בית פורומים כל העולם כולו

אפציעלער בני יואל תירוץ - ערכאות פון רביצין שול.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/10/2009 21:44 לינק ישיר 
אפציעלער בני יואל תירוץ - ערכאות פון רביצין שול.

איך האב יעצט אויסגעהערט דער אפציעלער ווארטזאגער פון די רביצין שול, זלמן לייב וואלדמאן, ווי ער שילדערט די גאנצע השתלשלת איבער די רביצין שול, ס'זייער לאנגווייליג ווייל ער גייט צוריק 20 יאר מיט הויפענס מעשיות וואס איז מיר נישט אינטערסאנט און אינגאנצן נישט נוגע לענין, איך בין בלויז נייגעריק געווען ער זאל שוין ציקומען צי תשס"ד ווען זיי זענען אריין פריש אין געריכט נאך יארן וואס איז גארנישט געווען, און דאס האט ווארשיינליך אנגעצינדן די יעצטיגע מהפכה, אין פיינעלי שוין הערן דער תירוץ, איך האב געמישט פארווערד, #9 אפאר מאל נאכדעם צוריק #7 ביז איך האב ב"ה געכאפט דעם שטיקל, און יא זיי האבן א תירוץ!

דער תירוץ איז אזוי:

דאס וואס זיי זענען אריין אין געריכט תשס"ד איז נישט מער ווי א המשך פון א אלטע קעיס וואס האט זיך געשלאסן בערך 11 יאר פארדעם, וואס יענער קעיס האט קהל יטב לב געעפענט. נאכמער זאגט ער, אז זיי וואלטן געקענט עפענען א פרישע קעיס פונדאסניי, וואס וואלט זיי געגעבן בעסערע שאנסן, אבער היות זיי האבן נישט געוואלט אנמאכן א חילול השם און מרים יד זיין בתורת משה האבן זיי בלויז צוריקגעעפענט די אלטע 11 יעריגע קעיס וואס לשיטתו איז עס נישט קיין חילול השם.

אני הצעיר האב גארנישט צו קאמענטירן, איך שרייב עס נאר לתועלת הציבור זיך צישפארן צייט צו אויסהערן א דרשה פון א שעה ווען מ'וויל בלויז וויסן דער איינער נקודה.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 23:17 לינק ישיר 

מ'האט בכלל נישט דן געווען איבער די הויז וועמענס עס איז
נאר וואס דארט מעג זיין, צי א שול אדער נאר א 1 פאמיליע הויז.

נאך א חלה דעקל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 23:05 לינק ישיר 

נאך אפאר נאטיצן וואס איז אינטערסאנט צו אנמערקן פון יענע דרשה.

ער רעכנט אויס די אלע נצחונות וואס זיי האבן אפגעהאלטן אין געריכט, אין מאכט א לענגס אין א ברייטס פון דעם אז די געריכט האט זיי געגעבן די בעלות פון די הויז, אזאך וואס איך האב נישט געזען אין די פסק פאפירן די ריכטער זאלן אפי' רעדן דערפין, אבער ער לייגט עס אראפ מיט דראמאטיע, יעדע אינטש פון די הויז, בערך אזוי:

די פסק לויטעט אז די הויז איז אונזער, די דאך האט דער ריכטער געפסקנט איז אונזער, די בוידעם, שטייט קלאר אינעם פסק אז ס'געהער אינגאנצען צו אונז, די בעיסמענט איז קלאר אונזער, בנוגע די טוילעטס, האט דער ריכטער מיטאמאל זיך געוואלט קימערן, ווידער די שלאף צימערן האט ער אינגאצן פאר אונז געגעבן, יעצט ווייטער, די שטח ארום די הויז איז גענצליך לעגאל נאר פאר אונז, אזוי גייט ער ווייטער, ממש יעדער צימער איז א באזונדערע נצחון. און ביי יעדע פסק פון יעדער קארט, הייבט ער פון אנפאנג מיט יעדער צימער, ממש קאמעדיק. און פארגעסט נישט דער לעצטער פסק איז בכלל נישט נושא ונותן איבער די בעלות פון הויז

ווען ער קומט שוין בע"כ צו צי זייער פארליסט אז די אהרונים האבן ציטריט צו די דאך אין בעיסמעניט לעולם ועד, געבט ער שנעל עס א זאג און 10 סעקונדעס ער שלינגט עס אפ בהבלעה אחת כאילו ס'עפעס א מינדערוויכטיגע זאך וואס אהרט זיי מיטאמאל

נאכדעם ווען ער רעדט פון א דעם אז זיי מוזן האבן א סייט-פלען איידער זיי מאכן עס פאר שוהל, מאכט ער עס אויך אזוי אוועק אז צו באקומען א סייט-פלען איז ממש אזוי גרינג ווי קויפן א פלאש מילך אין א געשעפט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2009 22:56 לינק ישיר 

ס'איז איינפאך ליגענט !
דא שטייט איז די קעיס איז פון יאר 2004 (תשס"ד) נישט קיין שום המשכה פון 11 יאר צוריק.

יענע קעיס איז שוין לאנג פארשלאסן און מ'קען עס נישט עפענען.

נאר וואס דען. 1 +1 = חלה דעקל. (?)




2004-4075
דאס מיינט אז די קעיס איז געעפנט געווארן יארע 04 למספרם. (תשס"ד)
נישט תשנ"ג.

און דער תובע איז נישט קהל יטב לב
נאר זלמן לייב וואלדמאן, מאיר דייטש און יעקב ברוך טירנויער.


איך פארשטיי אז יעצט מוז ער שיסן ליגנטס, נאכדערצו אז ער האט מיאוס פארלוירן
אבער כאפן ביים ליגענט, דארף ער שוין נישט מקפיד זיין !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2009 21:53 לינק ישיר 

אין פארוואס איז אים נישט בייגעפאלען צו רופן צו די''ת???
ביי די אלטע קעיס - די תורה וואס הקב''ה האט אינז געגבן אויפן בארג סיני!

די אויבערדערמאנטע באבע תירוץ האט נישט קיין הענט אין קיין פיס
אין מציאות, איז עס פרישע תביעות, אויף זאכען וואס זענען נישט אויפגבערענגט געווארען ביי יענע קעיס, אין מיט יענע קעיס איז מען שוין פארטיג. פאר ''11'' יאר ציריק
(לכאורה גייט מען יעצט אייביג מעגן רופן קהל אין קארט ווייל בשנת תשנ''ג אין געווען א קעיס....)

דער תובע האט נישט קיין רעכט אפצומאכען אויב ער מעג גיין קארט, פאר קיין שום סיבה שבעולם, אויב ע''פ תורה איז עס מותר, זאל ער קומען מיט ''היתר בי''ד''.

די ת' איז פשוט.... זאלי'ס אין בנ''י האבען די תורה דארט ווי.......
אין אויב האלט מען ביים פארלירן ביי די''ת דאן איז די''ת ''אסור'' ר''ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אפציעלער בני יואל תירוץ - ערכאות פון רביצין שול.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext