בית פורומים אחים אנחנו

קעפ פליען ביי די זאליס!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/10/2009 21:54 לינק ישיר 
קעפ פליען ביי די זאליס!

עס איז שוין דא עטליכע אשכולות בנוגע די שמחה בבית פשעווארסק-שאפראן איך עפען א פרישע ווייל איך ווי בארירן א נושא וואס איז נאך נישט געווארן אויסגעשמועס און בכלל גייט דאס אסאך אסאך ווייטער און טיפער ווי די חתונה.

נעכטן האט אנגעהויבן ארויפשווימען אויפן אויבערפלאך א ערענסטע מחלוקה וואס קאכט זיך שוין א לאנגע צייט שטיערהייט אינערהאלב די זאלי לאגער.

שנאת עם הארץ לתלמיד חכם איז א באקאנטע זאך, משא"כ א תלמיד חכם האט נישט קיין שנאה צום עם הארץ נאר ער האט רחמנות אויפן עם הארץ, דאס איז אמאל זיכער אז א תלמיד חכם האט נישט קיין אהבה צום עם הארץ דעריבער האט זיך די גאנצע וועלט געווינדערט ווי אזוי ס'איז מעגליך אז די תלמודי חכמים און ערליכע אידן ווי לדוגמא ר' ישראל חיים מנשה פרידעמאן ראב"ד סאטמאר, הגה"צ שאפראנע רב, פשעווארסקע רבי און נאך ווייזן ארויס עפעס א מאדנע אהבה פארן גרעסטען עם הארץ בדורינו?

אנדערע האבן דאס פראבירט צו פארענטפערן אז באמת זענען די אלע נישט קיין תלמודי חכמים זיי זענען סתם פאסט טרעגער וכדו' אבער ס'האט עפעס נישט געארבעט די וועלט האט דאס נישט געקויפט.

היינט ווערן מיר געוואר אז די גאנצע אהבה איז געווען נאר א באלאן פון די זאלי'ס... יא לאכט נישט, און מיר האבן אפילו פיקטשערס!

די וועלט האט נעכטן זיך איבערצייגט ביי די חתונה אז די אלע האבן גאר פיינט דעם עם הארץ וגופא דעובדא הכי הוה

-----------------------------------------------------------------

משה גבאי האט אויפן אויבן-אן - בפני כל עם ועדה -  געמאכט קולות אויף וויינשטאק און אום געצויגן די בעקיטשע און די הענט היתכן די שאפראנע רב וויל זיך נישט אויפשטעלן טאנצן.

דאס איז שוין געווען נאכן זינגען עטליכע מינוט די 6סטע הקפה ניגון.

הערשט נאך לאנגע אויסגעצויגענע מינוטן און נאכן אויפשטעלן די איבערגיע מחותנים און זיידעס האט זיך רבי דער שאפראנער רב אויך אויגעשטעלט. אבער ווידעראמאל מיט רז"ל אליין איז ער נישט געטאנצן. כאטש אלע זאלי'ס זענען דארט געשטאנען און געווארט אויף די מינוט.

נעבעך....

דא האט איר מער פרטים

ביי די חתונה האט אים שאפראנער רב אזוי מיאוס מסדר געווען בפני כל עם ועדה, אז רז"ל האט זיך גענומען שוויצען פאר כעס, און האט געוויזן פאר די גאנצע וועלט די מורא'דיגע אהבה, וחיבה ורעות ורעספעקט פאר דעם למה נגרע רבי'ן -

בערך אזא ליבשאפט צו רז"ל ווי דער ברך משה האט ארויסגעויזן פאר'ן בן חביב ביים "עיקר שכחתי" פאר אלע פארזאמלטע.


1) רז"ל קומט אריין צו די חתונה, און די גבאים ווילן אים זעצן הארט לעבן דעם שאפראנער רב, דא כאפט שמעלקע טייטלבוים מיש משה משתמש א פליק, ווען שאפראנע רב'ס גבאים זאגן ניין נישט לעבן אונזער רב, מיט פארזויערטע פענימער און פארכעסטע שנאה זעצן זיי אים לעבן ר' לייביש.
2) דער גאנצער עולם ווארט געשפאנט, אז יעצט וועט שאפראנע רב איינמאל פאר אלעמאל צייגן אז ער וויל אים דייקא, הוא אשר בחר בו לקדשו ! ער וויל דעם איידעלען, דעם פיקח, דעם נועם המדות וכו' וכו'.

3) די מוזיק הייבט ספאנטאן אן קנאקן מעכטיג און באמבאסטיש די זעקסטע הקפה ניגון - די עמפעלפייער האט מען אנגעשטעלט אויפן העכסטן. ווייל יעצט איז די קלימאקס.

4) רז"ל שטעלט זיך שוין אויף טאנצן... אבער העי... דער שאפראנער רב  איז נישט עפעס טאנצענדיג יעצט.

5) מאטל שטיין (זיידע) קומט צו לויפן און הייבט אן ווינקען, מרמז זיין אפען און גראב... יעצט דארף מען טאנצען!

6) דער שאפראנער רב פארשטייט עפעס נישט די רמזים, און צייגט פאר' מאטלען, נו, זאל ער טאנצן מיט'ן חתן, לאזשע מיך צורוה !

7) דער חתן ווארפט בליקן צום פאטער, און בעט זיך בחתנונים: וואס זאל איך טון דא איך וויל זיך נישט אנהייבן מיט מיין נייע שווער'ס טאטע טאנץ מיט אים !  טאנץ מיט אים, פליז ! פליז !

8) די בליקן האבן זיך עפעס נישט פארשטאנען ! און דער חתן מוז טאנצן אליין מיט רז"ל ווייל דער פאטער און דער שאפראנער רב זענען עפעס נישט אין גוסטע יעצט !

9) די גבאים פון ביידע הויפען זענען צעשאסן און צע'מזיקט פון די ביטערע רעזולטאטן. מ'הייבט יעצט אן א פרישע רונדע געשפרעכן פון הינטערוויילעכס אריינצושלעפן די זיידעס פונם חתן געצווינגענערהייט צו טאנצן כאטש מי'טן חתן און מיט רז"ל... עס גייט שוין ! מ'הייבט אן שפרונגען הויך... אבער העי...

10) זיידעס פונם חתן טוען דא א געפערליכע זאך, זיי טאנצן נישט פאר זיי אליינס שלעפט אריין "אלע" מחותנים אינעם רינג !

11) כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק, כ"ק גאב"ד שאפראן האבן ביי די חתונה נישט געטאנצן מיט רז"ל, נישט אליין, און נישט מיט'ן חתן-און רז"ל - נאר אין א גרויסן רינג.

12) רז"ל איז ארויסגעלאפן פון די חתונה מיט אזא אימפעט ווי ער איז געקומען !


-------------------------

יעצט די פיקטשערס
רז"ל קומט אן. די שאפראנע גבאים פארשיקן אים און מ'זעט אים נעבן דעם גרויסן מחותן, כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, זיין צווייטע גוטן פריינט.
באמערקט ער איז שטראלט פאר שמחה.

באמערקט אויך ווער עס גיסט אים אן לחיים !





שוין, מ'גייט שוין טאנצן...
העי, שאפראנע רב מיטן פשעווארסקע רבי טאנצן עפעס נישט !

ער שיקט דעם חתן און ער שטייט אין א זייט !






יעצט טאנצט מען מיט אלע מחותנים.
פשעווארסקער רבי און שאפראנע רב טאנצן נישט ביי די חתונה מיטן זיין גוטן פריינט





היינט ביי די ספעציעלע "ריפעיר" שבע ברכות" אין קווינס ישיבה
וועט מען אי"ה אלעס טאן צו "פיקסן" די פיקטשערס" און פיקסן ר' לייבוש לייזער מיט ר' הערשל מייזליד און פיקסן די רילעישאן-שיפ.

ס'איז צום האפן אז די וועלט וועט שוין איינמאל פאר אלעמאל איינזען אז די ערליכע אידן האבן פיינט דעם עם הארץ און זייער באלאן וועט פלאצן און די גאנצע וועלט וועט זיך מכניע זיין פאר הגה"ק במהרה בימינו אמן




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2009 22:26 לינק ישיר 




פון דיר שטייט נאך אויס צו זאגן אז דא איז ער ביי הגה"ק אין דער היים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2009 22:28 לינק ישיר 

אה און קוק גוט אין די פענסטער פונעם פרעירדיג'ן פוקטשער, דער באזוך ביי הגה"ק איז געווען ביינאכט

תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 29/10/2009 22:28:55




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2009 22:30 לינק ישיר 

חיי שעה שוין לאנג נישט אזוי געלאכט האסט עס ריזיג צולייגט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2009 22:31 לינק ישיר 

און זעסט דארט אויף די לינקע זייט, דארט שטייט משה גבאי, זיין נאז אראפגעלאזט, ס'טייט'ש מען לאזט אים נישט אריין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2009 22:37 לינק ישיר 

אה חיי_שעה נאכקוקנדיג דיינע פריערדיגע קאמענטארן, ווייס איך שוין נישט צו דאס ארטיקל איז סארקאסטיש אדער נישט, מקען נישט אויסרעכענען דא. נו, אידער וועי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2009 01:54 לינק ישיר 

סאטמארפלעק
חז"ל זאגן סייג לחכמה שתיקה
אז מען רעדט נישט ווייסט מען נישט אז די ביסט א נאר

ליין נאכאמאל די ערשטע חלק פון חיי שעה
און נאכדעם לויף טשעקען וואס פארא חסיד ער איז וכו'

פאר מען שרייבט דארף מען טראכטען

א די בזיונית זאלן נישט זיין גרויס







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2009 02:22 לינק ישיר 

איך מיין אז איך האב ארויס די טעות אין די חילוקי דיעות דא,
די ארונים רעדן זיך איין אז אלע זלונים האבן זיך איינגערעדט אז ר' לייבוש איז עפעס אַ צד אין די סאטמארער פאליטיק.
טראכט אריין אין דעם טעות וועט אלעס ווערן אויסגעגליכן און ביידע וועלן זיין העכסט צופרידן ווייל טעות לעולם חוזר.

עס דערמאנט מיר אַ שיינע מעשה וואס איז אמאל געווען מיט צוויי חברים וואס האבן גענעכטיגט אין אַ האטעל, ביינאכט ווען עס געווען פינסטער טונקל רופט זיך אן איינער צום צווייטן אז ער גייט עפענען דעם פענסטער ווייל עס איז איהם שרעקליך הייס, און הלכה למעשה ער גייט צו און עפענט דעם פענסטער און דערקוויקט זיך מיט הנאה פון די פיינע לופט, דער צווייטער הייבט אן צו שרייען אוי וויי עס איז מיר ביטער קאלט איך מוז צומאכן די פענסטער  און ער גייט צו און מאכט צו די פענסטער, דער ערשטער נעמט זיך יאמערליך שרייען אז עס איהם הייס ער האט נישט קיין לופט און ער עפענט דעם פענסטער און דער צווייטער שרייט אז ער ציטערט פאר קעלט און ער פארמאכט די פענסטער, ענדליך נאכ'ן זיך שלאגן האט זיך די שויב פונעם פענסטער צובראכן, יעצט האט דער ערשטער זיך מחיה געווען עס קומט אריין פיינע לופט און דער צווייטער האט געוויינט ממש ער גייט אויס פאר קעלט.... זיי שטייען אויף צופרי מערקן זיי ביידע אז דאס איז געווען נאר אַ שפיגל אויף דעם האבן זיי זיך געשלאגן און דאס האט זיך צובראכן, די בזיונות פון איינעם צום צווייטן איז געווען געוואלדיג...
די נמשל איז מ'איז מתווכח לגבי ר' לייבוש שליט"א די זייט און די זייט דער פרייד זיך און דער וואונדערט זיך... און דער פשעווארסקער רבי שליט"א פאר זיך איז אינגאנצן אינדערויסן פון דעם פיקטשער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2009 05:45 לינק ישיר 

חיי_שעה כתב:

שוין, מ'גייט שוין טאנצן...
העי, שאפראנע רב מיטן פשעווארסקע רבי טאנצן עפעס נישט !

ער שיקט דעם חתן און ער שטייט אין א זייט !



היינט ביי די ספעציעלע "ריפעיר" שבע ברכות" אין קווינס ישיבה
וועט מען אי"ה אלעס טאן צו "פיקסן" די פיקטשערס" און פיקסן ר' לייבוש לייזער מיט ר' הערשל מייזליד און פיקסן די רילעישאן-שיפ.

ס'איז צום האפן אז די וועלט וועט שוין איינמאל פאר אלעמאל איינזען אז די ערליכע אידן האבן פיינט דעם עם הארץ און זייער באלאן וועט פלאצן און די גאנצע וועלט וועט זיך מכניע זיין פאר הגה"ק במהרה בימינו אמן



Pshevorsk: Sheva Bruches Finished 11:00pm, C"k Rabieny Shlita Danced with C"k Admor M'Satmar at the Sheva Bruches. Picture: http://twitpic.com/nh350



רב יונהס באלאן האט געקראכט רב ליבוש טאנצט מיט מהרז"ל. ער האט גערעט ביי די שבע ברכות און ישיבה מיט א ווארימע דרשה ווי ער האט אויס גערימט די ישיבה. מען זהט רעכט דער חתן וואס האט געלערנט אין די ישיבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2009 18:43 לינק ישיר 

פאר די קלענערע קעפלעך:

ביז היינט האבן די ארוינים געהאט א שיטה וואס האט געארבעט אזוי, יענעמס רבי איז א עם הארץ א שטריק א ליידיגייער, איי רוב רובם פון היימישע רבנים האבן צו אים א נענטערע קשר און שייכות ווי מיט דעם אויסגערופענעם וועלט'ס חכם? עה, זיי זענען אלע עם הארצים, זיי פארשטייען נישט צום רבי'נס גדלות, ר' יח"מ פריעדמאן איז א פאסט טרעגער (עפ"ל) ר' לייבישע איז עפעס א לייזער וואס איז א איידעם ביי וואגשאהל וכדו'.

היינט נאכן אנערקענען אז די וועלט לאכט זיי אין פנים און די איינציגסטע זאך וואס זיי טוען אויף מיט דעם שיטה איז אז סך הכל ווערן זיי צובליסלעך אליינס ארויסגעשלאסן. האבן זיי געטוישט צו א נייע סטראטעגיע:

קיינער האלט זיך נישט גוט מיט אים, אדרבה זיי מאכן פורים פון אים... זיי ווילן נישט טאנצן מיט אים...

איך פרעזענליך גלייב נישט אז די ארוינים וועלן ערגעץ אנקומען מיט זייער נייע שיטה, איין זאך האבן זיי שוין זיכער געכאפט. אז ביז היינט האבן זיי געלעבט אין א באלאן. זיי האבן זיך איינגערעדט אז זייער רבי איז גענוג גרויס און ער דארף צו קיינעם נישט אנקומען, ער קען פייפן און לאכן פון יעדעם, היינט האבן זיי שוין אנערקענט אז זייער רבי דארף ארום לויפן צו אלע רבי'ס  זיך פיקטשערן. לאדענען אלע רבי'ס וואס קומען אן אין שטאט וכו' דאס איז שוין א חידוש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2009 21:34 לינק ישיר 

איין זאך זע איך אז די ארוינים קענען נישט אדארוך טראגן אז ר' זלמן לייב האט אהערגעשטעלט אזא שיינע שבע ברכות פאר ר' לייביש און אין די זעלבע צייט איז ער געגאנגען באזיכן די ישיבה און צו די ארונים וויל ער נישט גיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2009 19:48 לינק ישיר 

די ארונים זענען שוין א וואך צייט ביזי רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, רבי לייבוש, און רבי לייבוש?...

 איי וואס רבי לייבוש?...

רבי לייבוש זאגט  דאך אז רז"ל איז אן ערליכע... ר' ישראל חיים מנשה איז פוסק אחרון אין סאטמאר... און ר"א איז א שייגעץ... די אהרונים זענען מוסרים... ר"א הייסט גיין אין בג"ץ...... די אהרונים זענען טמא פוי...  ???

 איי וואס רבי לייבוש?...

 און וואס טוען די ארונים מיט די מעשה, אז דער ברך משה ז"ל האט זיך געבעטען ביי רז"ל זאל ווערן רב אין סאטמאר, אבער רז"ל האט בשום אין אופן נישט געוואלט, רבי לייבוש האט אים געקאלט אז ער מיז עס אנעמען....

אה! אויף די מעשה האבן די ארונים געטראפן אן אויסוועג אז רז"ל איז א מחוצף פאר זיין טאטע... ער פאלגט נאר זיין טאטע אויב  רבי לייבוש הייסט...

 אזוי זענען דא צענדליגע מעשיות במשך די פארגאנגענע 10 יאר וואס ווייזט אויף דעם קשר פון רז"ל צו ר' לייבוש,

 איז וואס טוען די ארונים,

זיי שרייען לייבוש אהער און לייבוש אהין...

זיי מיינען אז מיט דעם וועט דער קשר פון רז"ל צו ר' לייבוש אפגעשוואכט ווערן (חלה דעקל בלע"ז)


אויך לויפן ארום די ארונים זיך מחזק צו זיין

און שרייען:

די מחלוקה אין סאטמאר איז שוין 10 יאר, קיין אות אחת פון רבי לייבוש האט מען נישט געהערט, זיי שרייען אז רז"ל מאכט שרעקליכע פרעשור אויף רבי לייבוש, איבערהויפט אז ער זאל אונטער שרייבען קעגן ר"א פארן גיין אין ערכאות שלא בהיתר בי"ד,

אבער 00000000000 גארנישט, קיין חתימה...! קיין בריוו...! גארנישט

 אוודאי וואלטן די ארונים געוואלט און די קארפען קעפ ביי זיי חלש'ען ס'זאל ארויסקומען אזא בריוו פון ר' לייבוש, ווייל אזוי וועט זיך אויף הערן איינמאל פאר אלעמאל די מחשבות זרות וואס די ביסל ערליכע וואס זענען בטעות אריין געפאלען ביי זיי אין די קולט טראגן זיך און קאפ,

איינמאל ר' לייבוש געט ארויס עפעס אזא בריוו וכדו' קען ר"א אפ אטעמען, פטור! יעצט זענען זיינע קעלבלעך אינגאנצען ביי עם, זיי האבן שוין נישט קיין שייכות מיט קיין שום ערליכן איד אז זיי זאלן בכלל טראכטן אז וואס ר"א טוט, איז און האט בכלל נישט קיין שייכות מיט ערליכקייט

 אבער רבי לייבוש האט שוין ביי פארשידענע געלעגנהייטן אויס געשמועסט,

אז די וואס קומען נאך אמאל אריין צו עם אין ביהמ"ד און דרייען זיך נאך אביסל צווישן אידין שפירט ער אן אחריות כלפי דעם רבי'ן ז"ל זיי נישט מרחק זיין, ווייל דאס איז זיכער חז"ל זאגן שקר אין לו רגלים, ס'וועט קומען א טאג און זיי וועלן איינזעהן דעם אמת, אבער אויב וועט מען נאר עפעס טוען זיי זאלן זיך שפירן מרוחק, ווער ווייסט צו ווען די אמת וועט זיך ארויס ווייזן צו זיי וועלן בכלל נאך היטן שבת און ח"ו ס'וועט שוין זיין צו שפעט,

פרעגט ביי זיינע שטוב מענטשען וועלן זיי דאס קלאהרער איבער זאגן מיט די פונקטליכע לשונות אויף ר"א וכת דילי'...

 איי וואס רבי לייבוש?...

 רז"ל פארט אויף אנטווערפען, ער גייט באזיכן רבי לייבוש ער נעמט אים אויף בכבוד מלכים, ער ברענגט אלע זיינע קינדער און איינקלעך זאלן זיך קומען בענטשען ביי רז"ל נאכן פארברענגן פאר א לענגערן צייט און איינעם מיט די גאנצע עולם צוזאמען, הייסט מען יעדע ארויסגיין, און ר' לייבוש שפארט זיך איין מיט רז"ל פאר איבער א שעה צייט, (וואס זיי האבן דארט געשמועסט ווייסן נאר די ארונים... )

און רז"ל האט טאקע געטוען הלכה למעשה אלעס וואס ר' לייבוש האט עם געבעטן צו טוען סיי בנוגע בית רחל און סיי די אנדערע צוויי זאכן וואס ר' לייבוש האט געהאלטן אז רז"ל איז די פאסיגע מענטש עס דורך צו פירן, רז"ל איז אפי' געבליבן א טאג לענגער אין אנטווערפען צו זיין זיכער אז אלעס איז ערלעדיג ווי ס'דרוך צו זיין, און טאקע פאר'ן אהיים פארן,  יענעם טאג נאך שחרית איז רז"ל נאכאמאל אריבער געגאנגען צו ר' לייבוש איבערצוגיין אלעס פונקטליך וכו'

און דעמאלס האבן זיי אפגעשמועס אז בנוגע בית רחל אין אנטווערפען ווען מען וועט האלט ביים סטעפ פון גיין נאך געלט, נאכדעם וואס אלע אפיציעלע שטאט זאכן וועלן ווערן ערלעדיגט, וועלן זיי צוזאמען ארבעטן אויף דעם חלק פון גיין נאך געלט אין לאנדאן און אין אמעריקא.

 וואס טוען די ארונים מיט די מעשה

אויך א עצה בנוסח חלה דעקל

5 מינוט!... גיי ארויס פון בג"ץ!...

איי גיי פרעג יעדע וואס איז דארט געווען און געזעהן ווי לאנג זיי זענען געזיצן איינגעשפארט אינאיינעם, אבער גארנישט, חלה דעקל בלע"ז

 איי וואס רבי לייבוש?...

 ויהי ביום השביעי! רוב שבתים פירט רבי לייבוש נישט קיין טיש, נאר די שבתים וואס ס'קומען צו פארן געסט, האבן די געסט וואס זענען מיט געקומען צו די גרויסע נסיעה געפרעגט אין פשעווארסק אויב די וואך וועט אויך זיין א טיש, ווייל א חוץ דעם געהויבענעם שבת זענען זיי אויך געקומען צו קענען אריין כאפן א שבת ביי ר' לייבוש, די גבאים האבן געפרעגט ר' לייבוש, לכתחילה האט ר' לייבוש בשום אופן נישט געוואלט ער האט געזאגט אז למה יאמרו ה... האט מען זיך מיט עם אויס גע'טענה'ט אז זיי די יענע חברה וואס מען זאל נאר נישט טוען וועלן זיי סיי ווי זאגן די פארקערטע, האט מען אויסגע'פועל'ט ביי ר' לייבוש אין ער האט ספעציעל לכבוד די געסט וואס זענען געקומען אויף דעם גרויסן שבת געפירט א טיש,

 ווייטער חלה דעקל

מילא ווען רז"ל קומט קיין אנטווערפן און רעכנט זיך צו האבן די אלע טויזענטע אנטווערפענע אידן ביי זיין טיש, אין ר' לייבוש פירט טיש האט ער נישט די טויזענטע מענטשען בייי זיין טיש, וואלט שייך געווען צו זאגן דורכפאל רז"ל האט געמיינט ער וועט זיי האבן ביי זיין טיש און ר' לייבוש האט עם אויסגעשפילט,

 אבער ווי יעדער איינער ווייסט איז די נסיעה געווען צו קומען מחזק זיין דעם קליינעם ציבור אין אנטווערפען, און רז"ל האט מיט געברענגט די עולם פון אמעריקא און לאנדאן פאר דעם, איז וואס איז די דורפאל, אז ר' לייבוש האט לכבוד די הונדערטע געסט פון רז"ל געפירט טיש?

נאר וואס יא חלה דעקל בלע"ז



המשך יבוא...









תוקן על ידי רבי_יlנה ב- 01/11/2009 19:51:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2009 00:23 לינק ישיר 

שכלדיג

ביטע הער אויף צו שפילען זאלי

מיר זענען נישט דיינע בהמות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2009 01:13 לינק ישיר 


יוסף מאיר מיילא מיין כבוד בין איך מוחל, אבער וואס איז מיטן כבוד פון מיינע עלטערן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/11/2009 01:17 לינק ישיר 

ווייסט איינער אפשר וואס עס מיינט די עדורטייזמענט דא און ח"ח אויף די לינקע זייט
1+1=3 
נישט אזוי האט מען אינז געלערנט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > קעפ פליען ביי די זאליס!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext