| נשלח ב-2/11/2009 05:29 |
|
| |
גייען די אהרונים אינדארסן דעמאקראטן אין מאנרא?
קומענדיגען דינסטאג קומט פאר די וואלען פאר די טאון באורד אין מאונראו. די ארונים האבען זיך דערזען אין א מוראדיגען פראבלעם אז די רעפובליקאנער בוזעם פריינד פון די ווילידזש האבען כמעט נישט קיין שאנס צו זיגען וויבאלד די אלייענס האט אינדארסירט די דעמאראטישע קאנדידאטען.
ווי נאר זיי האבען געזען דעם שבת אז עס איז אנגעקומען די בריוו פון די אלייענס מיט די אינדארסירונג פון די דעמאקראטישע קאנדידאטען האבען זיי זיך היינט פארבינדען מיט די דעמאקראטען און צוגעזאגט צו שטימען פאר א חלק פון די דעמאקראטישע קאנדידאטען פאר טאון באורד.
כפי זכרוני איז דאס די ערשטע מאל אין גאר א לאנגע צייט וואס די ארונים אינדארסירען דעמאקראטען פאר טאון באורד.
ווי אויך האבען די ארונים נאך נישט ארויסגעגעבען די נעמען פון די קאנדידאטען וועם זיי אינדארסירען, אויף אלע זייערע ליטעראטור שרייבען זיי אז מען זאל וועלען פאר די קהל אינדארסירטע קאנדידאטען אבער זיי שרייבען נישט קיין נעמען, זיי האבען געווארט צו זען וועם די אלייענס וועט אינדארסירען און ווי נאר זיי האבען ערהאלטען די אלייענס באלאטס האבען זיי אנגעהויבען צו פארהאנדלען מיט די דעמאקראטען אויף א שטיקעל פארשטענדעניש.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/11/2009 15:27:10
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2009 19:54 |
|
| |
אמאל זאגסטו אמת יאענקעלע
יעדער פאליטישן זוכט אונזער שטימע!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2009 19:41 |
|
| |
יעצט האבען ענק טאקע א קיום
ענק האבען א בלאק וואוט וואס יעדע פאליטישאן זיכט...... (פרעגטס נאר דוד'ל)
לעבן ענקער עפארדעבל האוזינג אין כולל גראסערי קען מען שטימען אויסדריקלעך פאר ענקער בלאק וואוט
דער מעיאר שווימער וועט אליין'ס אויסטיילען די הייליי'ס אין אנדערע טויס צו פייערן ניצחון אויף די רעכטע זייט פין די כולל גראסערי
תוקן על ידי rebyankel ב- 03/11/2009 19:56:13
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2009 19:40 |
|
| |
די זאליבאנצעס און די בני יואל, האבן נישט קיין אונטערעסען און קרית יואל, זיי דארפען נישט קיין פייפ ליין, זי דארפען נישט קיין עזרת חולים, זיי דארפען נישט קיין סוער, (זיי האבן דאך א סעפטיק) זיי דארפן נישט קיין קימפעטורען היים, זיי דארפן נישט קיין בית השחיטה, ( זיי האבן פלייש ממליחה ואילך) זיי דארפען נישט גארנישט, נאר איין זאך, אונטער צו ברענגען דעם ווילידש, וואס די ווילסט וויל איך פארקערט,
מען האנדעלט דא, מיט האס אנגעגעסענע פארשוינען , פארווייטאגטע מענטשען, פארביסן ביזן טויט, מענטשען וואס איז נישט מעגליך צופרידען צו שטעלן, מענטשען וואס ווייסען נישט פון קיין יושר פון קיין נארמאלקייט, מענטשען וואס דארטשען נאך נקמה, מענטשען וואס זענען דא נאר צו פארציקען, נא גיי צום טיש מיט אזא קראנקע עלימענט, נישט בחינם האט דער ברך משה זי''ע געזאגט אויף זיי אז זיי זענען ווערעמדיג און קרעציג, וואס מער יארען עס גייט אריבער פון די דרשה וואס דער ברך משה האט געהאלטען זעט מען אלס מער און מער וואו ריח הקודש הופיע בבית מדרשו,
תוקן על ידי פארשטיי ב- 03/11/2009 19:40:41
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2009 19:23 |
|
| |
ווען נישט אונזער בלאק וואוט וואלטן מיר נישט געהאט קיין זכות קיום אין ק"י וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2009 18:59 |
|
| |
רבי יענקל, כאפסט נישט, אונזערע וואוטס זענען דאך געפעלטשט!... אלע פאליטישנס ווייסן שוין...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2009 18:55 |
|
| |
ציטיילט מיט איבער 1000 וואוטס א חיליק, שיין ציטיילט
לאמיך הערן, אויב האבען ענק א בלאק וואוט, וואס האבען ענק שוין ג'שתדל'ט ביי די באעהרדע, וואס האבען ענק שוין דעליווערט?
ווי האלטען ענקער עפארדעבלן האוזינג, ווי האלט ענקער כולל גראסערי, ווי האלטן ענקער אלע אנדערע חלומות, כ'האף ס'ליגט נישט אויף די ארויפגעבויטע שטאק פין ויוא''מ
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2009 17:40 |
|
| |
ווער געדענקט נאך די צייטן ווען דער ווילידזש (יא דער ווילידזש) האט באשלאסן ווער עס זאל האבן דעם בלאק וואוט, היינט ב"ה איז דער בלאק וואוט צעטיילט!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2009 04:39 |
|
| |
פארוואס איז די ווילעדזש ארויס קעגן זשאזש ראזענטאל? איז דאס נישט די אלטע לאניאריגע זשאזש?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2009 02:14 |
|
| |
איך בין יעצט געווען אין ביהמ"ד ויואל משה דקהל יט"ל 5 גארפילד
דארט הענגט א צעטיל אז מען זאל וואטען פאר דאנעלד וויקס
אינטערגעשריבן, משה פריעדמאן, יעקב מאיר פערענץ
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 23:48 |
|
| |
אוי מאכסטו מיר לאכן.
אפשר זאגסטו עס איבער נאכאמאל?
די זאליס גייען מיט הכרת הטוב? פארוואס העלפן זיי ארויסשטויסן דאנעלד וויקס? ער האט זיי נישט גענוג געהאלפן???
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 23:08 |
|
| |
די אהרונים ווילן נישט ארויסגעבן פאר וועמען זיי וועלן שטימען אויס מורא פון די "שונאים"
אבער קהל יטב לב ד'סאטמאר ומוסדותי' האבן נישט דעם פראבלעם, ווייל זיי שטימען לויטן כלל פון הכרת הטוב!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 22:46 |
|
| |
ווי איך הער האבן טאקע די סאסמאן/ויואל משה לייט געוויזן זייער "אחדות"
מיט בני יואל, און אינדארסירט סענדי לענארד (די רעפאבליקאנער), אנדערש ווי די
אלייענס, (אזוי ווי איך האב דא געשריבן פריער).
איך האב באקומען א באריכט אז זייערע קינדער האבן יעצט אהיימגעברענג
צעטלעך מיט די לטערהעד פון קיט"ל דסאסמאן, וואו זיי געבן די אינדארסירונג פאר
אים, נאכן אפהאלטן אינערליכע געשלעגן מיט די אלייענס/בנ"י/רעביצין חברה.
פירוד לרשעים וגו'.
און א ווארט צו ביג סאטמאר:
דיין פאראויסגעזאגטע זיג פאר די דעמאקראטן זענען נישט מעלה און נישט
מוריד צו ס'איז אמת צו נישט. די וואלן אין קרית יואל און אזוי אויך איבעראל,
זענען עפ"י רוב נישט קיין פארמעסט אויף קאנדידאטן, ס'איז א פארמעסט אויף א
בלאק וואוט. יעדער דארף ווייזן זיין כח
תוקן על ידי 1נארמאלער ב- 02/11/2009 22:48:54
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 19:48 |
|
| |
| דוד46 כתב: |  | |
קהל יטב לב ד'סאטמאר ומוסדותי' האבן אין די פאריגע וואלן אויך געשטימט פאר די רעפובליקאנער קאנדידאטן וואס שטייען אלעמאל צו די האנט ווען אימער מען דארף זיי, און ביים מקדש זיין דעם נייעם שטח צום בית החיים האט מען דאס גוט געזען וויאזוי זיי זענען געווען בייהילפיג, שוין אפגערעדט ביים בנין התלמוד תורה אויף לארקין.
|
|
לענ"ד דארף מען וויילן אין מאנארא פאר די וואס האבן געהאלפן צו מקדש זיין פאלאק'ס חצר
פארפאלן פאר זיי קומט די שענסטע דאנק פאר'ן העלפן צו דערווייטערן פונעם ציון הקודש די אלע מהרסי הקהילה
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 19:09 |
|
| |
קהל יטב לב ד'סאטמאר ומוסדותי' האבן אין די פאריגע וואלן אויך געשטימט פאר די רעפובליקאנער קאנדידאטן וואס שטייען אלעמאל צו די האנט ווען אימער מען דארף זיי, און ביים מקדש זיין דעם נייעם שטח צום בית החיים האט מען דאס גוט געזען וויאזוי זיי זענען געווען בייהילפיג, שוין אפגערעדט ביים בנין התלמוד תורה אויף לארקין.
|
|
|
|
|