מיר וואלט זייער אינטרעסאנט געווען ווען מען ברענגט ארויף היסטאריע פון היינטיגע און אביסל עלטערע זינגערס און קאפיטלען פון זייער לעבן וואס עס האט זיי צוגעברענגט דערצו, און וואס עס איז דער הויכפונקט פון צווישן זייערע פולע לייסטונגען
ווי צ.ב.ש. וואלט געווען גוט אנצוהויבן מיט הרה"ח ר' דוד ווערדיגער שליט"א, דער טאטע פונעם מלך המזמרים ר' מרדכי ווערדיגער, וואס איז פון די ערשטע היימישע בעלי מנגנים פון דעם אמעריקאנער אידישער עפאכע וואס לעבט נאך צווישן אונז, איז דא איינער ווייסט אביסל אינפארמאציע איבער איהם, צ.ב.ש. פון ווי ער קומט, איז זינגעריי און חזנות שוין א דורות לאנג אייגעגלידערטע זאך אין די משפחה, און פון ווי פילט ער אז עס קומט צו איהם דער געוואלדיגער כח אז מענטשן זיצן נאך ביז היינט און הערן אויס זיינע ווארימע און הארציגע טעיפ'ס שוין אן ערך פון 50 יאר נאך זייער ערשיינונג, ווי צ.ב.ש. די סקולענער ניגונים וואס ער זינגט א.א.וו.
|
|