איך האב באקימען א טעקס פין א חבר אין מאנרא וואס דאווענט ביי בית יואל ער זאגט מיר אז יעצט איז דא דארט א מיטונג מיט די קעפטין אין א אנוועסטיגעטער פין די ניו יארק פאליציי ווייסט איינער אינפארמעשן?
נשלח ב-27/10/2009 23:24
למען האמת איז דער פאליציי נישט א קעפטין נאר א העכערע ראנג פון די ניו יארק סטעיט אינטערנעל אפעירס וואס געבט זיך אפ מיט קאמפלעינס אויב די פאליציי באהאנדלט נישט יושר'דיג די איינוואוינערס.
זיי האבן נאך די אלטע חשבונות מיט קאמפלעינס וואס ליגט ביי זיי פארביכט פון די יאהרן ווען די פאליציי בשכינות קרית יואל האבן געהאנדעלט איינזייטיג ווען די טעראר ארבייט איז אנגעגאנגען צו שטעכן רעידער פון קארס און אריינווארפן שטיינער אין די שלאף צימערן פענסטערס וכו'.
דאמאלט האט זיי דער מאיאר ר' אברהם נ"י זיך געבעטן אז מ'זאל דאס פארשוייגן און האט פארשפראכן אז דאס וועט מער נישט פארקומען. יעצט ווען די אייזערנע צוים ביי די הויז פון רביה"ק איז אראפ געריסן געווארן אהנע באשטעטיגונג פון די רעגירונג און די קרית יואל פאליציימאן הרב הצדיק ר' וויטריעל שליט"אהאט מיט געארבעט מיטן ארגענטינער צדיק ר' דוד'ל. האט די רעגירונג אריבער געשיקט די אפיצירן צו באטראכטן פון די נאנט אויב די קרית יואל'ער האבן קאראפטירטע פאליציי. ווייל די סטעיט פאליס האט זיך נישט געוואלט אריינמישן לכתחלה אין א ברודער קריג וואס ליגט יעצט ביים שופט אויפן טיש.
נשלח ב-28/10/2009 00:35
ווער ס'האט א מח בקדקדו פארשטייט אז דער דוד פארדינט נישט צו אטעמען פרישע לופט, ווילאנג ער גייט אן אויף דעם מיטל-אלטער שטייגער.
נשלח ב-28/10/2009 17:20
צביהירש די מיינסט נעבעך אז די סטעט פאליס האט נישט בעסער וואס צו טין ווי זיך אנפאנגען מיט די געזעץ? אויב זיי האבען זיך נישט אריינגעמישט האבן זיי געהאט לעגאלע בעקינג
נשלח ב-29/10/2009 16:40
ane news by bais yoel?
נשלח ב-29/10/2009 20:55
היטווארפער, מיינסט אפשר אז די אינטערנאל אינוועסטיגעשאן סערוויס איז יעצט ג'עפענט געווארן ספעציעל פאר בית יואל? אז עס איז דא אזא סערוויס מיינט עס נעבעך אז די סטעט פאליס האט נישט בעסער וואס צו טין ווי זיך אנפאנגען מיט די געזעץ