינס פאר זיי. סיי אלס שויות פון געלט, און סיי סימבאליש.
ווען זיי וואלטן זיך אויפגעפירט ווי נארמאלע מענטשן, וואלן זיי דאס געקענט נוצן אלס גרויסער געלט קראן.
אבער וויבאלד זיי האבן דאס געוואלט נוצן אלס פאליטישע "גאן" און געטשעפעט מענטשן מיט גרויס אכזריות, און דערצו געבעטן אומנארמאלע אסטראנאמישע סכומים פון משפחות, האבן זיי עובר געווען אויפן "תפשת מרובה לא תפשת"
און קהל יטב לב האט געמוזט מקדש געווען די נייע חלקה, וואס האט אפגעשטעלט די טעראר מיט די געלט מאשין.

בנוגע הופער סטריט, זיכער איז א געווינס פאר די זאליס אז זיי האבן פארטריבן די אהרונים קיין הופער, אויף דעם איז דאך געווען דער עיקר קאמף.
אבער למעשה האט די אהרונים נישט געהאט קיין ברירה, און געמוזט פארלאזן ראדני,
און כאטש אין ראדני זענען די אהרונים געווען רוב, האבן זיי נישט געהאט די מעגליכקייט עס איבערצונעמען ווייל זיי האבן זיך נישט געקענט שלאגן מיט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און מיטן רב הקהלה כ"ק אדמו"ר שליט"א. פון וועמען די אהרונים האבן נישט געוואלט מקבל מרות זיין.
ממילא איז עס א בחינה פון ההכרח לא יגונה ולא ישובח.
ווייל אויב די אהרונים וואלטן פארבליבן אין ראדני און נישט געעפנט הופער, וואלטן זיי שוין היינט געווען חרוב ונחרב. די מלחמה דערקעגן איז באמת געווען זינלאז פון די ערשטע מינוט.

אין מאנטריאל איז לכאורה די סיטואציע ענדליך, כאטש די זאליס זענען רוב, און האבן אפילו געווינען די וואלן, דאך האט מען קיינמאל נישט געקענט עכט איבערנעמען די קהלה
ווייל דער רב "מישט זיך נישט" און האט נישט קאאפערירט.
די איינציגסטע חילוק איז אז אין מאנטריאל האט יעדער מסכים געווען (ביז יעצט) צו בלייבן אן א "בנשיאות". האט עס געקענט ארבעטן.

גערעכטער 
די אהרונים האבן אסאך שאדן געהאט ווי געשריבן,
די 1800 דארף מען נישט געבן צו ליגן, ליגן קאסט נישט קיין געלט.
די 1800 (אדער 1200) איז א "התחייבות" וואס רבינו שליט"א און די בי"ד האבן ארויפגעלייגט אויף יעדן מעמבער, נישט קיין חילוק ווי מען פלאנט צו ליגן.
די מעלות פון די נייע חלקה לגבי ניו דזשורסי איז זייער פשוט, קודם כל איז עס סמוך ונראה צו רביה"ק זי"ע
צווייטנס איז עס אין קרית יואל, וואו ס'איז זייער גרינג אנצוקומען ביום היארצייט, און רופן א מנין ועוד.
אדער ערב ראש חודש, ערב ר"ה וכדומה..




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2009 00:05 לינק ישיר 

אין איך האב גימיינט אז באנדא אלמנה האבן גיאפערט 15,000 דאלאר, אפשר זאגסטי מיר וויפיל געלט האבן די ארונים שאדן גיהאט?, אין ניו דזשערזי קען מען ליגן פאר אפאר הינדערט דאלער פאר מעמברשיפ אין מע דארף נישט געבן 1800 דאלאר צי ליגן אין די טאון אף מאנארא באלד א מייל פין בית החיים דקרית יואל, הופער בית המדרש איז נענטער צי ראדני ווי פערלשטיין קבר צו ציון רבינו הקדוש, אין אויב הייסט הופער אוועק געגאנגען, וואס הייסט ליגן אין פאלאקס לאט?  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 23:46 לינק ישיר 

פאלאק'ס לאט איז געווינס פאר די אהרונים אפילו אז קיינער גייט דארט מער נישט ליגען ווייל געדיקט מיט די עקסטארשען.


אין מאנטריאל ווינטש איך זיי הצלחה דער עיקר אינדרויסען פון סאטמאר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 23:43 לינק ישיר 

וואס גייט קודם פיל ווערן? די נייע סאטמארע בית המדרש אין מאנטריאל אדער פאלאקס לאט? ביידע א געווינס פאר די אהרונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 22:43 לינק ישיר 

ווער געדענק נאך ווען די אהרונים האבען געזאגט אז זיי האבען רוב אין מאנטריאל?

אויב אזוי וואלטען דאך די סאטמארער חסידים געמוזט אוועקגיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 22:06 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער יעצט זענען דא דריי פראקציעס

די גאר הייסע אהרונים, וועלכע מוזן נעבעך אטעמען אהרונישע לופט, זיי האבן שוין נישט קיין געדולד צו די זאליס און צום דיין הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א, זיי האבן זיך יעצט געעפנט דעם ביהמ"ד "ברך משה" בנשיאות הגה"ק....

נאכדעם זענען דא נארמאלערע, וואס טענה'ן אז ס'איז טאקע א גוטע זאך צו מאכן א שול בנשיאות הגה"ק, אבער ס'ברענט נישט, אויף ביז דערווייל איז גוט אזוי, ולכשירחיב וועט מען מאכן א שול.

נאכדעם איז דא א דריטע פראקציע, וועלכע קענען באשטיין מען זאל קיינמאל נישט ארויסגיין, ווייל זיי האלטן גאר שטארק פונעם דיין אדער פונעם רב וכדומה, און ווילאנג מען איז נישט צוטיילט קענען זיי אריינכאפן אפאר דרשות און שיעורים..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 20:08 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז מען רייסט זיך דארט ארום צווישן זיך אין גרויסן ס'דא וואס ווילן יא עפענען א נייע בית מדרש און ס'דא וואס ווילן עפעס מער א לייטישע פלאץ ווי דאס וואס מען האט יעצט צוגעשטעלט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 19:32 לינק ישיר 

אינטרעסאנטע זאך,
איין מענטש מיט 22 שטריימלעך אויפן קאפ!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 16:10 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער האט עס נישט מיט די ארונים נאר עס איז איין פריוואטע מענטש (אומ-מענטש) מנ.ל. וואס ער מאכט עס און ער האט געהאט גאנצע 22 שריימלעך דעם שבת ווייל רוב ארונים האבן זיך צו געהערט וואס ר' אשר ו. האט געזאגט דאנרשטאג אז מען זאל נישט אהין גיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 08:02 לינק ישיר 

איך מיין אז די ארונישע שמועת אויפן מונטריאלער דיין איז שוין גענוג קאנפורמען...

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2705640&forum_id=20420




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > ארוינים מאכן נייע בית מדרש אין מאנטריאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext