לויט ווי איינע פון די מקרובים פון די גערע רבי שליט"א וועלכע וויילט איצט אין אמעריקא, האט מיר איבערגעגעבן. האט די גערער גאר גרויס חשק זיך צו טרעפן מיט'ן רבי'ן שליט"א. וואוסענדיג אז ער איז די איינציגסטע אדרעס אין אמעריקא וועחכע טוט אויף פאר אידישקייט. אז די רבי זאל אים העלפן אויספירן די כשר'ע טעלעפאנען אין אמעריקא. פאר ווער עס ווייסט נישט, פירט די גערער אן די קאמפ אין ארץ ישראל אנקעגן די נישט כשר'ע טעלעפאנען. און ער וויל דאס איינפירן אין אמעריקא אויך. דערווייל אן קיין סוקסעס, דעריבער וויל ער אז די רבי זאל זיך אריינלייגן אין דעם, אזוי וועט עס האבן הצלחה אין אמעריקא.
נשלח ב-26/10/2009 21:20
מ'פלעגט נאר לייגען א יש''כ פאר די ערשטע 100 מחותנים
וואס האבען עס געהאלפן דורכברעכן בפועל
נשלח ב-26/10/2009 21:14
רעב יאנקל מיר בענקן זיך צו די ליסטעס וואס דער בלאט פלעגט האבן די נעמען פון מחותנים וואס האלטן די "תאקאנעס". שרייבן אויף היידפארק אז מ'בענטשט עלעווע איז פונקט אזא באווייז.
איך בין שוין געווען ביי גענוג חתונות אין ק"י אין איך קען עדות זאגען אז אפילו 12 אזייגער אויך נישט. אין באמת א שאד ווייל עס איז שיינע תקנה וואס מען קען נוצען.
נשלח ב-26/10/2009 20:19
די גרעסטע ראי' אז מ'בענטש 11 איז
אז ביי יעדע חתונה פין די זאלי'ס, מאכט מען זיכער ס'זאל זיך אריינציען ווי שפעטער אין די פארטאגסט שעון אין מ'זאל ספענדן ווי מער פאר שטותים אבי צו אפטוהן {כ''ק מרן ר'} אהרן ט''ב.....
אין אמעריקע איז דערווייל נישט מעגליך צו מאכען כשרער טעלעפאנען
ווייל די קענסט מאכעט א כשרער טעלעפון אין קלינגען ספרינט אין צולייגען טעקס אין אימעיל.
נשלח ב-26/10/2009 03:54
באלאנד כתב:
זייער פאסיג אז דער גורער זאל זיך טרעפן מיט ר' אהרן. די תקנה וועט האבן אן הצלחה בערך ווי ר' אהרן'ס "עלעווע בענטשט מען" (איינער געדענקט נאך?) און דעם גורער'ס געווינס ביי די בחירות אין ירושלים דעם פארגאנגענעם ווינטער.
שעלט שעלט וויפיל ס'גייט
איך קום שוין יעצט צוריק פון א חתונה, דארט גייט מען בענטשן 11, יעצט געווען הפסקה
נשלח ב-26/10/2009 03:25
באלאנד כתב:
זייער פאסיג אז דער גורער זאל זיך טרעפן מיט ר' אהרן. די תקנה וועט האבן אן הצלחה בערך ווי ר' אהרן'ס "עלעווע בענטשט מען" (איינער געדענקט נאך?) און דעם גורער'ס געווינס ביי די בחירות אין ירושלים דעם פארגאנגענעם ווינטער.
איך ווייס נישט וואס ס'טוט זיך וועגן סעלפאונס,
אבער איך געדענק זייער גוט וועגן די "עלעווע בענטשט מען" איך גיי גראדע יעצט צו א קרובס חתונה וואו מ'גייט אי"ה בענטשען 11:00
נשלח ב-26/10/2009 02:39
הגז"ל האט געשטומערט וועגן האטליינס מיט ישעי' קרויס בראש אין מען גייט מאכן כשר'ע טעלפאנ'ס
ווייסט איינער וואס איז געווארן דערפין ( אין האב מורא אזוי ווי די תלמידי רבינו קאמפיין )
נשלח ב-26/10/2009 02:35
זייער פאסיג אז דער גורער זאל זיך טרעפן מיט ר' אהרן. די תקנה וועט האבן אן הצלחה בערך ווי ר' אהרן'ס "עלעווע בענטשט מען" (איינער געדענקט נאך?) און דעם גורער'ס געווינס ביי די בחירות אין ירושלים דעם פארגאנגענעם ווינטער.
נשלח ב-25/10/2009 19:16
הגרז"ל וועט זיכער זאגן אז די רבי ז"ל האט געהאט א נישט כשר'ע טעלעפאן... במילא טאר מען נישט אוועקגיין פון די מסורה