| נשלח ב-23/10/2009 02:50 |
|
| |
א אפענע שאלה
(איך האף אז איך בין אויסגעהאלטן מיט מיין שריט, טאמער נישט זאלן עס די מנהלים אויסמעקן.)
איך וויל דא, טאקע דוקא דא אין די עפענטליכקייט, פרעגן א שאלה פון איינע פון אונזערע שרייבער.
ב"ה דער פורם שטייט שוין עטליכע יארן לשביעת רצונם פון די היימישע אידן וועלכע ווילן כאפן א לופטער אינמיטן די ארבייט און זעהן אביסל וואס עס טוט זיך אויפן היימישן ערד קוגל.
אנדערש ווי די זאלי פורם וועלכע איז נישט צוגעפאסט פאר קיין שום באזעסענער מענטש דארט אריינצופאלן, ס'איז ממש אוממעגליך. "בעביש" "קינדיש" "נאריש" זענען נישט די ריכטיגע ווערטער אויף זיי. ברוך שהבדלנו.
דא ב"ה איז פארהאן עטליכע גוטע בא'טעמט'ע שרייבער, נושאים ווערן גאנץ שיין צונומען, פיל מאל זענען די מיינונגען אפילו קאלירפול (מעג ווען אפשר זיין מער), און א איד ווי איך שפירט זיך זייער פיין דערמיט.
אבל דא עקא
עס זענען פאראן אייניגע היימישע שרייבער דא וועלכע איך שעם זיך צו זיין אין איין פורם מיט זיי!... פשוטו כמשמעו. איך האב נישט קיין געדולד יעצט נאכצוגיין אלע מאמרים דא און אנצייגן וואס איך מיין, אבער איך וועל מיך שטעלן אויף א זאך וואס איז יעצט פריש:
אלעס האט מיטגעהאלטן היינט וואס עס האט זיך אפגעטוהן ביי די רעביצין זכרוינעליבראכע'ס שול אין קר"י, היינט ווערט יעדע מינוט געאפדעיט די טעקסט מעסעדשעס, יעדער האט געוויסט יעדע מינוט וואו סהאלט, עטליכע שעה איז מען געשטאנען אנע פארשריט, ווען אין די צייט האבן די לויערס פארהאנדלט אינאיינעם מיטן דשאדש, און לבסוף האט דער ריכטער געזאגט אז מזאל צו-ווארטן ביזן קומענדיגן הירינג (צוויי וואכן ארום), און די טרעקטער איז אוועק געפארן.
קום איך ארויף אינדערצווישן אויף היידפארק, און יונה שרייבט נישט מער און נישט ווייניגער אז דער סוער טאנק איז שוין אויסגעגראבן. די גלייכווערטלעך האבן ווי פארשטענדליך נאכגעפאלגט, פאלאק'ס לאט, צדקה תציל וכו' וכו', נאך שרייבער האבן שוין אויך געגלייבט אז די מעשה איז אזוי און האבן שוין אויך צוגעגעבן צום פייערונג..
שטעלט זיך די פראגע: וואס איז דיין ציל מיט פארקויפן אומגעזאלצענע לאקשן פארן עולם??
יעדער "וואס האט געוואלט וויסן" וואס עס טוט זיך דארט האט געקענט וויסן, פארוואס פונקט דו האסט נישט געקענט וויסן? און ווידער אויב האסטו נישט געהאט די מעגליכקייט צו דערגיין די מינדעסטע אינפארמאציע וואס דארט טוט זיך, וואס שרייבסטו?? מי בקש זאת מידך??? האסט עמיצן א טובה געטוען? ניין!! אדרבה! האסט מצער געווען אידישע קינדער! (נישט ווייל איינער קלאגט אויף זייער סוער... אבער סאיז אומבאטעמט געוואויר צו ווערן אין איין מינוט אז מהאט געלעבט אין א דמיון די לעצטע צוויי שעה, און אויך איז אומבאטעמט צו זיין א ליינער אין א פורם וואס אזאנע פאסירונגען ווערן אזוי פאלש געדעקט.)
ווען דאס וואלט געווען א איינמאליגע פאסירונג, החרשתי, אבער אז יעדן צווייטן טאג זעה איך דא ענליכע זאכן, ווער איך בייז. פארוואס זאלסטו נישט לאזן דעם פורם געשמאק? פארוואס פעלט דאס אויס דו זאלסט דא אנפירקלען טעגליך מיט הבלים, אמאל מיט ליגנט און אמאל מיט פאבריקאציעס און אמאל מיט סתם אומ-באזעסענע געשרייבעכצער?
דיינע בריוון פון עדה זענען אויך פונקט גענוג צו פארדינען דעם פארציע!
איך ערווארט נישט קיין ענטפער, איך ערווארט אבער א טויש!
יישר כח למפרע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 02:04 |
|
| |
זעליג, אויב ווילסטו רידן פון חלה דעקלעך וכדומה, דן גיי צוריק אריבער צו "ילדים אנחנו" (קרעדיט: רעביאנקל) פארום, דריי נישט קיין קאפ דא מיט שמואל וויעדער (וואס אגב, ווען עמיצער זאל דא האבן אין הארץ עפעס קעגן אים וואלט עס גערן געקענט דא פאוסטן, יעצט אז ס'איז נישט אזוי דארפן ענק פאבריצירן פאשקעווילן אין אונזער נאמען קעגן אים... געדענקסט נאך?) און רוף דיך נישט אן דארט וואו דו באלאנגסט נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 01:04 |
|
| |
אנשטאט ענטפערן גיב חיזוק פאר יונה, וואס האט געכאפט דא א ריק.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 22:22 |
|
| |
זעליג
קוק ווער ס'רעדט, ענקער פארום איז טאקע א פראכט.
דארט קען מען זעהן א טיפיקעל סעמפל וואס א זאליס אדער א קווינס בחור מיינט.
עני אימגעלונגענע תגובה פין רבי יונה, קומט נישט צו, צי א געוועליכע זאלי תגובה
אבער גייטס אן, א נחת צו ליינען.
פאר די וואס קוקען נישט אין די זאלי פארום, זאלען געבן א קוק טאקע אויף די תגבות פין זעליג'ן....
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 22:14 |
|
| |
יונה ארבעט אזוי שווער, שוין אזוי לאנג, יומם ולילה לא ישבותו, אויפצוקומען אייביג מיט קאלארפילע געבעקסן איינגערעדט איז ער אז די ארונים זענען הויך העפפי מיט אים,
, און דא אזא נידערלאגע, און פון וועלכע דירעקציע, איי עס טוט וויי, מנהל איך בעט מען זאל אויסמעקן דעם אשכול אויב נאך מעגליך!
און צו שמואל ווידער וויל איך דא זאגן צו דיך א מוסר השכל, ווען די בלאט האט ווען א עלעקטראנישע פלאץ ווי די 'ארונים' קענען ווען שרייבן יעדע וואך קאממענטס, וואלסטו פונקטליך געזעהן, ווי העפפי זיי זענען אויף די וועג וויאזוי די טריטסט זיי =ווי קעלבלעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/10/2009 19:05 |
|
| |
מנחם מענדל
כ'געב דיר שטארקע שטיצע
אבער דייקא די משל וואס די האטס אנגעכאפט איז נישט פאסיג
ווייל אין פאקט, האט ''ווערט נישט יעדער אינפאמירט'' אויף די מיניט.
אין ווען איינער הערט אז די פאליציי האט אוועקגעשיקט די קרעציגע וואס האבען זיך געוואלט ''מוסר נפש זיין פאר'ן סויער'' שטעלט זיך יענער פאר, אז ס'גייט אזוי ווייטער.
אין קיינעם פאלט נישט ביי, אז זיי גייען יעצט שנעל לויפן אין געריכט - ווי זיי זענען ליידער אזא אפטע בן בית.
אין מ'בויט לצניתא דע''ז אויף א זאך וואס ''מ'שטעלט זיך פאר'' אז ס'איז שוין געשעהן.
איך גלייב נישט אז איינער וואס האט געוויסט, אז די זאך איז אויף האלד, האט דווקא געוואלט משוגע מאכען דעם עולם.
דאס איז אבער אמאל זיכער, אז מ'דארף טראכטן פאר מ'שרייבט
1) אויב ס'אמת
2)וואס וועט ארויסקומען דערפון - צומאל קען מען נאר אויפרייצען יענעם, אין יענער וועט להכעיס טוען זאכען וואס..... - ספעציעל די זאלי'ס, וועלכע זענען בטבע מענטשן וואס לעבן נאר נעגעטיוו אין ווילן נאר יענעם ווייזען אין ציפיקסען.
אין צום שלוס, דארף שטארק ווערן ארויסגערענגט די אנהייב פין דיין תגובה
ב''ה אינזער פארום, ווערט געהאלטן אויף זייער א ערנסטע לעוועל, אין קעגנזאץ צו די מענטשן וואס האלטן דאס נישט אויס, אין שעלטן אין שימפען אזוי ביליג אין קינדיש, מיט טעגליכע געבעקסן, אין זייער ילדים אנחנו פארום
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/10/2009 05:46 |
|
| |
כאטש א ביסל תורה אויסגעטייטשט שיין אויף די פרשה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/10/2009 05:42 |
|
| |
טויזענט פראצענט גערעכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/10/2009 04:10 |
|
| |
וואלן, צוקער זיס!...
(אויב דו קענסט טוישן צו געהעריגע פאנט'ס, ווייל עס מאכט נערוועז)
|
|
|
|
| נשלח ב-23/10/2009 04:06 |
|
| |
גם אני מצטרף בצער רב
הגם איך בין דארט געווען, און ווען איך האב געליינט די שורות האב איך עס א מינוט נישט געגלייבט, אבער ס'האט מיר געבאדערט.
פעלט ביי אונז פאזיטיווע נייעס אז מען זאל דארפן ברענגן שקרים וכזבים???
וואלט כאטש געווען
וַיְשַׁלַּח אֶת הַיּוֹנָה מֵאִתּוֹ לִרְאוֹת הֲקַלּוּ הַמַּיִם מֵעַל פְּנֵי הָאֲדָמָה, וואלטסטו געזען דעם אמת
דערווייל
וְלֹא מָצְאָה הַיּוֹנָה מָנוֹחַ לְכַף רַגְלָהּ
שרייבט שטותים והבלים
און דערנאך
וַתָּבֹא אֵלָיו הַיּוֹנָה לְעֵת עֶרֶב וְהִנֵּה עֲלֵה זַיִת טָרָף בְּפִיהָ
ס'איז געווארן פאר אסאך אידן ביטער ווי א זית (נאכאמאל נישט אין דעם איז תלוי אונזער קיום אבער... פליז... שקרים לאז פאר אנדערע... פאר די געווינער)
רבי יונה, מיר בעטן דעם מנהל
וַיִּיָּחֶל עוֹד שִׁבְעַת יָמִים אֲחֵרִים
און אויב וועט זיך עס נישט בעסערן
וַיְשַׁלַּח אֶת הַיּוֹנָה וְלֹא יָסְפָה שׁוּב אֵלָיו עוֹד.
אין א זייטיגע נאטיץ:
די פראנט פעיזדש מארגן אין רעקארד גייט נישט רעדן פונעם טאנק, מען גייט רעדן פון די הויכע ראטע ארבעטסלאזיקייט אין קרית יואל, ווער ס'איז דארטגעווען פארשטייט וואס איך מיין...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/10/2009 03:28 |
|
| |
אני אתך גיבור החיל
|
|
|
|
|