בית פורומים אחים אנחנו

ווען דאס פיש צאפלט אדער ווען א טעמבעל שטייט ביים רעדל?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/10/2009 20:53 לינק ישיר 
סמל ההודעה ווען דאס פיש צאפלט אדער ווען א טעמבעל שטייט ביים רעדל?

די וועלט זאגט: ווען דאס פיש צאפלט האלט ער ביי די גסיסה

כלפי מה הדברים אמורים?

אין די לעצטע תקופה האבן די ארוינים זיך ווידער גענומען צו די ביינער פון בני יואל
למשעה זענען די בני יואל געווען אויף די אקטיוועטי ליסטע פון די ארוינים במשך
20 יאר בערך, פון ווען "דער פירער" איז געווארן א משה מענטש אין קרית יואל
ביז ווען זיין אינגערע ברידער האט איבערגענומען די מאכט אין וו"ב און מיט דעם
צובראכן די מאכט וואס דער פירער פלעגט ניצן צו דערשרעקן זיינע אינטערטאנען

ער האט נישט געהאט א גרינגע פעלד במשך די 20 יאר
בני יואל האט זיך נישט געלאזט פון אים און זיי האבן זיך אריינגעפיפן אויף כח
דער פירער אליינס האט פארשטייט זיך נישט נאכגעלאזט אפילו ער האט געזען
אז ער וועט סיי ווי נישט מצליח זיין צו צוברעכן קהל בני יואל ד'סאטמאר

די טעראר איז געגאנגען פון גנב'ענען טלית ותפילין ביז ארויספירן א 13 יעריגער
בחור נאקעטערהייט פון מקוה אין די וויטער פרעסטן פון 0- סעלסיוס פאר די עוולה
פון געבוירן ווערן ביי א בני יואל'ער טאטע, פון דארט האט דאס געשפרייזט צו
ווארפן שטיינער אויף די תלמוד תורה באסעס פון די בני יואל'ע שעפעלעך
נישט איינמאל איז א קינד געשעדיגט געווארן רח"ל

אפגעשוינט האט מען קיינעם נישט, כאפט א שמועס מיט ר' יוסף וואלדמאן נ"י
(בעל הצלת יוסף, איך מיין אז אזוי רופט ער זיך) ער וועט אייך ווייזן
בלידער און קליפס פון די טעראר וואס בני יואל איז אריבער במשך די 20 יאר
צענדליגע אויסגעשאסענע פענסטערס פון קאר'ס און הייזער, פאשקעווילן יעדן
מאנטיג אין דאנערשטיג, מכות רצח, אנרעדן מחותנים קעגן זייערע חתנים
סטראשען פרויען וכו'

תש"ס האט זיך די רעדל געגעבן א דריי נייע ווינטן האבן אנגעהויבן בלאזן
די וואלקענעס האבן זיך געגעבן א ריק צום צווייטן זייט הימל
די ארוינישע רודפים וואס האבן געטרינקן די בליט פון בני יואל 20 יאר
פארשטייט זיך בשם דעם ברך משה האבן פליצלינג געגעבן א דריי אויס די
געווער און גענומען שיסן דעם ברך משה זעלבסט
די אורזאך פון דעם איז געווען דאס אריבערברענגען ר' זלמן לייב פון ירושלים
קיין וו"ב, פארשטייט זיך אז די ארוינים האבן געהאט תירוצום שונים
ומשונים, געזאגט האבן זיי פאר ווער ס'איז געווען גרייט צו הערן אז באמת
זענען זיי נאך אלס חסידים פון ברך משה נאר דאס וואס זיי טוען איז
קעגן משה גבאי, מיט דעם תירוץ פון משה גבאי האבן זיי משפיל געווען
און מבזה געווען דעם ברך משה מסוף העולם ועד סופו ווי ארויסגעבן
פאפירן פון א קראנקען מענטש און זאגן אז דאס געהערט צום ברך משה
איבערדרייען טישן צושטערן הקפות און דערנאך ביזן רופן דעם ברך
משה אין געריכט וואס דאס איז געווען זייער לעצטע קויל, אינטערגעשריבן
אויף די געריכטיליכע פאפירן זענען געווען די קינדער פונם פירער זעלבסט
(חוץ איינער וואס האט טאקע געכאפט רדיפות) און באצאלט די לעגאלע
קאסטן האט דער פירער אליינס (למעשה האט דער לויער געריפן דעם פירער
אין קארט פארן לאזן די טשעקס קראכן.

עכ"פ ווען ר' זלמן לייב איז אנגעקומען אויף וו"ב האבן די ארוינים זיך געטראפן
מיט אסאך א שטערקערע און שרעקעדיגערע שונא ווי בני יואל
זיי האבן זיך געטראפן קעגן טויזענעטער אידן וואס האבן נישט געוואלט
אפטרעטן פון סאטמאר אזוי ווי בני יואל האט געטון, די טויזענטער זענען
יא געבליבן אין סאטמאר און האבן במשך די יארן געשוויגן און געשלינגען ביז...
ס'איז אנגעקומען די נייע רב דאן האבן די אידן שוין נישט מורא געהאט אז
זיי וועלן ווערן גערודפט און זיך אפען ארויסגעשטעלט קעגן די הנהגה פונם פירער
דאס האט אנגעצינדען א פייער אינערהאלב סאטמאר צוליב דעם וואס דער פירער
האט מיט זיין תאוות השלטון געבלאזן און פארפירט און נישט געוואלט אקצעפטירן
אז נאך איינער וועט האבן א ווארט אויף סאטמארע מוסדות

בראותם כי כלתה עליהם הרע האבן די ארוינים פארשטאנען אז זיי וועלן נישט
קענען געווינען די מערכה אויב וועלן זיי זיין פארנימען מיט זייטיגע זאכן,
צו קענען געווינען די מלחמה האבן זיי געפענט א האט ליין מיט איטערנעט סייטס
והדברים ידועים ואינם צריכים חזרה, אין דעם שלב האבן די ארוינים זיך אפגעלאזט
פון בני יואל און קהל בני יואל האט אנגעהויבן לעבן א רוהיגע נארמאלע לעבן

בני יואל מעמבערס האבן זיך זייער שטארק געפריידט צום נייעם מציאות און די
געשעענע פאקטן אבער נישט צום נייעם רב זעלבסט, זיי האבן זיך געפריידט אז
די רוצחים זענען ארויפגעקראכן אויף א צווייטען קרבן, און האבן אנגעהויבן לעבן א
רוהיגע לעבן, פארמאכט די מוסדות האבן זיי נישט, צוריק קומען צו יטב לב
האבן זיי אויך נישט געוואלט דעריבער איז געבליבן אין קרית יואל 3 קהלות
קהל יטב לב ד'סאטמאר בנשיאות ר' זלמן לייב
קהל יטב לב ד'סאטמאר בנשיאות דער פירער ר' אהרן
קהל בני יואל ד'סאטמאר בנשיאות ??

במשך די 10 יאר פון ווען ר' זלמן איז אנגעקומען אויף וויליאמסבורג ביז תש"ע
האבן די בני יואל געלעבט על מי מנוחות און נישט געהאט קיין גרויסער פארקער
מיטן נייעם רב און היינט שוין רבי, זיי האבן זיך געפירט ווייטער זייער קרעמל
מיט זייערע מוסדות, אין א געוויסע זין האבן זיי צום נייעם רב געהאט א שנאה
ווייל ער איז פארט א ברידער פונם פירער אבער פארט נישט די שנאה וואס זיי האבן
געהאט צום פירער אליינס ווארום ער האט זיי קיינמאל נישט געטשעפעט, במשך
די 10 יאר האבן בני יואל באקומען שטיקל געפיל ווייל זיי האבן געהאט מיטלייד
מיט די טעראר וואס די חסידים פון ברך משה און פון נייעם רב האבן געליטן
פון די חסידים פונם פירער, אבער א נאנטע התקרבות איז קיינמאל נישט געווען

אויפגעשפילט האט זיך דאס ביי די מעיאר וואלן אין קרית יואל
אברהם ווידער לויפט מצד די ארוינים און די זאלוינים האבן כסדר ארויסגעשטעלט
קאנדידאטן, די חסידים פון ר' זלמן לייב האבן זיך כסדר געבעטן ביי בני יואל זיי
זאלן ארויסקומען שטיצן די נייע קאנדידאטן קעגן אברהם ווידער דער פירערס שליח
אבער בני יואל האט מער ווייניגער געלאכט אין פנים און האבן געזינגען דעם ניגון
"המכה מצרים בבכוריהם" הרג'ט ענק צווישן זיך און עס האט זיך שטארק דערקענט
ביי די אויסקום פון די וואלן דארט ווייל די חסידים פונם פירער האבן אלעמאל געהאט זייערע
ישיבה בחורים אויף זייער זייט (געזעצליך מעגן זיי שטימען אפילו זיי וואינען נישט דארט)
ווידער די חסידים פון ר' זלמן האבן די ישיבה אין קווינס און בני יואל וואס
אויף זייער שטיצע האט מען זיך גערעכענט צו קענען איבערוועגן די שטימעס פון די
ישיבה בחורים זענען געשטאנען אין די זייט און געלאכט, אפיציעל איז די סטעטמענט
געווען, מיר טראסטן סיי ווי קיינעם נישט

די ארוינים וואלטן לכאורה געדארפט זיין זייער צופרידן פון דעם מצב
וואלטן זיי ממשיך געווען רודפן בני יואל וואלט דאך בני יואל לכאורה יא געגאנגען
שטימען מיט די חסידים פונם ברידער, און ריזיקירט די וואלן אין קרית יואל

דא איז אבער געשען א ערעסטע ספין די מאשין האט געכאפט א 360 דעגרי ספין
די ארוינים האבן זיך צוריק גענומען צו די ביינער פון בני יואל


פארוואס? פארווי? פארווען? וואס האט יעצט פאסירט?

המשך יבאו אי"ה ובל"נ

תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 27/10/2009 22:12:28




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2009 00:42 לינק ישיר 

די פרשה איז נאך ווייט פון אנהייב, הערשט יעצט הייבן די ארוינים אן צו
כאפן אז בני יואל איז הפעם פעסט אנטשלאסן צו זיגען און מיט אלע
מיטלען, די ארוינים שטייען געפלעפט, זיי האבן אין וויסטען חלום
נישט געדמיונט אז די פרשה וועט אנקומען צו א פראטעסט פארנט
פונם פירער'ס וואינונג, און אז קאר'ס מיט מייקס זאלן זיך דרייען
און שטעטל אויסרופן דעם עולם זאל קומען פראטעסטירן קעגן
"דעם פירער", הערשט יעצט הייבן זיי זיך אן אויף צו וועקן און שפירן
די היץ, זיי הייבן אן פארשטיין אז זיי פירן טאקע קריג אבער זיי
קענען נישט אויסרעכענען ווי די קריג וועט ווייטער גיין און אוודאי
נישט ווי ס'וועט זיך ענדיגען.

עס שטעלט זיך יעצט זייער שטארק ארויס דאס וואס איך האב
אויבן געשריבן אז די ארוינים ניצן "די ווילידש" אלס זייער פאנצער
אפצוטון כל מיני רשעות און צו שיצן אויף זייער פירער.

דערווייל בין איך זייער שטארק געצוימט אין צייט, איך וועל אי"ה
טון מעל לכוחות צו שרייבען אפטער און מער, דערווייל קענט איר זיך
לאזן הערן אין די הגהות אשכול הערות: ווען דאס פיש צאפלט
איך וועל אי"ה ענטפערן פאר יעדער איינער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2009 23:36 לינק ישיר 

דאס איז אלעס דורך די אפיציעלע הנהגה, אבער ווען די מדובר איז די

ישיבה בחורים ווערט נאך די מצב אסאך ערגער, ווער געדענקט נישט

ווען די רשעים האבן אינטערגעצינדען די ילד שעשועים מיט צענדליגע

פיצלעך מיט שוואכע פרויען דערין אינמיטן די נאכט און נאך דערצו

אויסגעלאשן די וואסער אז פייער לעשער זאל נישט קענען לעשן? היינט

וועלן זיי אריינלייגן כח און מוח מיט געלט אפצו ווישן יענע פלעק, ווער

געדענקט נישט ווען ר' יחזקאל ראטה איז געווארן באשטיינערט מיט

שטיינער שיש בהם כדאי להמית פאר די עוולה פון זאגן אז ער איז קעגן

די פאבליק סקול? איינער פון די אפגעפרעגטע וועגן וואס זיי ניצן איז "אמת

אונזערע מענטשן האבן דאס געטון אבער דאס איז אלעס געווען אויף

די אפיציעלע באפעל פון משה גבאי" ווען דאס האט זיי צוריק געשמיסן

ווי א באמבארג אין פנים אריין האבן זיי  זיי אנגעהויבן מיט א פרישע

לאוזונג "די אלע טעראריסטן געהערן היינט צו די זאלי'ס" איין זאך האבן

זיי פארגעסן אז זיי האבן נישט מצליח געווען מעלים צו זיין די טעיפס

פון די דרשות ווי הגה"ק העצט די בחורים, אויף איינע פון די טעיפס

הערט מען קלאר ווי ער זאגט "ס'קומט היינט צו אינז אין שטעטל א גאסט,

א אומגעווינטשענע גאסט" מער האט נישט אויסגעפעלט און אלע בחורים האבן

אפגעווארט דעם אומגעווינטעשענע גאסט ר' יחזקאל מיט א מבול פון

שטיינער.

 

אבער ווען איינס  מיט איינס איז א חלה דעקל,  זענען די טעראריסטן

זאלי'ס, וואס הייסט? איר פארשטייט נישט? יא זיי האבן זיך אליינס

גע'רודפ'ט די אלע יארן, אויב וועט איר אפשטעלן א אהרויני און פרעגן

"איך זעה נאך היינט די מציאות אז טעראר קומט פון ענקער זייט

און נישט פון די זאלי'ס?" וועט ער בלייבן מיט די צינג אינדרויסן אדער

ארויסקעקעצן זיי זענען יא טעראריסטן זיי האבן ארעסטריט 26 בחורים

איי די זאלי'ס זענען נישט געווען קיין מחותנים דארט? א קשיא אויף

א חלה דעקל

א קליינע דוגמא, נישט לאנג צוריק איז פארגעקומען א פראטעסט אין

מאנהעטען קעגן די מדינה, די פראטעסט איז נישט פארופן געווארן דורך

הגה"ק אליינס דעריבער איז אסור לדעת האהרוינים זיך משתתף צו זיין

ביי אזא פראטעסט, כמימרא אויב איך בין נישט די פיילאט זאל דער פליגער

קראכן, די פליגער האט טאקע נישט געקראכט אבער די ארוינים יא, די

פראטעסט איז געווען א זעלטענע הצלחה, מיט א הערליכע אויבן אן

אלעס אן הגה"ג. לאמיר צוריקגייט אפאר שעה, אין די שטעט וו"ב ב"פ

מאנסי און קרית יואל זענען במשך דעם גאנצען טאג ארומגעפארן צוויי

קארס, איינס האט גערופן דעם עולם צום פראטעסט און די צווייטע האט

געשריגן אז די פראטעסט איז בטל צוליב דעם וואס די גזירה איז

שוין בטל געווארן, איבריג צו זאגן אז די גזירה איז נאך געווען אין

טאקט, די גזירה איז למעשה בטל געווארן דעם נעקסטן צופרי נאכן

פראטעסט. דאס איז נאר געווען איין קליינע שרויפעלע אין די טעראר

רינג וואס די ארוינים האבן געפירט.  ס'איז כדאי צו דערמאנען

אז נישט לאנג צוריק האבן די ארוינם גערופן צו א "מאסן פיקעטינג"

אוואדאי נישט קיין פראטעסט ווייל דאן וואלטן זיי געבליבן חוזק

מיט בילדער פון א ליידיגע אויבן אן און קארגע 200 משתתפים

פאר די זאלי'ס איז ניטאמאל געקומען אין פלאן ארויסצושיקן א קאר

אויסרופן אז די פיקעטינג איז בטל, ווייל די זאליס זענען נישט קיין טעראריסטן.

יענעם טאג ווען ס'איז פארגעקומען די פראטעסט ווי הגה"ק איז נישט

געווען א מחותן האבן די ארוינים אויך ארויסגעהאנגען אין אלע

גאסן און געשיקט אויף אימעיל פאלשע בריוו'ן כאילו די רבנים וואס

רופן צום פראטעסט שרייבן אז זיי האבן בכלל נישט גערופן... זיי האבן

פון זיך אליינס געמאכט דאס גענאר, די וועלט זאגט אז א שקרן

דארף האבן א גיטע זכרון, די שקרנים האבן נישט געדענקט אז

נעכטן האבן זיי געהאנגען צעטלעך ווי ס'שטייט אז די רבנים האבן

בכלל נישט אינטערגעשריבן, און יעצט הענגען זיי צעטלעך אז די

רבנים ציען צוריק...

 

אויך זענען זיי געגאנגען נאך א טריט ווייטער און פארזאמלט אלטע

פארדארבענע פירות תלמידים פון די ישיבה בקברו אלע אן בערד

אדער שניידן זיי די בערד (גלייבט מיר נישט, די פיקטשערס זענען געווען

אויף הייד פארק און האבן זיך ארומגעדרייט אין וו"ב) רייסן די צעטלעך וואס

רופן צום פראטעסט, זיי האבן איינגעלייגט וועלטן און אלע דרכים זענען

געווען כשר. דאס אלעס האט זיך אפגעשפילט אין וו"ב און ב"פ, אבער

אין קרית יואל איז די זאך נאך געגאנגען א טריט ווייטער, דארט האבן די ארוינים

נישט געהאנגען צעטלעך אז די רבנים "ציען צוריק" און זיי האבן נישט געשיקט א

קאר אויסרופן אז די גזירה איז בטל במילא אויך די פראטעסט

דארט האבן זיי בכלל נישט געוויסט אז ס'קומט פאר א פראטעסט

(בת היענה), אבער וואס טוט מען אז פארט פארט ארום א קאר

און רופט אויס אז די רבנים רופן דעם ציבור צו א פראטעסט?

 

המשך יבאו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2009 22:30 לינק ישיר 


דעס איז די צווייטע תגובה פין "טעמבעל" איך לייג עס ארויף ווייל איך אין נאך האבן גערעדט אז מקען עס נישט זען האב איך עס אריין געקאפיט אין א ווארד פייל אין צירוק געלייגט



די פארלאפענען וואלן אין קרית יואל האט געוויזן א שטארקע נאנטשאפט צווישן די יכולת פון קהל יט"ל ר"א און קהל יט"ל רז"ל, די אויסגאנג איז געווען אלעמאל ווייניגער ווי 20% ביי איינע פון די וואלן איז געווען א חילוק פון ווייניגער ווי 10% דאס האט זייער שטארק אנגעצויגן און נערוועז געמאכט די באערדע פון קהל יט"ל ר"א ווער נאך ווי זיי האבן געוויסט אז ווילאנג זיי זיצן ביים רעדל קענען זיי אנהאלטן די מערהייט און די רגע זיי פארלירן דאס וועט זיי נעמען אסאך יארן צוריק צובאוקמען די לייצעס, די יסוד פון דעם איז די פאקט אז זיי זיצן ביים קאסע די עיקר איז אז זיי האבן די בחורים אויף זייער זייט, אזוי אויך שטעלן די ארוינים צו באסעס פון וו"ב און ב"פ ארויסצוברענגען צענדליגע וואס פארמאגן א ליגעל אדרעס אין קרית יואל, סיי צו זיי פארמאגן דירות דארט סיי צו זיי זענען איינגעגעבן מיט די דרייווער לייסענס דארט (לאכט נישט, ס'זענען פארהאן מער וו"ב און ב"פ ארוינים מיט קרית יואל אדרעסן אויף זייער דרייווערס לייסענס ווי אין וו"ב און ב"פ צוליב די אינשארענס וועלכע איז אין אפסטיעט ביליגער מיט שווערע הינדערטערס און אסאך מאל טויזענטער) 
 
דאס ארויסברענגען וויילער מיט באסעס איז א זאך וואס ווערט געטון נאר דורך
די ארוינים און נישט דורך קהל יט"ל רז"ל אדער בני יואל צוליב דעם וואס
א זאלי אדער א בני יואלער וועט נישט אראפנען א טאג און פארן פאר די וואלען
צוליב צוויי סיבות, איינס די זאליס און בני יואל זענען נישט אזוי פאנאטיש
ווען ס'קומט צו די זאכן, צוויי, ביי די זאלי'ס און בני יואל איז דאס א פארליסט
פארן קאנדידאט און פארן יחיד אבער נישט פארן פארטיי און כ"ש נישט
פארן רבי'ן, משא"כ ביי די ארוינים, דארט אויב פארלירן די ארוינים איז
עק וועלט ממש.


נישט לאנג צוריק האט זיך געקאכט מיט די פערזענליכע דרייווער פון ר"א
די שטאט האט זיך דערוויסט אז ער ווערט באצאלט דורך די בארד אוף עדשיקעשאן
אנגעפירט דורך די ווילידש, און אינזער פאל איז דאס די ארוינים
צו די ארוינים'ס מזל זענען זייערע קעגנער זאלי'ס וועלכע האבן נישט צעפויקט
צו צושמירט די מעשה אין אלע גאסן, די פרשה האט זיך שטיל גענדיגט
ווען די די דרייווער האט מסכים געווען צוריק צו צאלן אלעס וואס ער האט באקומען
באצאלט און די ווילידש האט מסכים געווען אויפצונעמען א נייע דיירעקטאר
פאר טראנספערטעישאן.

דערווייל זענען אין קרית יואל פארהאן צוויי צייטונגען וואס קומען ארויס וועכענטליך די צייטונגען ווערן ארומגעשיקט אויף פאסט צו אלע תושבי העיר אפילו צו בני יואל און זאליס, אפילו ווען א בני יואל, א זאלי אדער סתם א אינגערמאן רופט און בעט אז ער ווי נישט באקומען די צייטונגען, וועט ער דאס ווייטער באקומען וועכענטליך די צוויי צייטונגען זענען צוריסן צווישן זיך (אזוי דארף דאס הייסן) איין צייטונג אנערקעט העניך אשכנזי דעם פירערס איידעם אלס הרה"ג ר' העניך אשכנזי און דער צווייטער אנעקענט אים נישט ביים נאמען נאר מיט הויעכע טיטלעם ווי רב שכונת וכדו' הייסן הייסט דאס אז איינס ווערט אנגעפירט דורך סתם חסידים פון פירער און דער צווייטער ווערט אנגעפירט דרוך "הייסע" חסידים

הצד השוה פון ביידע צייטונגען איז אז זיי מאכן זיכער אז אויף יעדע עמוד ווערט דערמאנט לכה"פ 26 מאל הגה"ק, די אלע וואס גייען נישט 100%אין שפאן זענען בבל יראה ובל ימצא, משא"כ יעדע שיינע איד וואס קומט און אין

שטעטל און איז נישט נחשד מיט מחשבות זרות וד"ל ווערט ברייט געדעקט

אזאש א ירושלים'ער פעדלער שטיינבערג ברענגט ספרים צו פארקויפן אין די בתי

מדרשים ווערט דאס שיין געדעקט אין ביידע צייטונגען (איינס א וואך פריער און איינס

א וואך שפעטער), משא"כ קען קומען אויף שבת די שענסטע רבי און מיטברענגען הונדערטער

חסידים, אויב גייט ער נישט אין שפאן וועט ער נישט ווערן געדעקט.

 

דאס אלעס ווערט באצאלט פון די ווילידש, אן די ווילידש גייען מיליאנען בלי גוזמה

אראפ לטמיון און די פראפעגאנדע אפאראט מיט טענטס צייטונגען האט ליינס

הייד פארק פארעמס גייען אראפ צוזאמען מיט דעם, דעריבער זענען די ארוינים

גרייט אלעס צו לייגן אין א זייט און מקריב זיין א גאנצע טאג אבי נאר אנצוקומען צו די

שטימבודקעס און אריינווארפן א צעטעלע וועלכע וועט פארלענגערן די ארוינישע

פי אר אפאראט דעם אפענעם קראן פאר נאך פיר יאר.

אויב מיינט איר אז די וויזניצע טאנצן לעשות נחת רוח ביי די בחירות אין ארץ ישראל

כאפט אייך אמאל אריבער צו 14 הופער ווען די באס מיט וו"ב אינגעלייט וואס זענען

רעדשעסטערט אין קרית יואל פארן אפ מיט אייפער אפגעבן א שטימע

 

המשך יבאו

 

 



תוקן על ידי nys10952 ב- 28/10/2009 22:50:34

 



תוקן על ידי nys10952 ב- 28/10/2009 22:52:35




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 22:04 לינק ישיר 

בני יואל איז נישט איין מענטש מיט איין סארט מיינונג.
ס'איז דא מענטשן וואס האלטן זענען קעגן ר' זלמן לייב ווייל ער איז סוף כל סוף א "טייטלבוים" און א טייטלבוים קען מען נישט טראסטן.
ס'איז דא מענטשן וואס קוויטלען זיך ביי ר' זלמן לייב, ווייל זייער עלטער זיידע איז נאך געפארן צום ייטב לב, און זייער שמחה איז גרויס אז ס'איז דא אן ערליכער סיגעטער אייניקל וואס איז ממשיך מיט די "הייליגע גזע" (ביי אנדערע איז דאס ווארט "גזע" א מיאוס ווארט)

אויך ביי די זאליס זענען דא פארשידענע סארט מענטשן און מיינונגען.
ס'איז דא וואס וואלטן געהאט חשק אז בני יואל זאל זיך צומאכן אלע זאלן אריבערקומען קיין ויואל משה
אנדערע האלטן פונקט פארקערט אז ס'איז בעסער ווען ס'איז דא צוויי מוסדות.
אנדערע האלטן גאר איז קיינער דארף זיי נישט האבן.

יעדער מענטשן האט א צווייטן מיינונג און ער איז בארעכטיג דערפאר, און ס'איז נאריש צו זאגן איבער דעם ענין א כלל אז בני יואל האלט אזוי, און\אדער די זאליס האלטן אזוי.

דער כלל איז יא, אז די פירערשאפט פון בני יואל, מיט די פירערשאפט פון קהל יטב לב קרית יואל, לעבן גוט איינער מיטן צווייטן,
און לדעתי איז בעסער איז יעדער איז פאר זיך, און ווער ס'וועט גוט צושטעלן פאר זיין עולם )המכונה קאסטומער סערוויס) דער וועט האבן הצלחה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2009 21:10 לינק ישיר 



תוקן על ידי ychtzel ב- 27/10/2009 21:11:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 20:58 לינק ישיר 

נו וועסטו ליינען די 2טע שטיקל ווען די זאגסט כגוונא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2009 20:58 לינק ישיר 

מיטן גוטהייסונג פון מנהל זאל דער עולם שרייבן אלע הגהות אין די הגהות אשכול, דער מנהל איז מסכים אויסצומעקן אלע תגובות פון דעם אשכול.

וועגן די וואס קענען נישט ליינען די צווייטע תגובה
ביטע לייגט אריין אין די הגהות אשכול א פרינט סקרין איך זאל זען וואס איר זעט, און איך וועל דאס פראבירן צו פארעכטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 20:46 לינק ישיר 

ישר כח
אבער איך קען נישט קיין קליינע אותיות,
ווייסט וואס יענער האט געזאגט, איך זאג איינמאל א וואך כגונא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 20:39 לינק ישיר 

די 2טע איז גוט און Chrome און IE7 אבער נישט אין IE8




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2009 20:32 לינק ישיר 

 סאטמארפלעק
צי דעם ביסטו אויך מסכים, אז טעמבעל זאל איבערלייגן זיין 2טע  קאָמענטאַר (בלשון עם זר תגובה) ? 
מען קען עס נישט ליינען,


תוקן על ידי ychtzel ב- 27/10/2009 20:32:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 20:21 לינק ישיר 

איך נעם עס אן אז ער איז "מסתמא" נישט שולדיג אויב ער איז נאך אינג און אויפגעוואקסן מיט דעם בלינדן שנאה.
קיינער אין בני יואל ארבייט נישט איבערן אימידזש פון ב"י, ס'איז א פאקט אז עס איז דא עקסטרעמיטסן דארטן אזוי ווי עס איז א פאקט אז עס איז דא עקסטרעמיסטן איבעראל, ס'איז א מציאות פון א מהות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2009 20:15 לינק ישיר 

סאטמארפלעק
איך האלט אז די ביסט גערעכט, אבער איין זאך מיין איך אז די וועסט מיר מודה זיין,
אז טעמבעל איז נישט אינגאנצען שילדיג,
ווייל עס איז דא געציילטע עקסטרעמיסטן און בני יואל, וואס ארבעטן שטארק צי געבן דעם אימיטש אויף ב"י  אז דאס איז ב"י אזוי ווי טעמבעל שרייבט,
אויב טעמבעל איז נישט צי נאנט מיט ב"י קען זיין אז ער האט דאס אנגענימען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 19:57 לינק ישיר 

טעמבל, כ'זע אז די פרובירסט נאכמאכן פארמעגליך, כ'ווייס נאר נישט צו פארמעגליך איז אזוי אומ'קראנט ווי דיר, אדער די ביסט אזוי אומבאקאנט מיט בני יואל ווי ער
 
[quote]
בני יואל מעמבערס... פארמאכט די מוסדות האבן זיי נישט, צוריק קומען צו יטב לב
האבן זיי אויך נישט געוואלט 
[/quote]

קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס פאר א מין גערעד'אכץ דאס איז? איין מוסד נעמט אויף א נייער (בעסערער) פירער, און אן אנדערע מוסד מיט 700 קינדער (אין יענע צייטן) דארף זיך פארמאכן

[quote]
במשך די 10 יאר פון ווען ר' זלמן איז אנגעקומען אויף וויליאמסבורג ביז תש"ע
האבן די בני יואל געלעבט על מי מנוחות און נישט געהאט קיין גרויסער פארקער
מיטן נייעם רב און היינט שוין רבי, זיי האבן זיך געפירט ווייטער זייער קרעמל
מיט זייערע מוסדות, אין א געוויסע זין האבן זיי צום נייעם רב געהאט א שנאה
ווייל ער איז פארט א ברידער פונם פירער אבער פארט נישט די שנאה וואס זיי האבן
געהאט צום פירער אליינס ווארום ער האט זיי קיינמאל נישט געטשעפעט, במשך
די 10 יאר האבן בני יואל באקומען שטיקל געפיל ווייל זיי האבן געהאט מיטלייד
מיט די טעראר וואס די חסידים פון ברך משה און פון נייעם רב האבן געליטן
פון די חסידים פונם פירער, אבער א נאנטע התקרבות איז קיינמאל נישט געווען
[/quote]

אזא מין פרעכע ליגנט פאסט זיך פאר אן אהרוני!
אלע אפציעלע פירער פון בני יואל (יא ס'איז מסתמא פאר אייך נייעס, בני יואל האט אויך א פירערשאפט און פארעם פון ערוויילטע ראשי הקהלה) און אנדערע ערליכע אידן וואס האבן געהאט קינדער אין בני יואל, האבן אפענערהייט געשטיצט ר' זלמן לייב, א חוץ אויב די פאקט אז זיי האבן נישט פארשפארט די מוסדות, אדער אז זיי גייען נישט יעדע וואך צום טיש, אדער אז זיי קישן נישט די הענט פון ר' זלמן לייב, דאס הייסט אז זיי האבן נישט קיין נאנטע התקרבות, אדער האבן א שטיקל שנאה, פארלאנגסט דאך שוין באלד מער ווי אהרן ט"ב פארלאנגט...

[quote]
אויפגעשפילט האט זיך דאס ביי די מעיאר וואלן אין קרית יואל
אברהם ווידער לויפט מצד די ארוינים און די זאלוינים האבן כסדר ארויסגעשטעלט
קאנדידאטן, די חסידים פון ר' זלמן לייב האבן זיך כסדר געבעטן ביי בני יואל זיי
זאלן ארויסקומען שטיצן די נייע קאנדידאטן קעגן אברהם ווידער דער פירערס שליח
אבער בני יואל האט מער ווייניגער געלאכט אין פנים און האבן געזינגען דעם ניגון
"המכה מצרים בבכוריהם" הרג'ט ענק צווישן זיך און עס האט זיך שטארק דערקענט
ביי די אויסקום פון די וואלן דארט ווייל די חסידים פונם פירער האבן אלעמאל געהאט זייערע
ישיבה בחורים אויף זייער זייט (געזעצליך מעגן זיי שטימען אפילו זיי וואינען נישט דארט)
ווידער די חסידים פון ר' זלמן האבן די ישיבה אין קווינס און בני יואל וואס
אויף זייער שטיצע האט מען זיך גערעכענט צו קענען איבערוועגן די שטימעס פון די
ישיבה בחורים זענען געשטאנען אין די זייט און געלאכט, אפיציעל איז די סטעטמענט
געווען, מיר טראסטן סיי ווי קיינעם נישט
[/quote]

איינער האט דירפארציילט די באבע מעשה אדער די האסט עס אליין אויסגעטראכט? די ערשטע וואלן איז געווען געפירט דורך א פולזיניגע שותפות פון ר' ז"ל'ס מענטשן אין בני יואל, די הויפט מלחמה פירער איז געווען ר' פנחס יאקאבאוויטש וואס רעכנט זיך פאר א בני יואל, די שטאב וואס האבן געארבייט פאר די וואלן איז געווען ר' ז"ל'ס מענטשן אין בני יואל צוגלייך.
 אבער דאס וואס די זאגסט אז די בני יואל זענען נישט געגאנגען שטימען, איז נישט נאר ליגנט, נאר "ג'שחט'ן דאס קינד און אריינגעווארפן אינעם איד'ס הויף" בשעת די וואלן האט מען ארום געקאלט יעדן צו ער האט שוין געשטימט, לויט ווי איך געדענק די נומבערס זענען פינף הונדערט מענטשן נישט געגאנגען שטימען, רוב פון דעם זענען געווען היינטיגע ר' ז"ל'ס מענטשן, איינצעלנע בני יואל זענען נישט געגאנגען.
אויב די ווילסט זיך איבערצייגן, קוק וויפיל פראצענט פעטישאן חתימות קומען אריין פון די בני יואל בתי מדרשים, און וויפיל עס קומט אריין פון ויואל משה.

פון צווישן דיינע שורות קען מען באמערקן דיין וויסטע שנאה צו בני יואל, אלזא, אויב רעכנסטו די געציילטע עקסטרעמע אין בני יואל אלס "בני יואל" דעמאלט האב נישט קיין טענות ווען "זיי" רעכענען די זאלי'ס אלץ אזאלכע שונאים וואס "די ביסט"

חוץ פון דאס, שרייבסטו זייער גוט, שאלה איז נאר ווי קראנט עס איז.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2009 05:49 לינק ישיר 

טעמבעל...

בעל כרחך מלאך טוב יענה אמן,  בדמעות שליש מוז איך צושטימען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/10/2009 22:27 לינק ישיר 

ביטע
פארעכט די 2טע תגובה מען קען עס נישט ליינען.
די שרייבסט גוט  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > ווען דאס פיש צאפלט אדער ווען א טעמבעל שטייט ביים רעדל?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext