| נשלח ב-30/10/2009 07:06 |
|
| |
ריח''מ פר''מ ציט ציריק?!
כ'וויל דא באהאנדלען א טעמע וואס כ'האב שוין לאנג געוואלט אויסשמיעסן
לעצטענס האט ריח''מ פר''מ געלאזט פאלן סטעימענטס פאר עטליכע מענטשן, ווי מ'האט געקענט אפען זעהן אז ער באוויינט זיין עבר, ער האט באוויינט זיין רילעישאןשיפ צווישען אים אין רבינו שליט''א,
אין ווי אויך האט ער שטארק אויסגערימט רבינו שליט''א אין שטאלצירט אז ער האט אזא תלמיד.
מענטשן האבען ג'טעהנ'ט אז דאס קומט ציליב זיין עלטער אין די זכרון ארבעט שוואכער
אבער נאך די סטעיטמענט וואס ער האט געזאגט פאר'ן קרית יואל'ע דיין די וואך, שטעלט זיך ארויס די בילד זייער קלאר {כ'האב עס נאר געהערט פין א כלי שלישי, אין כ'וועל נישט ברענגן די לשון, אבער ווער עס ווייסט די פינקטליכע לשון זאל עס ביטע פאוסטען)
ער האט נעבעך באמת אנגעזעהן ווי ער איז אנגעקומען,
באמת האט זיך שוין אנגעזעהן צייכענס דערפון פאר א לאנגע צייט ציריק ווען רבינו שליט''א איז אים געווען מנחם אבל אין עס איז דאן פארפירט געווארען זייער א ווארימע שמיעס, בייגעלייגט די באקאנטע בילד דערפון
אין זינט דאן האט ער שוין געלאזט פאלען סטעיטמענטס פאר עטליכע מענטשן רוב דערפון במסיח לפו תומו, ווי ער שטאלצירט אז רבינו שליט''א איז זיין תלמיד, (א זאך וואס ער האט שטארק ארויסגעברענגט פאר 25 יאר ציריק ביי די הכתרה פין רבינו שליט''א, ווי ער האט אים שטארק אויסגערימט) אין ביי געוויסע פעלער באוויינט די רילעישאןשיפ, - ווי ער האט בפ' געזאגט פאר ק''י דיין די וואך.
די זעלבע האט יעדער געזעהן די וואך ביי די טארטיקאוו-קאסאן'ער חתונה ווי האט זיך אויפגעשטעלט פאר רבינו שליט''א אין געהעריג בארגריסט, אין געוען אנוועזנד ביי די מצווה טאנץ פין רבינו שליט''א וכו'
ספעעציעל האט רעפלעקטירט זיין אפוועזענהייט ביי די קידוש פין פאללאק'ס ביה''ח, אין ביי די גענעראל פארזאמלונג דערנאך א' סליחות אין ראדני, וואס געצויגען אויפמערקזאמקייט, נאכדעם וואס ער איז פאקטיש די רעספעקפולסטער אטאריטעיט ביי די זאליס.
ביי אינז איז דאס נישט גיין גרויסע העדליין, מיר האבען ב''ה א זעלטענע פראצענט פין יודן אמת'ע ת''ח ויר''ש זקנים ונשיא פנים (יודן ת''ח איז באמת קיינמאל נישט גענוג, אבער ב''ה מיר האבען זיך נישט וואס צו שעמען פין קיין איין קהילה) נאר די שאלה איז אויב וועט אוזוי גיין ווייטער, וואס וועלן די זאלי'ס טוהן, צו ר' לייבוש קען מען דאך שוין נישט גיין.....
(כ'פארשטיי אז די זאלי'ס וועלן זייער ווילד ווערן אויף דעם אשכול, אבער פארמעגליך וועט שוין פארבעצירן עפעס א נחמה)
תוקן על ידי rebyankel ב- 30/10/2009 7:09:39
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2009 22:05 |
|
| |
שכל'דיג
גאנץ א שוואכע נחמה,
ביים רבי'ן דער ברך משה ז''ל, האבען ''די א''ג גבאים'' געקענט אויסניצען זיין עלטערן אין זיין געזינט צושטאנד פאר זייער נידריגע מעשים'' מיט די הילף פין די פארגרעבטע שני בני רבינו ז''ל
ביי ריח''מ, בין איך נישט חושד קיין איינס פין זיינע גבאים אדער שווענץ מיט עקסטערע סימפאטיע פאר סאטמערע רבי שליט''א, כידיוע
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2009 17:10 |
|
| |
ווען די סארט מעשה'לעך וואלט געשעהן ביים ברך משה ז"ל וואלט מען דאס שוין לאנג אנגעהאנגען אינעם עלטער...
וויאזוי עס לוינט זיך
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2009 03:45 |
|
| |
איך האב יעצט געהערט פון גאר א קראנטע מקור. אז ריח"מ האט זיך געטראפן פארגאנגענע וואך מיט הרב יודא אלישע הורוויץ (נעפיו פון הרב אלישע הורוויץ פון קרית יואל) און אים אויך געזאגט די גאנצע ניגון. איך שעץ זייער דיין רבי, איך האב אים קיינמאל נישט קיין שלעכטס געטוהן. אדרבה איך וויל זיין מיט אים. און אויב דו וועסט עס איבערגעבן פאר דיין רבי. וועל איך דיר זייער מקיר טובה זיין.
און פאר די וואס טענה'ן מיט ווייטאג אנטקעגן ריח"מ. איך פארשטיי ענק אלע זייער. מיר פערזענדליך האט עס אויך וויי געטוהן דאן. אבער מיט דעם אלעם עס לוינט זיך אים מוחל זיין. לאמיר נישט פארגעסן ווי אזוי די זאליס האבן אלע יארן געטוהן כל דבר אסור שבעולם אויף זיין אלע בארד. עס לוינט זיך 100 % ארויס צונעמען זייער קארפעט פון אונטער זייער פיס. אז זו וווילסט וויסן ווי שטארק עס לוינט זיך, הער אויס א זאלי.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 17:00 |
|
| |
מען דעבאטירט דא צו ריח''מ ווערט יא א בעל תשיבה צו ער ווערט נישט, הא קערס??? דעמעדש איז דאן, ער האט ארויס געזעצט דעם שרעקליכען מן הארץ אויפן שטיל פון דברי יואל זי''ע,
אלזא, וואס האבן מיר פון זיין תשיבה???
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 14:31 |
|
| |
אויב די מעשה איז אמת קען מען זאגן אויף דעם די פס' ''ונעתרות נשיקות שונא'' , נאך אזעלכע ידידים דארף מען נישט קיין שונאים .
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 04:48 |
|
| |
ברעקונג: דעם פרייטאג צונאכטס איז געווען ביי ר' ישראל חיים מנשה א זון פון הגה"צ רבי ישראל חיים הארוויטץ שליט"א אב"ד סאטמאר מאנטשעסטער, ער איז אים געגאנגען זאגן א גוט שבת, ער האט אים געפרעגט ווער ער איז? האט ער אים געזאגט.
האט אים ר' ישראל חיים מנשה געזאגט, זאג פאר ר' אהרן אז איך האב אים ליב אהבת נפש, ער איז דאך מיינס א תלמוד, ווי ער זאגט כסדר אז זיין גאנצע תורה קומט פון מיר, איך ווייס נישט פארוואס ער איז ברוגז אויף מיר.
דער אינגערמאן איז אוועק געגאנגען פון דארט נישט וואוסענדיג אויף וועלעכער וועלט ער איז.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2009 23:32 |
|
| |
איינער שיקט מיר אין אישי
(לייג עס ביי די אשכול פין ר' מנשה אין ר' לייבוש)
פאריגע וואך זענען געווען 2 מורא'דיגע MOVE'S
1)כ''ק ר' לייבוש לייזער איז מער נישט פוסק אחרון (וואלי)
2)ר' מנשה וועפט (י פ)
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2009 16:09 |
|
| |
איך פארשטיי נישט וואס איז די גרויסע ויכוחים אין ר' מנשה'ס צוריק ציען ?
ווער אין די יארן זארגט נישט פאר זיין חלקה בעוה"ז און חלק בעוה"ב
עס זעהט אבער אויס פון ר' מנשה'ס התנהגות אז די פסק פון "אלעס בלייבט ביים אלטן" איז נישט אויסגעהאלטן להלכה...
און עס זעהט אויס אז טאקע א "חלה דעקל" איז נאך אלס בא'טעמ'טער ווי א אמאליגער "פיש סוחר"...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2009 05:09 |
|
| |
איך מיין אז ארפרייסען דעם ריח''מ פארזענדליך, איז נישט קיין גלייכע זאך,
פארוואס?
יעדער איז מודה אז וואס ריחמ''פ האט נאר געטון, די אלע עוולות, קעגן אנ''ש תלמידי וחסידי סאטמאר, און קעגן רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, ובנו ומ''מ רבינו הגה''ק שליט''א, האט ער נישט געטאן ווייל ער איז בעצם א אומפארגינער אדער א שלעכטער פארזאן,
נאר צילוב תאוות הממון, וואו עס איז באוויסט אז דער דיין שליט''א פאלט זייער שנעל פאר א דאללאר, און ווען דער מנוח וויגדור זאל רוען און ליכטיגען גי. האט אים געפאכעט פאר די אויגען דעם טשעק ביכעל, האט אים ר' מנשה געזאגט מיט חביבות שאל בני מה בקשתיך,
משא''כ די אנדערע פון לישכע באנדע, וואו פילאף - וויינבערגער און כ''ץ, זיי האבן אלע מאל געהאט א שנאה כבושה, און טינא בלב אויף כ''ק רבינו שליט''א, צילוב זייערע שרעקליכע מידות מגינות, און תאוות הכבוד, פאר פילאף אדער כ''ץ האט מען נישט געדארפט פאכענען מיטן טשעק ביכעל, עס איז געווען טרם יקראו ואני ענה דער טאג וואס זיי האבן געהאט די פראוועליגיע אונטער צו שרייבען א פאשקעוויל קעגען רבינו שליט''א האט מען ביי זייער מנין נישט געזאגט קיין תחנון,
עכ''פ איצט האט זיך ר' מנשה זאל לעבן געזען און אן ערענסטען פראבלם, ער ווערט דאר נישט יונגער, ער ווייסט אז דער טאג וואס מען לייגט אוועק די ביינער פון א מענטש אויפן בית עולם, ווערט נענטער און נענטער, און וואו פארשטענדליך, וויל ער נישט אוועק לייגען זיין געביין, אונטערען פלויט, מיט א פאר נפלים, און גייסטישע אומסטאבילע פארשוינען,
וואו אז ער דערזעט זיך מיטן פאקט אז רבינו שליט''א (זיין תלמוד מיט וועם ער האט אלעמאל שטאלצירט) איז אויסגשטיגען א מנהיג ישראל, און דעם דור פון עקבתא דמשיחא, א מנהיג ישראל, וואס יעדע ת''ח און ערליכע יוד בכל קצווי תבל, שפירט פאר א כבוד צו שטיין אונטער איין דאך מיט אים,
און וואו אויך האט ער איינגעזען וואו דער טיפוש עצום נחמי קרויס לרפ''ש פירט אים,
און וואו אויך איז שוין דער מנוח וויגדער לאנג און גהינום,
דעריבער האט ער באשלאסען אז עס איז צייט צו מאכן א 90 דעגרי יו טערן, און תשיבה טאן, אויף דעם וואס ער האט אפגעטאן,
אבער צום גרויס צער, איז ליידער דעמעש דאן, וואופול ער זאל נאך תהילים זאגען, און וואו הויעך ער זאל שרייען ''המלך'' וועט ער נישט קענען ציריק דרייען פונעם פאקט אז ער האט אראפ געזעצט א ביטערען עם הארץ, און קל שבקלים, אויפן גגנב'עטן בענקעל, פון רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע, און פארשעהמט דאס גאנצער יהדות החרידית, פון די גאנצע וועלט, אז כמעט יעדער סאטמארער מעמבער איז מער וואו דער וואס ריפט זיך רב,
תוקן על ידי פארשטיי ב- 01/11/2009 5:12:16
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 22:36 |
|
| |
איך וואלט געצויגן פארלעל די פרשה צי דרייסטשע אקט פין כ"ק אדמו"ר ר' לייביש לייזער שליט"א.
די אלע רבנים וואס ווילן נישט קומען צי אינז, וועגן זינלאזע דמיונות וועגן רבי'ן
האט ר' לייביש מיט זיין באזוך ציזעצט אין געוויזן אז די רבי איז א רבן של ישראל וואס מען קען נישט איגנארירן אין מען זיך מיט אים רעכנען אין גיין דאס ערשטע וויזיטן.
איך האלט אז דער דיין ר' ישראל חיים מנשה האט ערגעץ ווי געהערט אז ר' לייביש איז געווען ביים רבי'ן, אין פארדעם פילט ער זיך געטאראפן, פין זיינע געמיינע מעשים קעגן סאטמאר, אין קעגן רבי'ן שליט"א
דעס איז מיין השערה.
תוקן על ידי פאראלעל ב- 30/10/2009 22:46:47
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 22:08 |
|
| |
די מעשה איז אז ר' ישראל חיים מנשה איז די לעצטע פאר חדשים גפערליך אונגעצויגען וועגן די בית החיים, זייט קהל יטב לב אהרונים האבן גענצליך איבערגענומען די פולען בעלות אפען בית החייים.
און ר' ישראל חיים מנשה וויל ליגן בחלקת הרבנים, ער איז ממש דיפרעסט דערוועגן, כסדר רעדט ער צו מענטשען וואס ער קען טאן אז ער זאל זיין פלאץ באקומען, אזוי אויך שיקט ער שליחים צו קהלתינו וואס ער קען טאן.
וועגן דעם איז ער נישט געגאנגען צו פורים קידוש בית החיים פון די זאליס, טראץ וואס די זאליס האבן איינגעלייגט וועלטס פרעשור אז ער זאל קומען, און מען האט געווארט אויף אים באלד 2 שעה.
דאס זעלביגע ביי די גענעראל פארזאמלונג פון פערלשטיין איז ער אויך נישט געווען, טראץ וואס זיינע שותפים פילאפ, וויינבערגער, זענען געווען.
דאס זעלביגע איז מיט די בריוו וואס די זאליס מיטשען אים אונטער צו שרייבן אז די בית החיים איז גזילה און ווער עס ווערט באגראבען דארט ווערט באגראבן אין א קרקע גזילה.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 21:00 |
|
| |
לאמיר אנענעמן אז דוד'ס מעשה איז אמת
טאר ער נישט מאכן א מי שבירך פאר ר' יחזקאל ראטה אין אין ר' געציל ?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:54 |
|
| |
| דוד46 כתב: |  | |
ווי ווייט דיין מאנראוער רבי האט געשעצט דעם ראב"ד שליט"א דקהל יטב לב ד'סאטמאר קען מען זען פון די פאלגענדע מעשה, דאס איז געווען די אנהויב די מ' יארן ווען דיין צדיק איז נאך געווען ראש ישיבה און איז געווען ראש השנה אין וויליאמסבורג, האט רבינו בעל ברך משה זי"ע אים געהייסן ביים עולה זיין ראש השנה ער זאל מאכן א מי שברך פארן דיין שליט"א ביי וועמען ער האט געלערנט, אבער דיין צדיק האט קיינמאל נישט געקענט סובל זיין דעם גאון וצדיק האט ער געמאכט א מי שברך פאר אים און פאר די אנדערע דיינים פון ב"פ און ק"י.
דאס ווייזט זיין גרויסע שעצונג
|
|
דוד ביזט א שוואכע פאבריצירער
באק עפעס מיט מער טעם, (בעט פארמעגליך)
ב''ה רבינו שליט''א האט זיך נישט וואס צו שעמען פין זיינע רבי'ס אזווי זיינע 2 ברודער.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:51 |
|
| |
דוד'ל, די מעשיות, איו די וויינבערעגער פרשה
לאז איבער פאר קיווע הענדלער
מנחם מענדל איך זיך דיך נישט צי צמישין ,ווייל די ביזסט שוין, די ווייסט נישט וואס די ווילסט
וואס פארלאנגסטו פין יענעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2009 20:47 |
|
| |
| דוד46 כתב: |  | |
דו כאפסט דיך אליינס נישט אז דו ביזט אפגעפרעגט מיט דיין רעדן אויף א ערליכן איד וואס איז אלע יארן געווען דער בר סמכא אין סאטמאר אויף אלע ענינים וואס זענען נוגע דאס אידיש לעבן, אלעס כדי צו מחפה זיין אויף דיין צדיקל
|
|
ער איז היינט דער בר סמכא אזווי איז ער אלץ געווען.
כ'זאג נישט אז אמאל האט מען אים אזוי אראפגעקוקט אין די גאס ווי היינט, ווען מ'האט אים אנגעטונקען אין די פאליטיק.
אבער ער איז קיינמאל נישט געווען דער ''בר סמכא'' פין סאטמאר.
ווען יא, וואלט רוב סאטמאר נישט געבליבן ביי מהר''א.
|
|
|
|
|