בית פורומים אחים אנחנו

פארוואס האט אבאמא באקומען די נאבל פיס פרייז?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/10/2009 23:32 לינק ישיר 
פארוואס האט אבאמא באקומען די נאבל פיס פרייז?

ווי אַזוי רעאַגירט מען אויף אַ וויץ? יאָ, אַ וויץ. איך מיין נישט דאָ סתם אַ ״מילתא דבדיחותא״, וואָס ווערט אַמאָל אַרויסגעזאָגט צווישן פריינט. מיין כוונה איז צו אַ שפּאַס, וואָס האָט ״אָפּגעקלונגען״ און אָפּגעהילכט אויף אַ גלאָבאַלן פאַרנעם. אויב עמיצער האָט נאָך אַלץ נישט געכאַפּט וועגן וואָס פאַראַ ״אַנעקדאָט״ איך רעד דאָ, איז מיין כוונה צו דעם באַשלוס פון דער ״נאָבעל-קאָמיטע״ אין נאָרוועגיע, צו שענקען דעם נאָבעל-פּרייז פאַר שלום פאַרן יאָר 2009, דעם פּרעזידענט פון אַמעריקע, באַראַק אָבאַמאַ.

די וועלט איז היינט-צו-טאָג אַ סך מער צוגעגרייט צו באַהאַנדלען נאַטירלעכע קאַטאַסטראָפעס ווי מיט יאָרן צוריק. עס זיינען היינט פאַראַן מאָדערנע מיטלען וואָס אַלאַרמירן אין פאָראויס וועגן אַ הוראַגאַן אָדער אַ פאַרפלייצונג. אַ סך לענדער זיינען היינט-צו-טאָג אויך מער צוגעגרייט צו קאָנפראָנטירן עפּידעמיעס און קראַנקהייטן רחמנא ליצלן.

אָבער ווען עס איז פאָריקע וואָך באַקאַנט געוואָרן, אַז די ״נאָבעל-קאָמיסיע״ האָט באַשלאָסן צו באַערן האַיאָר מיטן פּרעסטיזשפולן ״נאָבעל-פּרייז פאַר שלום״ נישט קיין אַנדערן ווי פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, איז די וועלט געווען אַזוי שטאַרק איבערראַשט און דערשטוינט, אַז אין ערשטן מאָמענט האָט מען נישט געוואוסט ווי אַזוי צו רעאַגירן אויף אַזאַ געשעעניש. עס האָט געדויערט איבער אַ שעה צייט, און די כוואַליע פון רעאַקציעס איז געקומען ווי אַ ״צונאַמי״ – די וועלט האָט פּשוט ״געפּלאַצט״ פאַר געלעכטער... דעם ווידערקול פון דאָזיקן געלעכטער האָט מען געקענט הערן ״מסוף העולם ועד סופו״. אַ נאָבעל-פּרייז פאַר באַראַק אָבאַמאַ? ווי זאָגט מען אויף דער העברעאישער שפּראַך: ״מה פּתאום?... בשביל מה?...״. וואָס עפּעס, פאַרוואָס און צוליב וואָס קומט אָבאַמאַ׳ן אַ ״נאָבעל-פּרעמיע״?

פּאָליטיקער און פירער פון לענדער וואָס זיינען צוגעוואוינט צו אַ ״שפת חלקות״, און זיינען עקספּערטן אויף חנופה, אונטערצולעקן איינער דעם צווייטן, האָבן זיך צוגעאיילט און ״גראַטולירט״ פּרעזידענט אָבאַמאַ פאַר דער נאָבעל-פּרעמיע וואָס ער האָט באַקומען. אָבער די ״מידיאַ״ איבער דער וועלט, איינגעשלאָסן די אַמעריקאַנער פּרעסע און ״מידיאַ״, האָבן רעאַגירט מיט אַ כוואַליע פון באַריכטן און אַרטיקלען, אין וועלכע דער באַשלוס צו שענקען דעם נאָבעל-פּרייז צו פּרעזידענט אָבאַמאַ איז נישט בלויז קריטיקירט געוואָרן, און טאַקע אויף אַ זעלטענעם פאַראייניקטן אופן, נאָר מ׳האָט עס אַוועקגעמאַכט ״כעפרא דארעא״, און עפנטלעך אָפּגעלאַכט דערפון. צווישן די זשורנאַליסטן, קאָמענטאַטאָרן און קאָלומניסטן וואָס האָבן רעאַגירט אויף דער נייעס, – אויך אַזעלכע וואָס זיינען באַקאַנט אַלס ליבעראַל– געשטימט און אַלס גרויסע סימפּאַטיקער פון פּרעזידענט אָבאַמאַ, האָט מען נישט געהערט קיין איין וואָרט און קיין איין אויסדרוק פון שטיצע אָדער פאַרשטאַנד פאַר דעם באַשלוס פון דער נאָבעל-קאָמיסיע אין נאָרוועגיע, צו באַערן פּרעזידענט אָבאַמאַ.

וואָס עס האָט פּאַסירט מיט דער נאָבעל-קאָמיסיע, איז גענוי פאַרקערט ווי דאָס וואָס ס׳איז פאָרגעקומען מיט בלעם בן פּעור. בלעם האָט לכתחילה געוואָלט שעלטן און צום סוף האָט ער געבענטשט די אידן. די פינף מיטגלידער פון דער נאָבעל-פּרעמיע-קאָמיסיע האָבן געוואָלט וואונטשן און לויבן פּרעזידענט אָבאַמאַ, און צום סוף האָבן זיי אים ״אונטערגעשטעלט אַ פיסל״ און אים דערנידערט, ווייל דווקא צוליב זייער באַשלוס צו באַערן אָבאַמאַ׳ן מיט אַזאַ באַקאַנטן פּרייז האָבן זיי, די מיטגלידער פון דער קאָמיטע, מיטאַמאָל אויפגעוועקט אַלעמען און געשאַפן אויפמערקזאַמקייט צו דעם פאַקט, אַז אייגנטלעך אין פאַקטיש, אין זיין ניין-מאָנאַטיקן טערמין אין ווייסן הויז, האָט אָבאַמאַ דערווייל נישט באַוויזן גאָרנישט אויפצוטאָן, און ער קען נישט אָנווייזן אויף קיין איין-איינציקע וויכטיקע און באַדייטונגספולע דערגרייכונג.

נו, אויב אַזוי, האָבן אַלע געשטעלט די זעלבע פראַגע: צוליב וואָס און אַדאַנק וואָס ווערט פּרעזידענט אָבאַמאַ באַערט מיט דער פּרעמיע?

ס׳איז געווען באַזונדערס אינטערעסאַנט צו לייענען און זיך צוצוהערן צו קאָמענטאַטאָרן און קאָלומניסטן אין דער אַמעריקאַנער ״מידיאַ״, צווישן זיי וועטעראַנען וואָס זיינען באַקאַנט און באַרימען זיך אַלס סימפּאַטיקער און שטיצער פון פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. כמעט אָן אויסנאַם, האָבן זיי אַלע אויסגעדריקט און אויפגעקלערט זייער שטוינונג איבער דעם באַשלוס צו שענקען דעם נאָבעל-פּרייז פאַר שלום צו פּרעזידענט אָבאַמאַ – אַ פירער, וועלכן זיי רעספּעקטירן, אָבער וואָס דערווייל האָט ער – לכל הדעות – נישט באַוויזן קיין שום באַזונדערע און מהות׳דיקע דערגרייכונג וואָס זאָל באַרעכטיקן צו שענקען אים און באַערן אים מיט דער נאָבעל-פּרעמיע פאַר שלום.

אַפילו די ״ניו-יאָרק טיימס״, וועלכע קניט און בוקט זיך פאַר פּרעזידענט אָבאַמאַ ווי ער וואָלט געווען דער אויסלייזער פון דער וועלט, האָט פאַרעפנטלעכט אַ לייט-אַרטיקל, אין וועלכן די צייטונג האָט דיסקוטירט דעם נאָבעל-פּרייז פאַר אָבאַמאַ אויף אַ צווייפלהאַפטן אופן.

סתם אַלס אַ היסטאָרישער פאַרגלייך, איז אָנגענעם צו דערמאָנען זיך ווי אַזוי די וועלט האָט רעאַגירט ווען דער שרייבער און דענקער אליעזר וויזעל האָט באַקומען די נאָבעל-פּרעמיע פאַר שלום אין יאָר 1986. איך געדענק עד היום די כוואַליע פון באַגייסטערטע באַריכטן און באַשרייבונגען, וואָס זיינען פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין דער וועלט-פּרעסע און ״מידיא״ אין דער צייט ווען אלי וויזעל האָט באַקומען די פּרעמיע. נישט בלויז אידן האָבן דאַן שטאָלצירט, – נאָר אין פאַרשיידענע לענדער זיינען מענטשן נתפּעל געוואָרן צו זען אַ איד פון דער שארית הפּליטה, אַ געראַטעוועטער פון אוישוויץ און בוכענוואַלד, באַקומען אַזאַ כבוד און ערע.

אלי וויזעל איז געווען פון די זעלטענע פּערזענלעכקייטן, וואָס דער פאַקט וואָס זיי  האָבן באַקומען דעם נאָבעל-פּרייז האָט דערהויבן דעם פּרעסטיזש פון דער פּרעמיער נאָך מער ווי די פּרעמיע האָט דערהויבן זייער פּאָזיציע און וועלט-נאָמען וואָס זיי האָבן סיי-ווי געהאַט פון פריער.

דער אמת איז, אַז דער נאָבעל-פּרייז פאַר שלום האָט שוין פון לאַנג פאַרלוירן דעם פּרעסטיזש און דעם עקסלוסיוון מעמד, וואָס ער האָט געהאַט מיט יאָרן צוריק. אויף דער ליסטע פון די ״חתנים״, וואָס האָבן אין די לעצטע עטלעכע יאָר באַקומען דעם פּרייז, געפינען זיך אַזעלכע וואָס זיינען בשעת מעשה לגמרי נישט געווען באַרעכטיקט צו באַקומען דעם פּרייז, און אויך היינט-צו-טאָג, ״לאחר המעשה״, נאָך אַלעמען, האָבן זיי נאָך אַלץ נישט ״פאַרזאָרגט״, און, ווי מען זאָגט, נישט ״צוגעשטעלט״ די געהעריקע סיבות מיט וועלכע צו באַרעכטיגן דעם נאָבעל-פּרייז וואָס זיי האָבן בשעתם באַקומען. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען יאַסיר אַראַפאַט׳ן, וועלכער איז, ווי באַקאַנט, באַערט געוואָרן מיט דער נאָבעל-פּרעמיע פאַר שלום, צוזאַמען מיט יצחק ראַבין און שמעון פּערעס. און ס׳איז איבריק צו דערמאָנען, אַז ביז זיין לעצטן טאָג, האָט אַראַפאַט, אויף יעדן שריט און טריט, סימבאָליזירט דעם אַבסאָלוטן ״היפּוך״, דעם קעגנזאַץ פון דעם באַדייט פון דער נאָבעל-פּרעמיע פאַר שלום.

איך קען אויך דערמאָנען נאָך עטלעכע ״חתנים״, וואָס האָבן באַקומען די נאָבעל-פּרעמיע אין די לעצטע יאָרן, אָבער דער פּרייז איז פאַר זיי געווען ווי אַ ״נזם זהב באף חזיר״... נעמט, צום ביישפּיל, דעם נאָבעל-פּרייז, וואָס איז מיט צוויי יאָר צוריק געשענקט געוואָרן צום דירעקטאָר פון דער ״אַגענטור פאַר אַטאָמישער ענערגיע״, אַכמעד באַראָדעי, וועלכער האָט לאַנגע יאָרן זיך צוגעקוקט גלייכגילטיק ווי איראַן באַמיט זיך צו דערגרייכן אַטאָמישע מעגלעכקייטן און האָט געשוויגן, אָדער דעם געוועזענעם גענעראַל-סעקרעטאַר פון דער ״יו-ען״, קאָפי אַנאַן, וועלכער האָט באַקומען דעם נאָבעל-פּרייז פאַר שלום בעת די וועלט-אָרגאַניזאַציע אונטער זיין פירערשאַפט האָט נישט באַוויזן צוריקצוהאַלטן און אָפּצושטעלן אַפילו איין אינערלעכע מלחמה אָדער בלוטיקן קאָנפליקט ערגעצוואו.

די זאַך איז אָבער, וואָס דער נאָבעל-פּרייז פאַר שלום, וואָס איז געשאָנקען געוואָרן צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, איז, אייגנטלעך, בכלל נישט קיין וויץ און נישט קיין משוגעת, – זייער ווייט דערפון. ס׳איז אַ גאַנג און אַ געשעעניש וואָס איז פיל מער ערנסטער און מהות׳דיק ווי עס זעט אויס אויפן ערשטן בליק. די נאָבעל-קאָמיסיע האָט באַשלאָסן צו באַערן פּרעזידענט אָבאַמאַ אין אַ צייט ווען אין ווייסן הויז ווערן דיסקוטירט פּלענער צו פאַרשטאַרקן די אַמעריקאַנער קרעפטן וואָס קעמפן קעגן מוסולמענישן טעראָר אין אַפגאַניסטאַן. מיט אַנדערע ווערטער, דער פּרייז, וואָס סימבאָליזירט, מ׳שטיינס געזאָגט, שלום אויף דער וועלט, ווערט געשאָנקען צום פירער פון דער גרויסמאַכט אַמעריקע אין אַ צייט ווען ער קאָנפראָנטירט אַן עקסטרעמען, ברוטאַלן און פאַנאַטישן איסלאַמישן טעראָריזם אין אַפגאַניסטאַן, און אין דער זעלבער צייט, געפינט ער זיך אינמיטן אַ קריטישן קאָנפליקט מיט אַ פאַנאַטישן מוסולמענישן רעזשים אין איראַן, וואָס אינוועסטירט ריזיקע אָנשטרענגונגען צו דערגרייכן אַ נוקלעאַרע באָמבע.
דער באַשלוס צו באַערן דווקא איצט באַראַק אָבאַמאַ׳ן מיט דער נאָבעל-פּרעמיע פאַר שלום, איז אַן אויסדרוק און אַ מאַניפעסטאַציע, וואָס איז באַאיינפלוסט פון פאַקטאָרן וואָס רעפּרעזענטירן די אייראָפּעאישע סאָציאַליסטן און ליבעראַלע קרייזן, וואָס גענוי ווי אין די דרייסיקער יאָרן פון פריערדיקן יאָרהונדערט, זיינען זיי אויך היינט פאַראינטערעסירט און גרייט צו רעדן און פאַרהאַנדלען מיטן שטן און חלש׳ן זיך איבערצובעטן מיט די פאַרביסנסטע שונאים פון אַמעריקע און פון דער מערב-וועלט, – אַבי נישט צו נוצן מיליטערישן כוח קעגן ״הבא להורגך״.

לויט באַריכטן וואָס זיינען די טעג פאַרעפנטלעכט געוואָרן, זיינען טאַקע דריי פון די פינף מיטגלידער פון דער נאָבעל-קאָמיסיע פאַר שלום, באַקאַנטע ״לינקע״ סאָציאַליסטן. לויט די דאָזיקע באַריכטן, זיינען די אַנדערע צוויי מיטגלידער פון דער קאָמיסיע, געווען קעגן שענקען דעם נאָבעל-פּרייז פאַר שלום צו פּרעזידענט אָבאַמאַ. וואָס די קאָמיסיע האָט געוואָלט זאָגן צו פּרעזידענט אָבאַמאַ איז, נעמלעך: ״דאָ האָסטו דעם פּרעסטיזשפולן פּרייז – אָבער שטעל-אָפּ די מלחמה קעגן איסלאַמישן טעראָריזם אין אַפגאַניסטאַן און אַנדערע לענדער״.

די פּרעמיע פאַר אָבאַמאַ האָט נאָך אַ קריטישן באַדייט. ס׳איז אַ גאַנג וואָס זיין הויפּט-ציל איז אָפּצושוואַכן די פּלענער צו אַטאַקירן און ליקווידירן די נוקלעאַרע אינסטאָלאַציעס אין איראַן – פּלענער וואָס ווערן דיסקוטירט אין וואַשינגטאָן אין פאַל די געשפּרעכן מיט איראַן וועלן דורכפאַלן. די קאָמיסיע אין נאָרוועגיע האָט געשיקט אָבאַמאַ׳ן אַ ״קאָמוניקאַט״: ״מיר שענקען דעם שלום-פּרייז, אָבער דו קענסט נישט באַקומען אַזאַ פּרייז און טראַכטן אָדער פּלאַנירן אַ מיליטערישע אָפּעראַציע קעגן די אַטאָמישע אינסטאָלאַציעס אין איראַן...״.

טאָמאַס פרידמאַן, דער גלענצנדער קאָלומניסט פון דער ״ניו-יאָרק טיימס״ (און געוועזענער ״טיימס״-קאָרעספּאָנדענט אין ישראל) האָט געגעבן פּרעזידענט אָבאַמאַ׳ן אַ גוטע עצה ווי אַזוי צו רעאַגירן אויף דער פּרעמיע מיט וועלכער ער איז באַערט געוואָרן. פרידמאַן האָט פאָרגעשלאָגן פאַרן פּרעזידענט אַ נוסח פאַר דער רעדע, וואָס ער, דער פּרעזידענט, וועט דאַרפן האַלטן ביי דער צערעמאָניע פון באַקומען די נאָבעל-פּרעמיע פאַר שלום. אין דער פאָרגעשלאָגענער רעדע, דאַרף דער פּרעזידענט דערמאָנען די וועלט די לאַנגע ליסטע פון מלחמות און מיליטערישע קאָנפליקטן און קאָנפראָנטאַציעס, דורך וועלכע די מעכטיקע אַמעריקאַנער אַרמיי האָט פּראַקטיש געראַטעוועט אייראָפּע און די וועלט.

אויב מ׳שרייבט וועגן דער נאָבעל-פּרעמיע, ווי קען מען נישט דערמאָנען די ישראל-פרוי, פּראָפעסאָר עדה יונת, וועלכע איז באַערט געוואָרן מיט דער פּרעמיע פאַר אירע דערגרייכונגען אויפן געביט פון כעמיע. פּראָפעסאָר עדה יונת איז אַ הויכראַנגיקע וויסנשאַפטלערין און פאָרשערין אינעם וועלט-באַרימטן ״ווייצמאַן-אינסטיטוט״ אין רחובות, און עקספּערטן זאָגן, אַז אירע דערפינדונגען און דערגרייכונגען האָבן, און וועלן האָבן, אַ ריזיקן איינפלוס אויפן מעדיצינישן געביט.

אין די לעצטע עטלעכע יאָר האָבן ניין ישראלים באַקומען די נאָבעל-פּרעמיע – פיר פון זיי, אין די לעצטע פינף יאָר. דאָס איז אַ כבוד און אַ באַזונדערע שעצונג פאַר אַ קליינער מדינה וואָס איז אַרומגערינגלט מיט שונאים, וואָס טראָץ אירע ריזיקע פּראָבלעמען אינערלעך און אויסערלעך, איז זי מסוגל צו באַווייזן און דעמאָנסטרירן די באַזונדערע און אויסערגעוויינלעכע אידישע געניאַליטעט.

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 27/10/2009 23:37:24




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 23:50 לינק ישיר 

זייט מוחל גייט (אנשלדיגט מיר) קטן'ען ערגעץ אנדרשט,
עס זאל אייך נישט פארדריסן,
איך האב פשוט נישט געטראפן א פאסיגערע נאמען פארן ארטיקעל,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2009 23:54 לינק ישיר 


גם אני מצטרף לדברי יכטצעל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2009 23:56 לינק ישיר 

טייערע פריינד, זאגט מיר, וואס פונטליך שטערט אייך מיט דעם ארטיקל?

סאיז נישט שיין אזוי אויסצונעמען א נייע שרייבער


תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 27/10/2009 23:57:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2009 00:01 לינק ישיר 

מלך_מלכים האסט קאפירט דעם ארטיקל פון ערגעץ א אידישיסטישען צייטונג? האסט עס נישט דורכגעליינט פארדעם? אדער ביסטו דער אידישיסט אליינס? אדער ביסטו טאקע א בן תשעים ושמונה שנה (אזוי ווי די שרייבסט אין די פרופייל) און די ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2009 00:05 לינק ישיר 

פלעקעלע



אמאל קען א פלעק זיין געשמאק און נוצבאר אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2009 00:08 לינק ישיר 

מלך_מלכים כתב:
טייערע פריינד, זאגט מיר, וואס פונטליך שטערט אייך מיט דעם ארטיקל?

סאיז נישט שיין אזוי אויסצונעמען א נייע שרייבער


תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 27/10/2009 23:57:28

 



איך מיין אז איך האב געשריבען געניג קלאר, וואס עס איז שלעכט מיט די ארטיקעל
זאל איך ארויס שרייבען קלארער,

מען קטנ'ט נישט דא,
 
איך קען נישט שרייבען מער

פליז טראג דיך פון דא אפ,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2009 00:33 לינק ישיר 

מלך-מלכים זייער א שטארקן פוינט!, און ארויסגעברענגט אויף א הויכע ניווא. גוד דזשאב.


זעהט אויס אז די חברה דא פארנעמען נישט קיין הומאר.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/10/2009 17:24 לינק ישיר 

ביטע פארשיקט נישט קיינעם!
יעדער האט רעכט צו שרייבן דאס וואס ער פילט פאר וויכטיג און ער וויל דעבאטירן, די וועם דאס געפעלט נישט זאלן ארויסגיין פונם אשכול און טרעפן אשכולות וואס זענען יא אינטערסאנט, מיר האבן דא גענוג און נאך נושאים וואס ווערן דעבאטירט.

יישר כח מלך מלכים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2009 21:31 לינק ישיר 

טייערע מנהל שליט"א וכל הנלוים אליו

קודם כל פון וואס רעד מען דא?
עס קען זיין אז נישט א יעדער כאפט מיטן ערשטע בליק וואס דער ארטיקל איז,

1) די לעצטע פאר וואכן גייט פאר א שטארקע פראפעגאנדע פון לצנות אויפן חשבן פונעם אמעריקאנער פרעזידענט

די סיבה:
ווייל ער גייט נישט און שפאן מיט די עקסטרעמע/פרומע ציונים,
די דאזיגע ארטיקל איז גענומען געווארען פון די סארט פלעצער, די ארטיקל קען אפשר אויסזען אומשולדיגע האמער, עס ליגט אינטער דעם כנ"ל
 
2) אפגעזען פון די פרא צינסטישע לצנות, איז דא דערין דירעקטע סימפאטיע צי די קליינע מדינה'לע ווי ער ריפט דאס דארט, צי וואסערע גדולת ונצורת זיי קומען צו, טראץ זייער קליינקייט וכדומה,
 
3) און די נאמען ישראל וואס ער שענקט פאר זיי, איז און מיינע אויגן זייער עקלדיג, 
יא טאקע ביי אינז פלעגט מען דוקא נאר זאגן מדינת ישראל כדי נישט מטמא ומגשם זיין די עצם בלויזן ווארט ישראל,
לפענ"ד אז נישט ווען מען זאגט דאס ווארט ישראל ווי אימער ביים דאווענען א.ד.ג. זאל מען דאס האבן 2 באדייטען חו"ש, 

און אזוי ווי דער מלך מלכים איז א נייע שרייבער און דאס איז זיין ערשטע ארטיקל, האט דאס אויס געזען אז ער איז פון די יעניגע, און ער וויל זיך פשוט רייצן מיט ערלעכע אידן אנטי ציונים, און אויף זיך טענה'ן זאגן חז"ל כל שכן דפקר טפי,
פאר דעם האב איך אזוי ראגירט,

אויב האב איך געהאט א טעות, דאס מיינט אז מלך מלכים איז א פשוטער איד וואס איז נישט אזוי וואך צום נגע הציונות, און עס האט עם נאר פשוט געפאלן די האמער פון דעם ארטיקל, בעט איך עם איבער, 
איך וואלט זייער געקענט באשטיין אויב מעגליך אז מלך מלכים זאל קלאר מאכן מיינע דוכענישן אין שמחה כהתרת הספיקות,

ישר כח פארן חשובן מנהל שליט"א פארן האלטן ריין דעם פארעם פון ווילדע אויסבראכען א.ד.ג. 
און פארן האלטן עס ריין און היימיש, אזוי אז היימישע אינגעלייט זאלן זיך נישט פילן דא און דער פרעמד,  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2009 21:44 לינק ישיר 

האסט זיך בכלל נישט באנומען מיט וואס איך האב געשריבן, איך וועל שרייבן נאכאמאל "יעדער" איז מכובד צו שרייבן לויט זיינע השגות, און "קיינער" קען נישט פארשיקן "קיינעם".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > פארוואס האט אבאמא באקומען די נאבל פיס פרייז?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext