בית פורומים כל העולם כולו

מחאות.סוער.גענעראלפארזאמלונג.בילדער.סוער.חלהדעקל.סוער.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/10/2009 10:33 לינק ישיר 
מחאות.סוער.גענעראלפארזאמלונג.בילדער.סוער.חלהדעקל.סוער.

 

אין די לעצטע צייט זענען די אנהענגער אין די זאלי/פארטיי באטראפן געווארן פון א פלייץ פון גענעראל פארזאמלונגען וועלכע ברענגט א צומישעניש אויף אלעמען, פון זייער ויואל/משה געצעלט ביז דער חרדים פעסטונג ווען צום מיקראפאן שטעלן זיך צו פארשידענע רעדנער קעמפער, בעלי דמיונות, וועלכע טוהן מוטיגען די צושטורמטע געמיטער ביי אירע אנהענגער און מתפללים, צוליב א לעצטיגע סקאנדאל וועלכע איז ערשינען אויפן האריזאנט מיט א געוויסע פאפולערע אומשילדיגע סוער סיסטעם וועלכע איז במחתרת בעערדיגט געווארן אינטערן שאטן פון די רעביצין ביהמ"ד וועלכע איז סטאנציאנירט אינעם הינטערגרינד פונעם בית המדרש הגדול אין קרית יואל.

דער סוער-סקאנדאל ציעט די אינטערעסע פון אזויפיל מענטשן אזש עס האט געווינען פאפולעריטעט ביי דער רעקארד-פאבליקאציע וועלכע ערשיינט אינדרויסן פון קרית יואל ווען דער ענערגישער בעל הצלת יוסף טוט זיי סערווירן מיט נערהאפטיגע אינפארמאציע ארום די היסטארישע סוער געשעענישן.

א שטארקע דיזינעס נעמט אין די איצטיגע טעג ארום די סוער-אנהענגער וועלכע זענען טיף צוטרייסלט איבער די וואוילזיין פונעם סוער, פארשידענע מיטלן ווערן אינטערגענומען צו ראטעווען דער צושטאנד, ווי הענגען פלאקאטן מיט פארשידענע האר-אויפשטעלענדע בילדער איבער די ווילדע הייליגע גיפים וועלכע בלאקירן דער שאוועל פונעם טראקטאר וועלכע ווערט געפירט דורך אן אמעריקאנער גוי זיכער אן אנטיסמיט, נוסח ציוניזים, צו די בליצן פון די פאטאגראפיע מאשינדלעך און צו די געלעכטער פון די ביישויער, אזש ביז רופן די פאליציי וועלכע ווייסן וויאזוי צו רעאגירן צו אט די סארט באטרעפענדע סוער און אירע בעלי בתים מיטן איגנארירן די היסטערישע טעלעפאון רופן, אדער גאר אן די מינדעסטע בושה אריינשטעלן האלצערנע מציבות פאר דוד בן פעסיל מארגענטינא, אזש ביז גאר עפעס א מיסטריעזער אהרן חארינער, וואס דער מצבה-שרייבער אליין ווייסט אויך נישט דער וויץ דערפון...אין די דערדרוקענדע בית יואל צושויער קייקלן זיך פאר געלעכטער ווי איינער זאל ווען האבן געזאגט: איינס פלאס איינס איז.........??? א חלה דעקל...!

מאנכע פרובירן נאך צו דערגיין וואס עס זענען די אמת'ע מאטיווען פון די גענעראל פארזאמלונגען ווען מען נעמט צונויף א ציבור אידן און מען קייט איבער היסטארישע געשעהנישן אלעס אדאנק דער סוער-איינפלאנצונג, ווען אין די זעלבע צייט טוהן די מוסרים, גנבים חמסנים וכו' אויסרייסן דאס פינטעלע סוער...אן קיין צוריק האלט...

אידישע קינדער קוקן אין די איצטיגע ארויס אז דער דאטום נאוועמבער 2 זאל ברענגען דאס געוואונטשענע...

פרטים יבואו!

די שורות זענען געשריבן געווארן אינטערן איינפלוס פונעם סוער-ספטינג סקאנדאל! הסברים וועלן נאכפאלגען אי"ה.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2009 19:54 לינק ישיר 
סויער סויער סויער!!!!

איר געדענקט אוואדאי ווי יעדע וואך זעהט מען בילדער ווי די בני ירושלים שרייען אויף די ציוניסטע פאליציי ''שבת שבת''
דאס האט איר די בני יואל/הולכים בערכעות, שרייען אויף ר' משה לייב ''סויער סויער''
(דעם געוועזענער משתב''ק - אין היינטיגער משמש ביי רז''ל האט אין אזא פאל אנגעקלאגט איינעם אין ''ציוניסטישען גערוכט'')


כלנו בעד הסעויר ול'סועיר הישועה.
(קרעדיט: זאלי פארום)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2009 19:20 לינק ישיר 

געניט  
 
אגב, סיי וויאזוי אפי' די גזירת הסויער וועט בטול ווערן, אין די סויער וועט דארט קענען בלייבן בשלום ובשלווה
וועט אבער דער ''מסירת נפש'דיגער'' בילד, בלייבן א ''פרעכטיגער סעמפל'' פין די הייליגע בנ''י/זאלי סעקטע, ווי מ'ווארפט זיך אינטערן טרעקטער פאר א טאנק מיט..... (אין מ'גלייכט זיך צו צי די בעלי מסי''נ וואס ווארפן זיך אינטערן טראקטער ווען מ'גראבט להבדיל אא''ה ביי קברי קדמונים ר''ל.)

וואיל איז פאר די קעמרע וואס האט אינז דאס מזכה געווען, כה לחי'

תוקן על ידי rebyankel ב- 23/10/2009 19:26:30




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2009 18:08 לינק ישיר 

וואו אזוי גייען עס די די היסטאריע באשרייבער, באשרייבען?

דארנאשטאג פרשת נח תש''ע, ווערט בלי שום ספק פארעכנעט און די קורת עם ישראל, וואו איינס פון די שווארצסטע טעג,

עס זענען אנגעקימען א גרופע עלעמענטען, מיט טראקטארען, און אן קיין בישה, האבן זיי געוואלט אויפגראבען א פאס צואה רותחות וואס מען האט אומלעגאל איינגעפלאנצט און דער ערד,

און די באשאפער פון דעם אונהאלט פונעם פאס, האבן מיט זייערע גוף נקי'ס, באלאקירט דעם גראב מאשין, און נישט צו געלאזט דעם חילל ''הקודש והמקדש'' וכו' וכו'




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2009 18:00 לינק ישיר 

דארט שלאגט מען זיך כאטש אויף קדושת שבת!
אבער דא! מס''נ  אויף אפאס צואה רותחות,????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2009 17:59 לינק ישיר 

איך טענה שוין לאנגע יארן, אז בעצם זיך אינטערלייגן א טראקטאר, וואס מ'זעהט ביי די הפגנות אין ארה"ק, האט מיט מסי"נ גארנישט!
די אידן ווייסן אויף 100% אז דער טראקטאר גייט זיי נישט הרג'נען
א"כ איז קושית ר' פארשטיי, מעיקרא ליתא



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/10/2009 17:26 לינק ישיר 

איבער בליקענדיג די בילדער, פון די נעכטיגע סוער הפגנה, האט מיר אנגעהויבן צו ווירבלען  מחשבות,  וואס עס איז כדי ס'זאל ווערן אויסגעשמיעסט,

 

ביי אונז יודען האט מען אייביג געוויסט אז עס איז דא 3 עבירות אויף וואס מען דארף האבן מס''נ, ע''ז גו''ע, ש''ד,  בשעת הגזירה, דארף האבן מס''נ אפי אויפף א שיך בענדל,

 

אלזא, איך באטראכט די בילדער, זע איך וואו פרימע יונגעלייט, וואס דאווענען שפעט, נאך חצות, ווייל דער רבי  האט געדאווענט שפעט, שטייען און שלאגען זיך אויף א סוער, מיט מס''נ,

 

איך קיק גוט אפשר איז דער סקול דיסטריקט באהאלטען דארט, און דאס איז דאך ע''ז גו''ע אד''ג,

 

ניין! דער דיסטריקט איז נישט דארט, איך זע דארט נאר  ''חמלה ואמונה'' אפפאל,  אלזא, וואס איז דער מס''נ ???

 

מען שטייט מיט רויטע פענימער, מען שרייט און שעלט מיט קללות נמרצות, (ניסח זאלי בנ''י)  מען שלאגט זיך מיט די וויליש פאליציי, אויף וואס? וואס איז די מערכה?

 

מען וויל ס''ה ארויס נעמען א פאס פון מענטשליכע  אפפאל  וואס מען האט אריין געלייגט און דער ערד אומלעגאל!!!!

די איינציגסטע זאך וואס איך קען טראכטען אז די  דאזע חלה דעקל דראגס וואס דער פעלשער זכיתו יגן ואנחה, אריין געגעבען און די נשמות פון די זאלי'ס בנ''י האט שוין אויסגעוועפט, דעריבער האט זיך  דער שנאת סאטמאר סינדראם וואס זיי זענען אנגעשטעקט במידה גדושה, גענימען שפילען, עד כדי אז זיי לאזען זיך הארגענען אויף א פאס צואה רותחות!!!



 
  


 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מחאות.סוער.גענעראלפארזאמלונג.בילדער.סוער.חלהדעקל.סוער.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext