בית פורומים אחים אנחנו

וואס דארף מען קענען צו זיין א מנהל?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/10/2009 18:00 לינק ישיר 
וואס דארף מען קענען צו זיין א מנהל?

איך האב שוין נישט קיין געדולד צו ענטפערן די זעלבע קשיות אין אישי איין מאל און נאך א מאל דעריבער לייג איך דא אלעס ארויס בדרך שאלה ותשובה לויט די קשיות וואס ווערן געפרעגט.

ש.   וואס דארף איך קענען צו זיין מנהל?
ת.   אויב זענט איר א שרייבער קענט איר שוין גענוג, סך הכל וועט איר זיך דארפן אביסל צולערענען קלייניגקייטן, איך וועל אייך העלפן דערמיט.

ש.   וואס איז די אחריות פון א מנהל?
ת.   א מנהל דארף אכטונג געבן אויף עטליכע נקודות 1. די פורום זאל זיך פירן לויט די תקנות פון הייד פארק - בחדרי חרדים. 2. די פורום זאל זיין א באקוועמע פלאץ פארן ציבור, אין דעם איז אריינגערעכנט האלטן תקנות לויט ווי ס'פאדערט זיך אבער נישט צופיל און נישט צו שטרענגע תקנות. 3. טיילן רשות כתיבה און ארויסווארפן טראבל מעיקערס. 4. אויב דער מנהל אליינס האט באגרעניצטע שעות ווען ער האט צוטריט צום פורום דארף ער מאכן זיכער צו נעמען מנהלי משנה וואס קענען זיין דא אין די שעות וואס ער קען נישט. (איך וועל דאס שוין פראבירן אויסצוארבעטן פון פאראויס מיטן אויסוועהלן מנהלי משנה וואס פראקלאמירן אז זיי האבן צוטריט שפעט באנאכט און פרי צופרי, דערווייל איז נישטא קיין מנהלי משנה אבער איך האב 3 געהילפן וואס האבן צוטריט צו מיין ניק in case of emrgency).

ש.   איך בין גרייט צו זיין מנהל אבער נישט מיט מיין יעצטיגע ניק, קען איך מאכן א נייע ניק פארן געברויך פון מנהלשאפט?
ת.   יא, אדרבה די וואס וועלן ווערן מנהלים וועלן דארפן מאכן נייע ניקס

ש.   אויב נאך א שטיק צייט וועל איך זען אז די זאך איז נישט פאר מיר וואס קען איך טון?
ת.   קענסט איבערגעבן דעם פורום פאר איינער פון די מנהלי משנה

ש.   וויפיל צייט אין טאג וועט דאס פארנעמען?
ת. דאס ווענדט זיך אויף אייך, איך דארפט נישט זיין דא במשך דעם טאג, ס'איז גענעג אויב איר קומט און גייט. די ריכטיגע ווארט פארדעם איז "ס'איז נישט א פול טיים דשאב אבער ס'איז יא א אראנד די קלאק דשאב.

ש.   דארף איך מורא האבן וועגן מיין אידענטיטעט?
ת.    בהחלט נישט! אויב איר האלט זיך דאס מויל אפילו פון נאנטע חברים וועט קיינער קיינמאל נישט ארויפקומען אויף אייערע שפירן.

ש.   מיט וועם וועל איך דארפן האבן קשר אין די העכערע הנהלה פונם פארק? דארף איך קענען עברית?
ת.   איר וועט מזמן לזמן דארפן מאכן קשר מיט די הנהלה פון בחדרי חרדים און אויך מיט מערכת הייד פארק. איר דארפט נישט דווקא קענען עברית (בעסער אויב יא) איר וועט קענען שרייבן לשון הקודש אויך אויב קענט איר דאס אויך נישט וועט איר קענען זיין בקשר מיט דוד10 ער איז איינער פון די מנהלים פון בחדרי חרדים און ער פארשטייט אידיש.

ש.   קען איך ווערן מנהל אלס א פראבע?
ת.   יא, נאר אויב איר האט דורכגעליינט אלעס וואס איך האב געשריבן און איר זענט גרייט דערויף, אויב זענט איר נישט גרייט אויף "אלעס" וואס איך האב געשריבן קענט איר דאס נישט נעמען אפילו פאר א פראבע.

ש.   וועלכע אינפארמאציע דארפט איר פון מיר צו קענען ווערן מנהל?
ת.   שיקט נישט קיין שום פריוואטע אינפארמאציע, חוץ מיר איז דא נאך 3 אינגעלייט וואס קענען ליינען די אישי'ס איך קען נישט און איך וועל נישט נעמען קיין אחריות. סך הכל וואס איר דארפט שיקן זעט אינטן.

יעדער וואס איז נייגעריג אין דעם אמט זאל שיקן צו מיר אין אישי "איך בין גרייט".

די אלע וואס האבן זיך איינגעגעבן ביז היינט דארפן זיך נאכאמאל איינגעבן מיט "איך בין גרייט"

 



תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 28/10/2009 18:34:45




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2009 19:32 לינק ישיר 

ש.    קען איך זיך איינגעבן נאר אלס מנהל משנה און נישט מנהל אליינס?
ת.   לכתחילה נישט, איינער פון די דריי וואס וועלן ווערן מנהל משנה וועלן עטליכע טעג שפעטער איבערנעמען די מנהל פאזיציע, איך וועל ענדרש אויסוועלן איינער וואס איז גרייט צו זיין מנהל. 
(נאכן איבערנעמען די מנהל פאזיציע וועט ווערן ליידיג איין מנהל משנה פאזיציע, דאן וועט דער נייער מנהל דארפן מחליט זיין אויב ער לאזט דאס ליידיג אדער ער וויל דאס אנפילן, די וואס ווילן זיין מנהלי משנה און נישט מנהל זאלן ווארטן געדולדיג ביז נאכן איבערגאנג און דאן זיך ווענדן צום נייעם מנהל)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2009 19:43 לינק ישיר 

ש.   איך בין שוין דא בערך 6 חדשים איז דא א וועג צו וויסן פינקטליך? אויך פון ווי קען איך וויסן וויפיל תגובות איך האב שוין געלייגט?
ת.   גיי צו דיין "דף משתמש" דארט וועסטו טרעפן "חבר מאז:" דאס איז די טאג ווען די האסט זיך איינגעשריבן אויף הייד פארק. אויב ביסטו שוין דא 6 חדשים גיי צו נעקסט סטעפ, מיש אראפ דעם בלאט און דריק אויף "הצג את הרשימה המלאה" העכער די רשימה וועסטו טרעפן '..דיין ניק..' פרסם ### הודעות, דאס איז א סך הכל פון אלע תגובות וואס די האסט געלייגט אויף הייד פארק.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2009 18:32 לינק ישיר 


נ.ב. כדי איינער נאמען זאל בכלל אריינגיין אין די ליסטע פון קאנדידאטן דארפט איר זיך איינגעבן מיט א ניק וואס געפינט זיך שוין אויף הייד פארק פאר לכל הפחות 6 חדשים מיט 100 תגובות. ניקס וואס פארמאגן נישט "ביידע" זאלן זיך אפילו נישט אנגעבן!





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > וואס דארף מען קענען צו זיין א מנהל?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext