|
|
| נשלח ב-3/11/2009 05:24 |
|
| |
איך מיין אז די געדענקסט, וואס איך האב דיר שוין אמאל מסביר געווען, מיין שטעלונג בנוגע ויכוחים,
איך האלט נאך אלץ ביים זעלבן,
איך האב גערעד לשטתך וואס די האלטסט זייער שטארק פון ויכוחים,
און ווי איך פארשטיי איז דעס די סיבה פארוואס די האסט מיר גענטפערט,
שטעלט זיך די פראגע פארוואס ענטפערסטו נישט עכ"פ אזוי ווי די פארלאנגסט פון א 2טן?
איך האב געשריבן כזה:
איך וועל מיך בכלל נישט באציען צי די נושא דא,
נאר צי דיינע לעצטע ווערטער וואס די שרייבסט,
ס'דארף דיך נישט וויי טון אז א פסק פון רבנים איבער חוקי תועבה האט ביי מיר אזא ווערט ווי דער חוב קדוש צו די בחירות האט ביי דיר,
אויב א בירור בהלכה ומציאות ווענדט אפ א פסק פון רבנים האט מען אין סאטמאר אויסגעלערנט נישט צו פאלגן די רבנים
איך ווייס נישט פון וועלעכע סאטמאר די רעדסט,
איך וויל דיר נאר זאגן, אז און סאטמאר,
וואס ביי מיר מיינט דאס בבית מדרשו של רבינו הקדוש מהרי"ט זי"ע,
האט מען אזא זאך קיינמאל נישט געלערנט,
מען האט יא געלערנט אז מען קען נישט קומען מיט קיין פסוק אדער א מימרא און די גמרא, מדרש, זוהר,
און מיט דעם אויף ווייזן אז מען דארף זיך פירען אויף א געוויסע אופן,
ווען דאס קומט אויס קעגן שלחן ערוך און קעגן קבלת אבותינו ורבותינו,
מיר זעט אויס אז די הנחה וואס די לייגסט אראפ,
אדער האסטו עס אליין פארדרייט פינעם ארגענעלן ווערסיע,
אדער האט מען עס דיר שוין איבער געגעבן פארדרייטרהייט,
און ווייטער א פסק פון רבנים וואס איז נישט קיין סתירה צום ש"ע,
עס גייט ענדרשט אריין און א קאטאגאריע פון א גדר וסייג לתורה,
איז און סאטמאר בכלל נישט געווען אפגעפרעגט,
דעס וואס די זאגסט בירור הלכה ומציאות,
אפילו לשטתך,
גיי פרעג איבער דארט ווי די האסט דאס געלערנט,
צו אויב ווען א יעדער מאן דהוא וואס מאכט אזא בירור הלכה קעגן א פסק פון רבנים דארף מען שוין טאקע נישט פאלגן,
אדער דארף דאס זיין, אזעלעכע וואס זענען און דעם זעלבן סוג אז זייער פסק זאל אפפרעגן א אנדערן פסק,
אויב זיין תירץ איז אז יעדער קען אפפרעגן מיט א בירור הלכה א פסק פון רבנים,
אנטשלדיגט: דאן האב איך שוין גארנישט וואס מוסיף זיין,
איך דארף נישט דיין תירץ:
אבער אויב האסטו מרצונך הטוב זיך וויסנדיג געמאכט און די האסט גענטפערט,
פארוואס שטומט דאס נישט מיט דיינע כללים, וואס די פארלאנגסט פון א 2טן, דא און דעם פארום,
ווי למשל:
וזה לשונך היקר,
ווי דער יקום פורקן קומט אריין דא אויב דו דארפסט ערפונדען א גאנץ נייער תירוץ פארשטיי איך אינגאנצן נישט.
דו ענטפערסט במחילת כבודך מיט א מעין פון איינע פון די י"ג מדות דר' ישמאעל.
ויצא לטעון טוען אחר שלא כענינו, יצא להקל ולהחמיר...
דו רעדסט פון אלעס נאר נישט פונעם ערווענטען ענין, און מיט א פשט'יל פון קולא'ס און חומרא'ס.
ע"כ לשונך המתוק,
די האסט שוין ראגירט דא צי מיר 3 מאל און קיין איין מאל שטומט עס נישט מיט די אויבן דערמאנטע פארלאנגען,
איך האף אז יעצט האסטו פארשטאנען וואס איך זאג,
און אז נישט איז אויך גיט,
זיי מיר געזינט און שטארק
אך טוב וחסד ירדפך כל ימי חיך אמן וכל טוב.
תוקן על ידי ychtzel ב- 03/11/2009 5:26:26
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2009 07:02 |
|
| |
בין איך בלינד אויב איך זעה נישט קיין איין שאלה דירעקטעט צו מיר אין דיינע ITALIC אותיות?
דו לייגסט סך הכל אראפ דריי חילוקי דינים בשיטת סאטמאר לשיטתך:
א) מען קען נישט קומען מיט קיין פסוק אדער א מימרא און די גמרא, מדרש, זוהר,און מיט דעם אויף ווייזן אז מען דארף זיך פירען אויף א געוויסע אופן, ווען דאס קומט אויס קעגן שלחן ערוך און קעגן קבלת אבותינו ורבותינו.
ב) א פסק פון רבנים וואס איז נישט קיין סתירה צום ש"ע,עס גייט ענדרשט אריין און א קאטאגאריע פון א גדר וסייג לתורה, איז און סאטמאר בכלל נישט געווען אפגעפרעגט,
ג) [אפפרעגן א פסק מיט א בירור הלכה] דארף דאס זיין, אזעלעכע וואס זענען און דעם זעלבן סוג אז זייער פסק זאל אפפרעגן א אנדערן פסק,
איך האב פשוט גענטפערט אויף דאס וואס איז בעיקר נוגע געווען לעניננו: איך האב נאר גערעדט פון א פסק להלכה, נייע גזירות איז בכלל נישט שייך גוזר צו זיין היינטיגע צייטן.
ביתר ביאור האב איך פשוט געזאגט אז דא איז נישט שיך קיין איסור מדינא ממילא איז חלוקה א' וג' אירעלעוואנט. און חלוקה ב' עקזיסטירט נישט מיסודו, ווייל הלכה'דיג האבן אזעלכע גזירות עכ"פ לויטן היינטיגער מציאות קיין שום תוקף.
ווי עס זעט אבער אויס שפירט זיך כבודו געטראפן אז איך האב מיך נישט באצויגן צו זיין גאנצער מגילה בפרטיות. און חאטש מיין כוונה איז געווען א פשוטער, צו האלטן דער שמועס אויף די רעלעוואנטע רעלסן, עכ"ז וויל איך דיר איבערבעטן אז דו האסט מחמתי געשפירט אז דיינע ווערטער זענען נישט גענוג חשוב אויב מ'באציט זיך נישט צו זיי.
וועל איך מיך מתייחס זיין צו דיינע אנדערע צוויי חלוקות בקיצור; א. איז זייער ברייט אין אויסשליסן סיי דברים הנוגדים לשו"ע און סיי הנוגדים למסורה. שו"ע מיינסטו דער דעת מהר"י קארו און רמ"א אפי' אויב א בירור הלכה ווייזט נישט כמסקנתם? די נו"כ פונעם שו"ע האבן דעם כלל נישט געהאט. מסורה, איז דאס דברים שקיבלו עליהם יוצאי מדינה פלונית, איז דאס קלאר נישט מחייב אזעלכע וואס האבן א פארקערטע מסורה.
ג. דו פארשטייסט אליינס אז נתת דבריך לשעורין. ווער מאכט אפ ווער עס איז גענוג גרויס צו פסק'ענען אדער אפפרעגן פסקים? דער איד אדער דער המודיע?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2009 15:57 |
|
| |
1) איך האב הנאה צו זען אז אפילו די ביסט א ארוני, (אנטשלדיגט זיי נישט ברוגז, אזוי האסטו געשריבען,)
האסטו אבער סוף כל סוף געכאפט וואס איך מיין,
2) די האסט אויך געכאפט אז איך האב מיך געפילט געטראפן,
און אזוי ווי עס איז קיינמאל נישט צי שפעט האסטו מיך גלייך איבערגעבעטן,
3) האסט זיך ב"ה צו מיין פרייד, זיך מתייחס געווען צי מיינע ווערטער בכבוד הראוי,
און יעצט אזוי ווי איך זע אז מען קען דיך ציריק ברענגען צום ענין, (טאקע שווער, סעמי ארוני)
אפילו נאך דעם וואס האסט פראבירט אריין צו שלעפן און אנדערע געשפטן,
וואלט איך אפשר יא געקענט מיט דיר רעדן,
אבער עס נעמט זייער אסאך צייט, איך טייפ נישט אזוי שנעל,
מתי אעשה גם אנכי לביתי,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2009 18:38 |
|
| |
ב"ה אז איך האב געקענט מהנה זיין א איד, אים דערפרייען און מכבד זיין; און אלעס מיט איין איינציגע תגובה.
איך פארשטיי אז טייפען נעמט דיר אסאך צייט. און וועגן דעם איז רגלך מוליכות אותך לביהמ"ד, ווי דו זאגסט: מתי אעשה גם אנכי לביתי, זייענדיג פארנומען מיטן שרייבן איבער בית יואל אין קר"י.
ממילא פיל נישט קיין פרעשור מיך צו ענטפערן תומ"י. ווען דו פילסט דיך באקוועם און גרייט, און עס וועט יא זיין ברצונך צו פירן וויכוחים, קענסטו מיר ענטפערן. און לכשאפנה וועל איך בל"נ שרייבן לויטער בכבוד'יגע תגובות כאוות נפשך.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2009 20:28 |
|
| |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2009 03:26 |
|
| |
אמאל פלעגן די חברה באקומען געלט פון יאסר אראפאט ימ"ש די ישראלים האבען אפילו געטראפין ביל'ס אין ראמאללה אין מוקאטה
היינטיגער ראש ממשלה סאלם פייאד גלייב איך שיקט שוין נישט, אין די חברה דארפען דאך אויף שבת צו מאכען ברובירט מען מיט חמאס אין אחמאדיניגאד
אבער לעצטענס האט דער איראנער שונא ישראל פארשטאנען אז דאס זענען 6 יחידים האט ער זיי געשיקט לופטערן.
|
|
|
|
|