דאס איז אלעס דורך די אפיציעלע הנהגה, אבער ווען די מדובר איז די
ישיבה בחורים ווערט נאך די מצב אסאך ערגער, ווער געדענקט נישט
ווען די רשעים האבן אינטערגעצינדען די ילד שעשועים מיט צענדליגע
פיצלעך מיט שוואכע פרויען דערין אינמיטן די נאכט און נאך דערצו
אויסגעלאשן די וואסער אז פייער לעשער זאל נישט קענען לעשן? היינט
וועלן זיי אריינלייגן כח און מוח מיט געלט אפצו ווישן יענע פלעק, ווער
געדענקט נישט ווען ר' יחזקאל ראטה איז געווארן באשטיינערט מיט
שטיינער שיש בהם כדאי להמית פאר די עוולה פון זאגן אז ער איז קעגן
די פאבליק סקול? איינער פון די אפגעפרעגטע וועגן וואס זיי ניצן איז "אמת
אונזערע מענטשן האבן דאס געטון אבער דאס איז אלעס געווען אויף
די אפיציעלע באפעל פון משה גבאי" ווען דאס האט זיי צוריק געשמיסן
ווי א באמבארג אין פנים אריין האבן זיי זיי אנגעהויבן מיט א פרישע
לאוזונג "די אלע טעראריסטן געהערן היינט צו די זאלי'ס" איין זאך האבן
זיי פארגעסן אז זיי האבן נישט מצליח געווען מעלים צו זיין די טעיפס
פון די דרשות ווי הגה"ק העצט די בחורים, אויף איינע פון די טעיפס
הערט מען קלאר ווי ער זאגט "ס'קומט היינט צו אינז אין שטעטל א גאסט,
א אומגעווינטשענע גאסט" מער האט נישט אויסגעפעלט און אלע בחורים האבן
אפגעווארט דעם אומגעווינטעשענע גאסט ר' יחזקאל מיט א מבול פון
שטיינער.
אבער ווען איינס מיט איינס איז א חלה דעקל, זענען די טעראריסטן
זאלי'ס, וואס הייסט? איר פארשטייט נישט? יא זיי האבן זיך אליינס
גע'רודפ'ט די אלע יארן, אויב וועט איר אפשטעלן א אהרויני און פרעגן
"איך זעה נאך היינט די מציאות אז טעראר קומט פון ענקער זייט
און נישט פון די זאלי'ס?" וועט ער בלייבן מיט די צינג אינדרויסן אדער
ארויסקעקעצן זיי זענען יא טעראריסטן זיי האבן ארעסטריט 26 בחורים
איי די זאלי'ס זענען נישט געווען קיין מחותנים דארט? א קשיא אויף
א חלה דעקל
א קליינע דוגמא, נישט לאנג צוריק איז פארגעקומען א פראטעסט אין
מאנהעטען קעגן די מדינה, די פראטעסט איז נישט פארופן געווארן דורך
הגה"ק אליינס דעריבער איז אסור לדעת האהרוינים זיך משתתף צו זיין
ביי אזא פראטעסט, כמימרא אויב איך בין נישט די פיילאט זאל דער פליגער
קראכן, די פליגער האט טאקע נישט געקראכט אבער די ארוינים יא, די
פראטעסט איז געווען א זעלטענע הצלחה, מיט א הערליכע אויבן אן
אלעס אן הגה"ג. לאמיר צוריקגייט אפאר שעה, אין די שטעט וו"ב ב"פ
מאנסי און קרית יואל זענען במשך דעם גאנצען טאג ארומגעפארן צוויי
קארס, איינס האט גערופן דעם עולם צום פראטעסט און די צווייטע האט
געשריגן אז די פראטעסט איז בטל צוליב דעם וואס די גזירה איז
שוין בטל געווארן, איבריג צו זאגן אז די גזירה איז נאך געווען אין
טאקט, די גזירה איז למעשה בטל געווארן דעם נעקסטן צופרי נאכן
פראטעסט. דאס איז נאר געווען איין קליינע שרויפעלע אין די טעראר
רינג וואס די ארוינים האבן געפירט. ס'איז כדאי צו דערמאנען
אז נישט לאנג צוריק האבן די ארוינם גערופן צו א "מאסן פיקעטינג"
אוואדאי נישט קיין פראטעסט ווייל דאן וואלטן זיי געבליבן חוזק
מיט בילדער פון א ליידיגע אויבן אן און קארגע 200 משתתפים
פאר די זאלי'ס איז ניטאמאל געקומען אין פלאן ארויסצושיקן א קאר
אויסרופן אז די פיקעטינג איז בטל, ווייל די זאליס זענען נישט קיין טעראריסטן.
יענעם טאג ווען ס'איז פארגעקומען די פראטעסט ווי הגה"ק איז נישט
געווען א מחותן האבן די ארוינים אויך ארויסגעהאנגען אין אלע
גאסן און געשיקט אויף אימעיל פאלשע בריוו'ן כאילו די רבנים וואס
רופן צום פראטעסט שרייבן אז זיי האבן בכלל נישט גערופן... זיי האבן
פון זיך אליינס געמאכט דאס גענאר, די וועלט זאגט אז א שקרן
דארף האבן א גיטע זכרון, די שקרנים האבן נישט געדענקט אז
נעכטן האבן זיי געהאנגען צעטלעך ווי ס'שטייט אז די רבנים האבן
בכלל נישט אינטערגעשריבן, און יעצט הענגען זיי צעטלעך אז די
רבנים ציען צוריק...
אויך זענען זיי געגאנגען נאך א טריט ווייטער און פארזאמלט אלטע
פארדארבענע פירות תלמידים פון די ישיבה בקברו אלע אן בערד
אדער שניידן זיי די בערד (גלייבט מיר נישט, די פיקטשערס זענען געווען
אויף הייד פארק און האבן זיך ארומגעדרייט אין וו"ב) רייסן די צעטלעך וואס
רופן צום פראטעסט, זיי האבן איינגעלייגט וועלטן און אלע דרכים זענען
געווען כשר. דאס אלעס האט זיך אפגעשפילט אין וו"ב און ב"פ, אבער
אין קרית יואל איז די זאך נאך געגאנגען א טריט ווייטער, דארט האבן די ארוינים
נישט געהאנגען צעטלעך אז די רבנים "ציען צוריק" און זיי האבן נישט געשיקט א
קאר אויסרופן אז די גזירה איז בטל במילא אויך די פראטעסט
דארט האבן זיי בכלל נישט געוויסט אז ס'קומט פאר א פראטעסט
(בת היענה), אבער וואס טוט מען אז פארט פארט ארום א קאר
און רופט אויס אז די רבנים רופן דעם ציבור צו א פראטעסט?
המשך יבאו