12) רז"ל איז ארויסגעלאפן פון די חתונה מיט אזא אימפעט ווי ער איז געקומען !
און דאס איז געווען די חלה דעקל פון די נאכט פאר די זאליס !
נאך ליינען דא דעם אנאליז פון רב יונה ווי רב לייביש האט נישט געוואלט טאנצען מיטן נועם המידות פארשייט מען שוין פארוואס רב לייביש האט זיך נישט געוואלט טרעפען מיט הגה"ק ביי די חתונה היינט נאכט.... ער האט אויך נישט געוואלט טאנצען אליין מיט הגה"ק אין ער האט מורא געהאט אז דער חתן וועט "ווארפט בליקן"...
ביי די חתונה היינט נאכט אין רויז קעסיל האט רבי לייבוש אזוי מיאוס מסדר געווען הגה"ק בפני כל עם ועדה, אז הגה"ק האט זיך גענומען שוויצען פאר כעס... (אזוי ווי באלאנד שרייבט...)
הגה"ק איז ארויסגעלאפן פון די חתונה (נאך א קארצע 5 מינוט...) מיט אזא אימפעט ווי ער איז געקומען !
תוקן על ידי SatmarBum ב- 02/12/2009 12:51:23
נשלח ב-6/11/2009 01:09
א דאנק אייך הרב משמש בקודש
איז שוין אויך דא דער שמועס ביים ביקור גומלין??
נשלח ב-6/11/2009 01:00
הרה''צ ר' משה אהרן רייך שליט''א ביי די באזוך
נשלח ב-6/11/2009 00:02
נשלח ב-5/11/2009 23:58
נשלח ב-5/11/2009 23:57
נשלח ב-5/11/2009 23:51
שיחתן של צדיקים
נשלח ב-4/11/2009 18:29
יש''כ אבראהם פאר די בילדער
עס איז געווען א ''זעלטן'' ווארימע באזוך, רבינו שליט''א איז אנגעקומען ביינאכט, אין כ''ק ר' לייבוש איז אים אנטקעגן געגאנגען מיט הערצה (קוים וואס ער האט געקענט ציליב דעם שרעקליכן געדרענג), דערנאך איז פארפירט געווארען א הערליכע שמיעס, א ריזיגער עולם האט זיך אריינגשטיפט אינעם שטוב מיטצוהאלטען די שיחת ת''ח, אין נאך א גרעסערע איז געבליבן אינדרויסען
אין גאס איז געווען א גרויסע אנלויפעניש, יעדער וואס האט געהערט אז די 2 גדולים טרעפן זיך יעצט נאכמאל איז געקומען צו לויפן אין געהאפט עס צו קענען מיטהאלטען.
דערנאך האט ר' לייבוש ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז אינטען ונפרדו לשלום.
אבער פין די אנדערע זייט האבען די זאלי'ס נאכנישט געקענט שלום מאכען מיטן מצב, אין דוד 46 איז געקומען צו לויפן מיט אלע בעיביס, אין שוין געוואלט זעהן ווי ר' לייבוש הייבט אן שרייען ''קליפה ארויס'', אבער ער ווארט נאך אלס.......
אלס רעזולטאט, האבען זיי זיך גארופירט אינאיינעם מיט דוד46 נאכדעם וואס רבינו שליט''א האט פארלאזט ביתו נאווה קודש, אין גענומען באקען זיסע מעשיות, וואס וואלט באלד האפענטליך געפעיסט ווערן אין קינדער פארום, אדער דורך דוד 46 זעלבסט.
די ערשטע געבעקס (נישט צו גיט אויסגערעכנט - אבער מ'דארף דאך קודם פיטערן די פארביטערטע קעלבלעך) איז געווען אז ''ר' לייבוש האט גארנישט גענטפערט'' - אין די צייט וואס ר' לייבוש האט פארציילט עטליכע סיפורי קודש, וואס כ'האב נישט געקענט הערן, ווייל ר' לייבוש רעדט זייער שטיל.
(ווער געדענקט נאך ווען די קעלבער זענען ארומגעלאפען ''ער האט אים נישט גערופן צו די חתונה'' ביז די קליפ איז מפורסם געווארען)