נשלח ב-1/11/2009 03:40
בלומבערג: איז דער עולם משוגע? איז דער עולם משוגע אדער צודרייט? דאס איז מיין שאלה.
פארוואס?, געווענדליך אינטערסירט מיך נישט בכלל צו גיין שטימען ווייל אלע פאלטישענס זענען איין גארביטש, זיי מיינען נאר זיך און טוען גארנישט פארן ציבור.
אבער איצט מיט בלומבערג, האט עס מיך געכאפט א קיצל.
איך רייב מיט די שטערן די וואך ווען אלע צייטונגען איז פיל מיט גאנצע בלעטער, קאלערדיגע, שווארצע, אלע מיני, וואס זאגט אז עס ברענט א פייער, און מען מיז לויפן שטימען פאר אים אז נישט גייט זיין צרות ווי א בארג פאר אונז, און מיר וועלן ביטער חרטה האבן.
טראכט איך אזוי לאמיר מאכן א חשבון, בלומבערג איז שוין מעיאר 8 יאר וואס האט ער פאר אונז געטאן?
1) געהעכערט אונזער הויז שטייערן דאפעלט.
2) אוועק גענומען פעקעלטי צו בויען, ממילא זענען די פרייזן פון דירות ארויף שרעקליך.
3) געוואלט מבטל זיין די מצוה פון מציצה בפה.
4) געוואלט אוועק נעמען סקול וואטשערס.
5) געהעכערט אלע פארקינג טיקעטס אויף דאבל.
6) געמאכט א בייק לעין אין וויליאמסבורג.
7) געמאכט א מאווי סטודיא אין וויליאמסבורג.
8) ביטער געמאכט פאר אלע בילדערס מיט צודרייטע נייע געזעצען, אזוי איז די פרייז פון דירות ארויף שרעקליך.
9) איינגעפירט רעסייקלינג צו קענען טיילן נאך טיקעטס.
10) קריים אין ווילי איז נישט אראפ נאר אפשר גאר ארויף.
11) אוועק גענומען פארקינג און גאנץ ווילי ווי ער האט נאר געקענט האט ער געשטעלט א no standing סיין.
12) געהעכערט די פרייזן פון מיטערס.
13) געדאפעלט די פרייז פון די וואסער בילס.
14) אפגעהאקט סעקשאן 8, און אוודאי גיט ער נישט קיין נייע.
15) שרעקליך געהעכערט אלע מיני טיקעטס ווי בילדונג, גארביטש, וכו'
16) נישט צוגעשטעלט קיין איין עפאריבאל דירה פאר אידן.
וכו' וכו'
ועל כולם די רשעות'דיגע וועגן ווי אזוי די טרעפיק פאליציי טיילט טיקעטס מיט די גרעסטע מאס רשעות.
וכו' וכו'
רייב איך מיך די אויגן צו ליינען וואס זענען די טעמים פארוואס מען דארף יא שטימען פאר אים איז אזוי:
1) ער האט געוואלט מבטל זיין די מצוה פון מציצה בפה און נאך זיך הרגענען מיט אים האט ער עס דערווייל נישט מבטל געווען...
2) ער האט געוואלט אוועק נעמען סקול וואטשערס און נאך זיך הרגענען מיט אים האט ער עס דערווייל נישט מבטל געווען...
3) ער האט געמאכט א בייק לעין אין ווילי אין איצט גייט ער מסתמא אראפ נעמען בעדפארד עוו...
4) ער האט געוואלט בעטן טאל ארויף צו פארן אפען וויליאמסבורג בריטש און דערווייל האט ער עס נישט געטאן...
דאס זענען די פיר זאכן פארוואס מען מיז שוין ארויס לויפן שטימען....
איז די שאלה זייער קלאר איז דער עולם משוגע....? גייט מען זיך שיסן אין קאפ..?
איך דערמאן מיך יעצט ווען בלומבערג איז געלאפן פאר 8 יאר צוריק האט ער א וואך פאר די וואלן אונז אנגעשיקט מיט א ריזיגע קאלערדיגע מאפע ווי ער שרייבט אז ער גייט אויף די נעווי יארד בויען טויזענטער דירות פון אידן.
גיי איך פריער דורך די נעווי יארד זע נישט קיין אידישע דירות, נאר א ריזיגע מאווי סטודיא האט ער אנגעבויעט דארט...
איין זאך האט ער יא אויפגעטאן די לעצטע 8 יאר, פאר 8 יאר צוריק איז ער ווערט געווען בערך 7 ביליאן דאלער, איצט איז ער ווערט דאפעלט 14 ביליאן...
טא פאר דעם זאלן מיר זיך לאזן פון זיין געלט אין גיין שטימען פאר אים?
וואס טוט זיך דא?
נשלח ב-5/11/2009 22:11
איינער זאגט מיר אז קול מבשר האט נעכטן געמאלדען
אז אין 48'סטען דיסטריקט פין ב''פ (דוב הייקינד'ס), זענען די רעזאלטאטען געווען
13000 בלומבערג אין 3000 פין טאמפסאן
אין און 50'סטען דיסטריקט אין וומ''ס (זשאסעף לענטאל)
6000 פאר בלומבערג אין 7000 פאר טאמפסאן
אויב יא, מיינט עס אז וומ''ס האט טאמפסאן געהאט מער.
אבער וומ''ס נעמט אריין ווי באקאנט אסאך ספאנישע.
תוקן על ידי rebyankel ב- 05/11/2009 22:12:06
נשלח ב-4/11/2009 01:06
וואו אזוי קיקט עס אויס בלומבערג גייט עס מאכען?
נשלח ב-4/11/2009 00:01
טאמפסאן
ווייל מען דארף געבן א רוק דעם דיקטאטור.
נשלח ב-3/11/2009 23:47
אבי גערעדט
יעדע אידישע מוסד אין ארגענעזאציע אינקלאדעט סאטמאר
האט געהייסען שטימען פאר בלומבערג, קיינער וויל זיך נישט אנהייבן מיט דעם חי' ער קען גיט נקמה נעמען.
נשלח ב-3/11/2009 23:00
אזא מן עסקן איז דער משה דוד נידערמאן, כ'האב געמיינט אז ער פארטרעט די אונטערעסן פון די וויליאמסבורגער אייינוואוינער?
ביז דערווייל זע איך וואו ער הייסט שטימען פאר בלומבערג, און און טראק'ס אויער זאגט ער אז מען זאל שטימען פאר טאמסאן,
דאס מיינט א מס''נ עסקן?
נשלח ב-3/11/2009 22:38
איך בין אויך יעצט געגאנגען שטימען.
און איך האב געשטימט פאר טאמסאן.
איך גלייב נישט אז עס איז דא אפילו איינער אין ווילי וואס זאל שטימען פאר געלט רייסער בלומבערג.
קיינער קען נישט זאגן קיין שום סיבה פארוואס שטימען פאר אים.
איך ווייס איינער וואס האט גערעדט פריער מיט משה דוד נידערמאן האט ער אים געפרעגט פארוואס האסטו אינדארסירט בלומבערג.
האט ער אים געזאגט: איך האב נישט קיין ברירה ער האט מיך געצווינגען, און פאר דיר זאג איך אין אויערן שטים פאר טאמסאן.
נשלח ב-3/11/2009 19:47
נישטא ווער עס זאל לאכען, יעדע קאנידאט וואס האט נאר אמאל פארלאנגט די שטימעס פון די וויליאמסבורגע איינוואוינער, האט אייביג געשריגען דירות, דירות, דירות, יא! די גאנצע נעווי יארד וועט זיין פול מיט די דירות, יא! יא! היינט חזר'ט זיך איבער די זעלבע שידים טאנץ,
הערט אויס די סלאגאנען וואס דער חולה דאסקאהל שרייט און די וויליאמסבוגער גאסען היינט, דירות, דירות, דירות,
נישטא ווער עס זאל לאכען, ל''ע, זיצט און דער היים אדער און דער ארבייט וועט איר מער אויף טון וואו ארויס גיין שטימען פאר קאנידאטען וואס שווערן זיך ביי אלעם הייליג אז מען גייט בויען דירות, דירות, דירות,
נשלח ב-3/11/2009 19:20
אפשר וועט עס די בלומבערג קאמפיין באצאלן?... איך האב שוין געשטימט פאר "טאמפסאן"! נישט וויל ער קען געווינען, און נישט ווייל ער וואלט מיר געקענט העלפן ווען ער געווינט ווען, אבער: א רוק פאר דעם דיקטאטור!
(כהאב שוין יודיש ב"ה)
נשלח ב-3/11/2009 19:15
פין אישי
WARNING: DONT GO WITH YOUR CAR TO VOTE BECAUSE WHEN YOU WILL COME OUT FROM THE BOOTH YOU WILL HAVE A PARKING TICKET FROM $115.
נשלח ב-2/11/2009 19:43
פאר 2 וואכן צוריק איז ארויס געקומען, אז אין ווילי איז קריים שטארק ארויף געגאנגען.
קען איינער ברענגען א לינק ווי מען קען דאס זעהן?
איינער האט מיר געשיקט אין אישית, אז איך זאל אויך ארויסברענגען נאך גאר א שטארקע ווייטאג.
דאס זענען די באהאלטענע פאליציי אין ווילי בארא פארק, וואס שטייען אין די מאסן, און טיילן טיקעטס רעכטס און לינס, אפילו פאר נערישע זאכן, און זיי האבן אויך 0 טאלערנץ, און 0 מענטשליכקייט.
איך רעד שוין נישט פון דעם וואס זיי געבן א געוואלד פאלטשע טיקעטס, מיט פארלעצונגען וואס מען איז קיינמאל נשיט באגאנגען, נאר די איראן'נער געזעץ זאגט אז א פאליציי איז אייביג גערעכט.
נשלח ב-2/11/2009 00:11
און באצאל דיין שווערע אויסגעהארעוועטע געלט.
נשלח ב-2/11/2009 00:06
רבותי!
קומט ארויס אין די מאסן שטימען פאר בלומבערג, וועלכער האט געהייסן ארויספירן יונה'לע מיט noyoucant פון שוהל שמחת תורה תשס"ו
נשלח ב-1/11/2009 23:55
אפשר האט איינער פארגעסן שמחת תורה תשס"ו? ווער האט געהייסן די פאליציי אונז ארויסטראגן פון שוהל?תוקן על ידי NOYOUCANT ב- 01/11/2009 23:55:38
נשלח ב-1/11/2009 23:53
אפשר פארקערט אז ער זעהט אז דער עולם גולם שטימט ממילא פאר אים, ווועט ער ווייטער אפטאן אזאנע זאכן.
והא ראי' אז פאר 4 יאר און 8 יאר, האט דער עולם געשטימט פאר אים, און קוק וואס ער האט געטאן.
און דער אמת איז אז די גאנצע זאך פארוואס עס ספענדט אזוי פיל געלטער און לייגט איין וועלטן אז ער זאל גאר שטארק געווינען, כאטשיג ער איז פארזיכערט מיט א געוואונס, איז ווייל אין 4 יאר ארום וויל ער לויפן פאר ניו יארק גאווערנער, צו פאר סענעטאר, דאס מיינט אז מיר וועלן זיך געפינען דא אין רוסלאנד צו אין איראן נאך פאר לאנגע יארן.
סא לאמיר טאן פארקערט ווי ער וויל, נישט שטימען פאר אים, אזוי אראפ ברענגען זיינע דשאנסען צו לויפן אין 4 יאר ארום.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 02/11/2009 0:10:14
נשלח ב-1/11/2009 23:48
דאס איז אמאל זיכער אז בלומבערג גייט עס סיי ווי מאכען,
קענסט פאר א גוי נישט מסביר זיין, אז בלומבערגס רעקאלאמע'ס מאכ'ן זיין דיסיזשען אין ער ליידט פין אים פינקט ווי מיך.
אין טאמער וועט ער זעהן אז די היימישע עולם האט נישט געוואיט פאר אים, וועט ער נאר נקמה נעמען כדרכו.
מ'דארף טוהן השתדלות צו מינימירזן זיין שטיק.
אינז זעמיר פארט אין גלות צווישען די גוים
IF YOU CANT FIGHT HIM, THEN JOIN HIM
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
1 2 1 2 סך הכל 2 דפים.