בריוו פון די "עדה" בנוגע די לעצטער פאלשע בריוון!
די לעצטע תקופה האבן די ארוינים אנגעהויבן א נייע טאקטיק
ביי יעדע געלגענהייט ווי נאר זיי קענען געבן זיי ארויס א פאלשע בריוו
וועלכע טראגט די לעדערהעד און די זיגל פון די עדה החרדית
די סארט בריוו טראגן די נעמען פון יחודים מיט אזהרות, וכדו'
און דאס דארף צייגן פאר די וועלט אז זיי זענען גערעכט
והא ראי' אז אפילו די עדה איז אויף זייער זייט און אלע זאלי'ס זענען שקצים
אנגעהויבן האבן זיי דעם טאטיק קעגן הרה"ח ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו
זיי האבן ארויסגעגעבן א פאלשע בריוו פון די עדה קעגן אים
מיט פאלשע באשולדיגונג, אזוי האבן זיי געמיינט אז זיי ווען אפווישן די פלעק פון זייער גיין אין ערכאות
אזוי זענען זיי ווייטער אנגעגאנגען א שטיק צייט ביז דער עולם האט געכאפט אז
דאס זענען אלעס פאלשע בריוון
א חלה דעקל איז דאך א חלה דעקל
ער דערשרעקט זיך נישט ווען דער עולם לאכט אים אין פנים
און האט ממשיך געווען צו דריקן פאלשע בריוון
לעצטענס האבן זיי זיך גענומען צו די ביינער פון א עסקן א חשובער איידערלער אינגעמאן
איך וועל אייך נישט פראבירן צו פארקויפן קיין מעשיות, דער אינגערמאן איז
באמת באגאנגען א שרעקליכע עוולה קעגען די ארוינים
ער שטייט ליד ימינו פון הגאון הצדיק אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א
זיי האבן ארויסגעלאזט א מעשה אויף אים אז ער האט אנגעהאקט די ביינער פאר אפאר בחורים
דערנאך האבן זיי צוגעלייגט א בארד: די בחורים האבן אים אויסגעהאקט אפאר ציינער
דערנאך האבן זיי צוגעלייגט נאך אפאר האר צום בארד: דער אינגערמאן האט געקלאקט די בחורים אין געריכט
דערנאך האבן זיי צוגעלייגט נאך אפאר האר צום בארד: די עדה החרדית האט ארויסגעגעבן א בריוו קעגן אים
יעצט האבן זיי זיך צוריק גענועמן צום אלטן מיטל: ארויסגעבן א בריוו בשם די עדה
דער פעלשער האט אבער געמאכט אפאר פארדריסליכע טעותים
ער האט געמאכט גרייזן ביים ספעלן (יא יא, דער זעלבער עם הארץ וואס שרייבט אז זיין רבי איז א תלמיד חכם)
און די בריוו האט געהאט א דעיט פון "תשרי"
בי"ד זיצט נישט אין די חדשים פון ניסן און תשרי בכלל
בראותו כי כלתה עליו הרע, דער עולם האט תיכף פארשטאנען אז ס'איז פאלש
האט ער אויסגעמעקט דעם בריוו און תיכף באשאפן א פרישע
אינם פרישן בריוו בשם די עדה
אינם פרישן בריוו באשטעטיגט ער דעם ערשטען בריוו (ער זאגט עדות אויף זיך אליינס, קיינער וועט דאס נישט כאפן, ער האט דאך אפגעמעקט דעם ערשטן בריוו מיט די גרייזן)
און לייגט נאך צו זאפט כדי דער עולם זאל אפקויפן דעם בריוו, ער שרייבט "מיר האבן נישט געגעבן קיין רשות צו מפרסם זיין דעם ערשטען"...
אבער וואס טוט מען אז דער עולם קויפט דאס נישט?
חלה דעקל בלייבט חלה דעקל
ער גיבט ארויס.... א.... דריטע.....
פאר ער גיבט ארויס דעם דריטן, ווענדט ער זיך צום עולם מיט א בקשה:
היות די עדה האט ארויסגעגעבן א בריוו קעגן דעם אינגערמאן פאר 17 יאר צוריק
דעריבער בעט ער אז ווער עס האט דעם בריוו זאל דאס ארויפלייגן...
גייט נישט אריבער א קורצע וויילע און ער איז צוריק מיטן בריוו פון... 17 יאר צוריק...
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשלישי
ער שרייבט דארט בשם די עדה אז דער אינגערמאן איז א מנוול וכדו'
דער חלה דעקל האט אבער נישט געטראכט אז במשך 17 יאר
האט שוין די עדה עטליכע מאל געטוישט דעם לעדערהעד
און אז די חתימה אויף אלע 3 (אין משך פון 17 יאר) איז די זעלבע
אזוי אויך איז די פאזיציע פונם זיגל אויף אלע דריי אינם זעלבן צענטער
ווי שוין געזאגט: חלה דעקל בלייבט חלה דעקל
מיר האבן ב"ה מצליח געווען צו פארשאפן א בריוו פון די עדה בנוגע די לעצטערע פאלשע בריוון
די בריוו איז פון 99 יאר צוריק, קוקט און שטוינט פון די רוח הקודש
 |
|
|