איז אין דער איד געשטאנען גאנצע בלעטער אז די זאליס גייען בויען א שיכון קרית יואל אין ירושלים?
ווי האלט עס איצט?
האט ר' חיים הערשלע גענומען דיפאזיט פון זיינע אינגעלייט?
האט ער עס שוין צוריק געגעבען?
נשלח ב-15/11/2009 22:38
טראק... ויבאו הכתוב השלישי איז נישט גילטיג דא.
וזה הכלל, ווען א ארויני שרייבט אז די זאלי'ס רייבן זיך צווישען זיך אדער דער אנגעטרינקערער יפוער איז א גנב. איז דא מער סיבה נישט צו גלייבן ווי יא אפילו ווען 1000 ארויני'ס קייען איבער די זעלבע טענה.
נ.ב. מיין ברידער אין ירושלים האט שוין ב"ה א דירה.
נשלח ב-15/11/2009 22:31
ווער קודם געוואויר איבער די גניבה גזילה, וואס ר' חיים הערשלע האט געטאן מיט די געלט וואס ער גענומען פון זיינע אינגעלייט, ווען ער האט זיי איינגערעגט אז ער גייט בויען דירות אין ירושלים.
טו דערוועגן און האב רחמנות אויף דיינע זאלי ברודערס אין ירושלים.
נשלח ב-15/11/2009 22:11
איך האב נישט געלייקענט!
איך האב קלאר געשירבן אז איך ווייס נישט גארנישט וואס דארט גייט פאר.
וואס איך האב יא געשריבן איז אז ווען א ארויני שרייבט אז די זאלי'ס באגאנבענען זיך איינער דעם צווייטען אדער אז ר' חיים הערש איז א אנגעזויפעטער גנב. איז דא מער סיבה נישט צו גלייבן ווי יא.
המדיע און משפחה האבן ביידע געשריבן "ומתוכנן מעל חמישים דירות" אדער "קרוב לשישים דירות". איך ווייס נישט פון קיין פיסלעך און ס'איז נישט נוגע צו מיין נקודה. אדרבה פון מיין זייט קענט איר בויעם 500 דירות מיט 10 הערליכע בתי מדרשים. דערווייל פארמאגט איר איין אלטע האלב חרובען ביהמ"ד און בערך 15-20 מינוט שפאציר פון דארט האט יאר א לאט ווי "מ"גייט בויעם 50-60 דירות. ביי אונז אין חוץ לארץ רופט זיך דאס "א ביהמ"ד מיט א אפארטמענט הויז" נישט "א קריה".
נ.ב. ביטע באפאל מיר נישט אז איך האב געזאגט א מ'בויט נישט בכלל, ליין וואס איך שרייב און נאר דערנאך ענטפער.
נשלח ב-15/11/2009 22:02
ס'האלט שוין ביי 50/60 באלד ווערט עס 40/50
נאכדעם לייקענט ער, אז די זאלי'ס אין ירושלים האבען נישט פראפאגענדירט אז זיי האבען געקויפט א לאט אין ירושלים פאר נייע קרי', זיי האבען דעמאלטס געשריבן אז זיי גייען עס רופן ''קרית יואל''
אגב, ווייסט איינער, אויב איז דאס נאר 50 דירות, דאן פארוואס האבען מיר געהאט אזוויפיל פיסלעך אינטערגעשטעלט סיי פין די ציוניסטישע שטאטראט אין סיי פין די הולכים לערכעות הציוני?
נשלח ב-15/11/2009 21:38
איך ווייס נישט וואס גייט פאר ביי די זאלי'ס איך געדענק נישט אז די זאליס זאלן זאגן אז זיי גייען בויען.
דאס איז א מאל זיכער אז ווען א ארויני שרייבט אז ר' חיים הערש האט גענומען געלט בגניבה ביסן פון מויל וכו' איז דא מער סיבה נישט צו גלייבן ווי יא.
נ.ב. די מדובר דא איז ענקער אפארטמענט בילדינג נישט ר' חיים הערש'ס.
נשלח ב-15/11/2009 21:30
און וואס איז געווארן מיט די לאט וואס ר' חיים הערשלע יפוער האט געמאלדען אז ער גייט בויען אין ירושלים, עס איז געשטאנען אין דער איד גאנצע בלעטער, און...?
אגב, וויפיל ''דירות'' זענען דא אין קרית ויואל משה וואס ''סאטמערע'' יודען האבען געבויט?
אין נאכמאל אויב די אויבערדעמאנטע סכום הייסט נישט קיין קרי' דאן וואס איז ענקער נייע לאט ביים עק פין בני ברק?
כ'זעה ווי גיט די ווייסט וויאזוי א קרי' אין ארץ ישראל זעהט אויס
נשלח ב-12/11/2009 18:34
יענקל איך ווייס זייער גוט ווי אזוי א קרי' זעט אויס, קרית ויואל משה באשטייט פון 10 גרויסע אפארטמענט הייזער א ריזן בנין בית המדרש און אריזן בנין התלמוד תורה מיט שמחה זאלן.
אינם נייעם קרית יואל וואס ענק הייבן יעצט אן בויען גייט זיין "1" אפארטמענט בנין. קענסט פארקויפן פארן עולם דא אז ס'גייען זיין 60-80 דירות אין די צייט וואס די ארץ ישראל'דיגע צייטונגען ווי משפחה און המודיע האבן געשריבן אז עס גייען זיין דארט "קרוב צו 60" דירות, אין מיינע אויגן בויען די ארוינים א אפארטמענט בילדינג נישט א קרי', איר קענט דאס רופן ווי אזוי איר ווילט און דאס בלייבט א אפארטמענט בילדינג פון עטליכע אין די 50ער דירות.
נשלח ב-12/11/2009 09:10
די קרי און בני ברק פון די זאליס זיי זוכן איינער וואס זאל עס אפקויפן אזווי די שכנים מאכן פראבלעמען!!! קען מען דארט נישט בועין קיין דירות דערוויל און חוץ פון דעם איז נישטא קיין געלט!!!