מיכל וואלף, לאמיר נישט מאריך זיין.
לאמיר עס צינעמען אויף קליין געלד און כאפ מיך נישט אויפן ווארט.
ס'איז דא א באוואוסטע מעשה פון חת"ס דער מחנה חיים ברענגט עס. טאמער די קענסט עס נישט, שרייב, וועל איך עס מעתיק זיין בל"נ. עכ"פ די מסקנת הדברים איז אז אויב מ'זעהט א רב, א מנהיג, א צדיק, כאטשע ווער, טיט א זאך וואס די פארשטייסט אז ס'איז קעגן די תורה און קבלת אבותיך, זיי מוחה דערקעגן.
אויך רבי הלל קאלאמייער שרייבט כהאי גוונא, אז אויב די זעהסט אז איינער א מנהיג וויל משנה זיין אפילו דאס מינדעסטע ממה שראית אצל אבותיך, איז "צא תאמר לו, כופר אתה, פושע אתה, מינות נזרקה בך, אפילו אם כגובה ארזים גבהו".
חזיר איז א עקסטרעמע ביישפיל, כדי געבן צי פארשטיין. מינות וכפירה איז נישט ווייניג ערגער.
|
|