| נשלח ב-23/10/2009 20:36 |
|
| |
א לעבעדיגער באריכט פונעם פראנט
איך האב באקומען א טעקסט מעסעדזש אז ס'איז דא גרויס עקשאן ביי די רביצין, די ארונים ווילן אויפגראבן א בני יואל'ע סוער....
איך בין פונקט געווען אין מאנרא - גראדע בין איך שוין געווען אויפן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג אבער איך האב באשלאסן זיך צוריקצודרייען, א פרי שאו, פארוואס נישט?....
איך קום דארט אהן מיט איין אטעם, אנטפלעקט זיך פאר מיר א קאמי-טראגישן בילד.
קודם כל מוז איך באהויפטן אז לויט וואו עס קוקט אויס אדער איז די עקנאמיע אין קר''י זייער גוט אדער איז די ארבעטסלאזע ראטע אין קרית יואל ביי 75 פראצענט. עס זענען דארטן געשטאנען אן ערך פון זעקס זיבן הונדערט אינגעלייט אלע מיט סעלפאונס אין איין איין האנט, פארשטאפנדיג די אויערן מיט די אנדערע האנט צוליב די הויכע גערודער, איעדע צווייטע ווארט איז געווען 'ליגעל' 'פראפערטי' 'לאיער' 'טרעקטאר' 'וויטריאל' פארשטייט זיך אלעס מיט א כאסידישן אקצענט.
עס האט אויסגעקוקט ווא אין אר''י ווי די קנאים ווארפן זיך אינטערן טראקטאר שאוועל וואס וויל אויפגראבן קברים אדער גאר ווי ביי די מתנחלים וואס האבן זיך ''מוסר נפש'' געווען און געווארפן אונטער די ציוניסטישע בולדאזערס וואס האבן געוואלט צושטערן זייערע פראוועזאערישע הייזער אין די שטחים.
קודם ווען דער טראקטאר איז אנגעקומען איז קיינער נישט געווען דארט און לויט די דירעקציעס פון דוד עקשטיין'ס זון האט דער טראקטאר אראפגענומען די גראטעס וואס לעגאל באלאנגט דאס פאר די רביצין.
פארוואס ער האט דאס געטון? ווייס איך נישט. ס'איז געווען א גרויסע מיסטעיק פון זיין זייט ווייל ווען ער הייבט ווען גלייך אהן צו גראבן דעם סוער וואלטן ווען די בני יואל'ע נישט געהאט קיין צייט זיך צו גרופירן און שטעלן א ווידערשטאנד, ער וואלט ווען נישט עספיעט אויסצוגראבן דעם גאנצן סוער אבער חרוב געמאכט וואלט ער עס זיכער, ער איז דאך אבער דעם טאטנס א זוהן און זיין טאטע האט איהם נאך פון יונגווארג אהן איינגעפרעדיגט אז זיי האבן בקבלה פונדערהיים פון בוענאס איירעס אז רשעות קומט פאר שכל, לשבחם פון די עקשטיין פאמיליע קען מען טאקע זאגן אז זיי זענען פון די איינציגסטע פאמיליעס וואס האלטן זייער ערליך זייערע טראדיציעס אזויווי שלמה שאמעס מיטן אפגעהאקטן שטאפענעם היט...
אקיצור, ווי נאר מ'האט אנגעהויבן אראפנעמען די גראטעס האבן הונדערטער בני יואל'ע אנגעהויבן צו גיסן פון אלע זייטן, קרעציגע פארשוינען מיט פארגלייזטע אויגן זענען ארויסגעקומען פון זייערע בונקערס און האבן אנגעהויבן צו שטראמען צו די סצענע אויפקערנדיג די גאסן מיט זייערע לאנגע פארפלעקטע ריפסענע בעקיטשעס. ס'איז טאקע נישט געווען קיין שיינע זאך פונעם ברך משה צו זאגן אז זיי זענען ווערעמיג און קרעציג אבער קיין ליגנט האט ער זיכער נישט געזאגט...
דרך אגב האב איך אויפגעמערקט אז פופציג פראצענט פון בני יואל זענען רויטע אדער אראנדזשע, איך ווייס נישט וואס עס מיינט אויב איינער ווייסט קען ער ביטע זאגן..
די 'סאסיידערס' האבן זיך געווארפן אונטערן טראקטאר און האבן געשטערט די גראב ארבייט, אלתר משה ברענגט טאקע אין זיין ספר הקדוש דור אחרון אז ער האט געהערט פון זיין האטליין וואס האט עס געהערט איש מפי איש פון זיין ברעיק דאון אז עס וועט קומען א צייט בעקבותא דמשיחא ווען אידן וועלן זיך ענדערשער ווארפן אינטער א טראקטאר ווי אינטער א רבנות...
נאך איין מזל אז א גוי האט געדרייווט דעם טראקטאר, ווען א ארוני וואס איז א באקאנטע זאך אז זיי זענען עלול אויף רציחה דרייווט ווען דעם טראקטאר וואלטן די זאליס דעהאט אפאר פרישע מתים אינעם ביה''ח החדש.
די ארוינישע בחורים וואס האבן נישט קיין סעלפאונס האבן באקומען טעקסט מעסעדזשעס אז מ'דארף 'בעקאפ', און זיי זענען געקומען צו לויפן. פארשטייט זיך אז זיי האבן זיך אנגעטוהן די שיינע אנגעגרייטע 'בישאו' רעקלעך און היטן און זיך שיין געמאכט די פיאות ווייל מ'גייט דאך לייגן די בידער און דיווידיאוס אויף די אינטערנעט און זיי ווילן דאך טרעפן א גוטן שידוך.... אויב איינער וויסט נישט, לאמיך אייך זאגן. ביי די ארונים ווען מ'טוט א שידוך קוקט מען נישט אויפן בחור צו ער איז א יר''ש צו ער לערנט אדער ער דאווענט מ'קוקט צו ער איז א חסיד פון רבי'ן און וואס מער א פלאקערדיגע חסיד ער איז אלץ חשוב'ער, שרייבט ער אויף היידפארק איז גוט, הייבט ער הענט איז נאך בעסער, אלעס האט מדריגות און וואס בעסער די מיידל איז אלץ א גרעסערע שלעגער באקומט זי. און זיי האבן א שטיקל פאוינט, אינער וואס האט נישט קיין רב אדער א רבי אפילו ער איז ערליך אבער ער האט נישט קיין מורה דרך זיינע קינדער האבן נישט אויף וועם ארויפצוקוקן און זיי קענען אפפארן פונעם דרך, ווידעראום אן ארוני אפילו ער איז א שגץ און ער הייבט הענט, שטעכט רעדער, שיסט שטיינער אבער ער האט כאטשיג א רבי וואס הייסט איהם עס טון ער האט איהם וועם ארופצוקוקן..
המשך יבא...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 04:20 |
|
| |
פוסק הדור, נעם עס נישט פערזענליך...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2009 04:00 |
|
| |
איך מיז ענק זאגן עטס זענסט פאר די בוקס, מען דארף איבערגעבן די דעבאטע דא פאר די ביקור חולים ארגאנאזאציעס, עס וועט אוודאי משמח זיין פיל אידישע נשמות
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 18:41 |
|
| |
לאנגע נעזער
האסט פארגעסן צו שרייבן אז זיי האבן לאנגע נעזער און צולייגן דעם בילד, וואס די נאציס האבן זייער ליב געהאט צו נוצן

|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 18:06 |
|
| |
פוסק הדור, איך האב געמיינט אז איך וועל קענען באהאלטן מיין אמת'ן פרצוף, אבער די גרויסער חכם מבין דבר מתוך דבר האסט אויפגעדעקט מיין משכילישן מאסק וויאזוי איך זיץ אין מיין קעלער מיט טויזענטער משכילישע ביכער אויפגעפיילט איינע אויפן צווייטן און איך פרעס חזיר, מיין גאנצע ציהל פון שרייבן אז די בני יואל'ע זענען קרעציגע מיט פארפלעקטע ריפסענע בעקיטשעס איז ווייל זיי זענען די לעצטפארבליבענע קליינע הייפעלע אידן און אויף זיי האלט זיך די וועלט און וועגן זיי וועט משיח קומען, די אלע איבריגע אידן זענען מינים און אפיקורסים, ציונים, אגודיסטען, ארונים שיקן זייערע קינדער למולך מיט די טריפענע סקול דיסטריקט באסעס וואס איז אסור ביהרג ועל יעבור די זאלונים אפילו זיי שיקן נישט אין סקול דיסטריקט אבער זיי גייען נאכאלץ צו די בחירות הטמיאות און שטעלן אפילו ארויס קאנדידאטן און זיי גייען צו א טייטלבוים....
און וועמען ווילסטו פאפן אז די בני יואל'ע זענען אנגעטון ריין, זיי זייפן זיך, מיט שיינע געקראזעלטע פיאות? די מיינסט אז מענטשן זענען בלינד?
קוקט אויס וואו די ביסט נאך קיינמאל נישט אריין אין חרדים אדער ביי די רביצין....
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 17:41 |
|
| |
און אז איך האב מגיב געווען אין דעם אשכול פון אהרוני "פרוכטבאר" מוז איך צום ערשט מוחה זיין, אויף זיינע ראסיסטישע ווערטער פון אראפמאלן די "בני יואל" ווי "אראנזשע" און "רויטע" מיט פארפלעקטע ריפסענע בעקישטעס
זיין שנאת עם הארץ שפראצט ארויס פון זיינע ווערטער, כאטש ער פרובירט צו שרייבן ווי די אלטע משכילים פון אמאל, זייענדינג אנגעליינט מיט אלע טמא'נע ביכער
כאטש איך געהער נישט צו די בני יואל, האב איך דארט אז אסאך קלוגע געשמאקע חברים וועלכע זענען שטענדיג גרייט צו טאן א טובה פאר איד, אזוי ווי רביה"ק זי"ע האט אריינגעפרעגלט. און פארצופאל זענען זיי דאר, און הויך, מיט שווארצע פאות, און מיט א שטענדיגן שמייכל אויף די ליפן און יא זיי וואוינען און שיינע גרויסע באקוועמע דירות, מיט פורנישטער, גייען מיט נארמאלע רעקלעך און האבן אפילו געראטענע קינדער תלמידי חכמים און ערליכע טעכטער וועלכע זענען אויסגעוואקסן אינעם מוסד החינוך "בני יואל".
גראדע שמעקט ער נישט פון פארפיום, און ער שניידט זיך נישט די בארד אבער קוקנדיג אויף די בילדער פלאג איך מיך צו פארשטיין פארוואס שמעי פארקאש, מיט פאליס וויטריאל, און בן דוד עקשטיין מיט די סאן גלעסעס קוקן אויס בעסער?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 17:31 |
|
| |
ווי עס געפינען זיך מענטשן וואס קענען טאן שלעכטע מעשים איז בכלל נישט קיין נפקא מינא! עס איז זיכער דא ביי די זאליס מענטשן וואס האבן אזעלכע שלעכטע מדות ווי דוד עקשטיין, און זענען גרייט מצער צו זיין אנדערע אידן. דער חילוק איז נאר אז ווען דוד עקשטיין וועט אפטאן רשעות, אפילו פאר אהרונים, און פארציילן פאר ר' אהרן מעשי תקפו וגבורתו, וועט אים ר' אהרן קלאפן אין די פלייצע און זאגן יישר כחכם. דאס גיט אים כח דאס ווייטער צו טאן.
אבער ווען דער זעלבער דוד עקשטיין וואלט געווען ראש הקהל ביי ר' זלמן לייב, און ער וואלט אים דערציילט אז ער האט איינעם "צוגעפיקסט", וואלט אים ר' זלמן לייב געזאגט "ביזסט משוגע געווארן, אזעלכע זאכן טוסטו?", און ער וואלט זיך קיינמאל מער נישט דערוואגט דאס צו טאן!
ווען אלישע טאשן שניידער האט ארויסגעשלעפט פון ר' הערשל קעסטנבוים שליט"א עמו"ש, 50 אלפים פאר א קרקע אין אלטן בית החיים דקרית יואל, ווייל ער האט א זון א "שונא" ר' אליעזר שליט"א, איז ר' אהרן געווען עקסיידעט, מען האט זיך נוקם געווען אין דעם "שייגעץ". ווען מען האט פארלאנגט פון ר' עזריאל פערלשטיין ע"ה אסטראנאמישע געלט סכומים, ווייל ער האט א טאטע א "שונא", האט ער געוואוסט אז ער מאכט ר' אהרן'ס פרייליך.
ממילא איז נישט קיין וואונדער אז די זעלבע מענטשן וואס מען זאגט אז אמאל האבן זיי געטשעפעט מענטשן, זענען היינט ארענטליכע גאט-פארכטיגע אידן, פאר איין סיבה, ווייל זיי ארבעטן מער נישט פאר ר' אהרן.
אזוי ווי שלמה המלך האט שוין געזאגט: מושל מקשיב על דבר שקר כל משרתיו רשעים. און דער רלב"ג און אנדערע זענען דאס מסביר: הנה כשהיה המושל מקשיב על דבר שקר אז יהפכו כל משרתיו להיות אנשי רשע, כי המשרתים ישתדלו לעשות רצון אדניהם וכאשר יראו כי רצונו ברשע יתנהגו תכונת הרשע.
דוד עקשטיין טוט רשעות "לעשות רצון אדוניו".
און צו וואלן סח א חלק פון דיינע מעשיות זענען סתם שקר און ארויסגעבלאזן פון דיין רבינ'ס כח הדמיון און עס קען זיין אז איינער האט געטאן שטיקלעך פאר ר' אהרן.
איך רעד דא נאר פון אפיציעלע רשעות וואס "קהלה מענטשן" טוען בשם הגה"ק. איך רעד נישט דא פון אפאר נארישע בחור'לעך, וואס רייסן אראפ סיינס וכדומה. און ווען מען רעדט פון וויטריאל, מיינט מען אויך נישט זיין מגושם'דיגן קערפער
מען רעדט פון זיין ווערן געשיקט עמטליך פון די "ווילידזש" פונעם מעיאר מיט די טראסטיס. וואס באקומען זייער געהאלט פון די "טעקסעס" פון אלע איינוואוינער, אבער דיסקרימינירן קעגן א האלבע שטאט. דאס איז אפעציעלע רשעות און רציחה, וואס קומט פון עמטליכע אנשטאלטן,
און לאמיר טאקע נעמען אלס ביישפיל ר' אברהם ווידער דער מעיאר פון קרית יואל יעדער ווייסט אז בטבע איז ער א גוטער מענטש וואס וועט שטענדיג זיין גרייט צו טאן א טובה אבער וויבאלד ער ארבעט פאר ר' אהרן טייטלבוים, קען ער אפטאן רשעות און מצער זיין אידן
מושל מקשיב על דבר שקר כל משרתיו רשעים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 16:28 |
|
| |
| קזחסטאן כתב: |  |
איך בין נישט קיין אהרוני און נישט קיין זאלוני נישט קיין ב"י און נישט קיין נ"ק. אזוי ווי די ווייסט שוין.
אבער לאמיר דיך פרעגן:
ס'איז טאקע אזוי קלאר אז די אלע וואס האבן מצער געווען (און נאך ווי)! אידן (צווישן זיי אויך גרויסע ערליכע אידן מנהיגים בישראל) אללע יאהרן געפינען זיך היינט צום טאג נאר ביי די אהרונים? קענסט מיר עס איבערצייגן? אדרבה.
|
|
קזחסטאן
משה פר"מ, עקיבא בינער, סיני ט"ב, מענדל ברילל ועוד יוכיח, אטו כי רוכלי נחשוב וניזל
ס'איז דא גענוג!!!!!!!!!!!!!!!!
און דו יחצאל וועל איך פרעגן
ווער האט אונטערגעצינדן רבינו שליט"א'ס הויז אין די נאכט ווען ער האט חתונה געמאכט א קינד?
ווער האט געסטראשעט מיט א גאן טאמער רבינו שליט"א קומט קיין קרית יואל וואוינען?
ווער האט געסטראשעט מיט די טעכטער וד"ל?
ווער האט געווארפן די מיאוסטע פאשקעווילן אין די יארן פון תשמ"ה-מ"ט?
איך לייקן נישט אז די ארונים האבן צוריקגעגעבן אבער נאך ווי, און א כלל האבן מיר אז כל דאלים גבר, און דער כלל איז אנגעגאנגען צווישן תשמ"ט-תש"ס, דערפאר קענען די בני יואל אנשטעלן א פנים ווי נרדפים, אבער צו זאגן אז זיי זענען געזעסן איינגעמאכט און גארנישט געטון, דאס איז אבסורד, און נאכמער אז זיי זענען דאך געווען וואס האבן אנגעצינדן דעם פייער, אפגעזען וואסערע תירוצים זיי האבן געהאט
פרעגט אייך נאך ביי די אלע וואס געדענקן יענע יארן צווישן תשמ"א און תשמ"ט, סיי אין קרית יואל גופא און סיי אין ישיבה, וואסערע צרות צרורות מען האט אויסגעטיילט פאר רבינו שליט"א, וויפיל טאנען פאשקעווילן ס'געגאנגען אויף זיין חשבון, געדענקן מיר נישט די דרשות פון רבינו הק' בעל ברך משה ווי ער האט געזאגט ברבים אז זיין זון דער רב (רבינו שליט"א) האט געוויינט צו אים אז ער וויל אויפגעבן.
נאר וואס
ס'איז געקןמען א צייט ווען מען האט געזאגט גענוג!!!!!!!!!!!!!
און מען האט אנגעהויבן צוריקצוגעבן.
און אז מען האט צוריקגעכאפוט מנה אחת אפים אזש מען האט דעם קאפ נישט געקענט צוריקאויפהייבן האט מען אנגעהויבן צו שרייען מיט קראקאדיל טרערן.... מען רודפט אונז....
נעבעך שעפעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 15:32 |
|
| |
אזוי ווי די און איך ווייסען שוין אז אינזערע ויכוחים ענדיגן זיך נישט אזוי שנעל,
און עס עסט ציפיל צייט, בין איך נישט גרייט דערויף,
אזויפיל קען איך דיר יא זאגען,
1) לדעתי 80 % נרדפים אויב נישט מער וועלן דיר זאגען די זעלבע,
2)עס איז נישט קיין גרויסע נ"מ ווי די יעניגע געפינען זיך היינט, עס איז ענדרשט א נ"מ ווער עס טוט נאך היינט די יעניגע מעשים, פארשטייט זיך נאר כפי שידו מגעת, ווייל וואס ער פלעגט טון קען ער שוין נישט,
3) צום פינטעל וואס איך האב געזאגט, האסטו מיך נישט אפגעפרעגט, די ווילסט נאר אויך צילייגען די אנדערע חלק סאטמאר צי די רודפים,
פארדריי נישט די שמיעס,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 07:58 |
|
| |
איך בין נישט קיין אהרוני און נישט קיין זאלוני נישט קיין ב"י און נישט קיין נ"ק. אזוי ווי די ווייסט שוין.
אבער לאמיר דיך פרעגן:
ס'איז טאקע אזוי קלאר אז די אלע וואס האבן מצער געווען (און נאך ווי)! אידן (צווישן זיי אויך גרויסע ערליכע אידן מנהיגים בישראל) אללע יאהרן געפינען זיך היינט צום טאג נאר ביי די אהרונים? קענסט מיר עס איבערצייגן? אדרבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2009 04:45 |
|
| |
לאמיך דיר זאגען
ווען די רעדסט פון ארונים, וואס אויף זיי קענען אסאך מענטשען מעיד זיין, וויפיל זיי האבען מצער געווען אידען במשך די יארן, שפיכות דמים נישט נאר לויט איין פשט, האט א פלאץ דיין שפראך (אפשר), עס זעט מיר נישט אויס פון דיינע ווערטער אז בני יואל זאל דיר עפעס האבן שלעכטס געטון, ווען די וואלסט נישט געוען קיין איד וואלט דאס זיך געריפען ראסיזעם, אזוי ווי די ביסט א איד ריפט זיך עס שנאת חינם, בלויז ווייל זייער נאז שמעקט דיר נישט, צי ווייל זיי ניצן נישט און מקוה די זעלבע זייפען ווי די, ואין קץ לדברי הבל וואס עס קען אלץ זיין די סיבה פון דיין האס, וואס איז זיכער לכל הדעות אז דאס איז שנאת חינם,
|
|
|
|
|